Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization

Joel 2 OYTANAKH

Side by side with the Father's Heart Bible™

1בלאָזט אַ שופֿר אין צִיוֹן,און שאַלט אױף מײַן הײליקן באַרג,זאָלן ציטערן אַלע באַװױנער פֿון לאַנד,װאָרעם דער טאָג פֿון ה׳ קומט אָן,װאָרעם ער איז נאָנט;

2אַ טאָג פֿון חוֹשך און פֿינצטערניש,אַ טאָג פֿון װאָלקן און נעבל,װי אַ שװאַרצקײט אױסגעשפּרײט אױף די בערג;אַ גרױס פֿאָלק און אַ מאַכטיקס,אַזאַ װי ער איז נישט געװען פֿון אײביק אָןאון װעט נאָך אים מער נישט זײַןביז די יאָרן פֿון דור-דורות.

3אים פֿאַרױס פֿאַרצערט אַ פֿײַער,און הינטער אים פֿלאַקערט אַ פֿלאַם;װי דער גאָרטן פֿון עֵדֶן איז דאָס לאַנד פֿאַר אים,און הינטער אים אַ מדבר אַ װיסטער,און צו מאָל קײן אַנטרינונג איז נישטאָ פֿון אים.

4װי דאָס אױסזען פֿון פֿערד איז זײַן אױסזען,און װי רײַטער אַזױ לױפֿן זײ.

5װי דאָס גערױש פֿון רײַטװעגן,איז זײער שפּרינגען אױף די שפּיצן בערג;װי דער קנאַל פֿון אַ פֿלאַמפֿײַער װאָס פֿאַרצערט שטרױ;װי אַ פֿאָלק אַ מאַכטיקס געגרײט צו מלחמה.

6פֿאַר אים ציטערן פֿעלקער,אַלע פּנימער האָבן אָנגענומען אַ פֿינצטערניש.

7װי גיבוֹרים לױפֿן זײ,װי מלחמה-לײַט קלעטערן זײ אױף דער מױער,און איטלעכער אין זײַנע װעגן גײען זײ,און זײ פּלאָנטערן נישט זײערע שטעגן.

8און אײנער דעם אַנדערן שטױסן זײ נישט,איטלעכער אין זײַן שליאַך גײען זײ,און דורך װאָפֿן װאַרפֿן זײ זיך,און װערן נישט געשעדיקט.

9זײ שפּרינגען אױף דער שטאָט,זײ לױפֿן אױף דער מױער,זײ גײען אַרױף אין די הײַזער,זײ קומען דורך די פֿענצטער װי אַ גנבֿ.

10פֿאַר אים ציטערט די ערד,שטורעמען די הימלען;די זון און די לבֿנה װערן שװאַרץ,און די שטערן נעמען אַרײַן זײער שײַן.

11און ה׳ לאָזט אַרױס זײַן קֹול פֿאַרױס פֿאַר זײַן חיל;װאָרעם זײער גרױס איז זײַן מחנה,װאָרעם מאַכטיק איז דער װאָס טוט זײַן באַפֿעל;װאָרעם גרױס איז דער טאָג פֿון ה׳ און מוראדיק זײער,און װער קען אים אױסהאַלטן?

12אָבער נאָך איצט, זאָגט ה׳,קערט אײַך אום צו מיר מיט אײַער גאַנצן האַרצן,און מיט פֿאַסטן און מיט געװײן און מיט קלאָג;

13און צערײַסט אײַער האַרץ און נישט אײַערע קלײדער,און קערט אײַך אום צו ה׳ אלוקיכם,װאָרעם ער איז לײַטזעליק און דערבאַרעמדיק,אײַנגעהאַלטן אין צאָרן, און רײַך אין גענאָד,און ער האָט חרטה אױף דעם בײז.

14װער װײס, אפֿשר װידער װעט ער חרטה האָבן,און לאָזן אַ ברכה הינטער זיך –אַ שפּײַזאָפּפֿער און אַ גיסאָפּפֿערפֿאַר ה׳ אלוקיכם.

15בלאָזט אַ שופֿר אין צִיוֹן,הײליקט אַ פֿאַסטטאָג, רופֿט אַן אײַנזאַמלונג;

16זאַמלט אײַן דאָס פֿאָלק,פֿאַררופֿט די עדה,קלײַבט צונױף די זקנים,זאַמלט אײַן די קלײנע קינדער,און די װאָס זײגן די ברוסט;זאָל דער חתן אַרױסגײן פֿון זײַן קאַמער,און די כּלה פֿון איר געצעלט.

17צװישן דעם פּאָליש און דעם מזבחזאָלן װײנען די כּהנים, די דינער פֿון ה׳,און זאָלן זײ זאָגן:דערבאַרים זיך ה׳ אױף דײַן פֿאָלק,און זאָלסט נישט געבן דײַן אַרב צו שאַנד,אַז פֿעלקער זאָלן זיך װערטלען איבער זײ;נאָך װאָס זאָל מען זאָגן צװישן די אומות:װוּ איז זײער ג-ט?

18און ה׳ האָט זיך אײפֿער פֿאַר זײַן לאַנד,און האָט זיך דערבאַרעמט אױף זײַן פֿאָלק.

19און ה׳ האָט געענטפֿערט און געזאָגט צו זײַן פֿאָלק:זעט, איך שיק אײַך תּבֿואה און װײַן און אײל,און איר װעט זײ האָבן צו זאַט;און איך װעל אײַך מער נישט געבן צו שאַנד בײַ די פֿעלקער.

20און דעם צפֿונדיקן װעל איך דערװײַטערן פֿון אײַך,און װעל אים פֿאַרשטױסן אין אַ לאַנד פֿון טריקעניש און װיסטעניש,מיט זײַן פּנים צום פֿעדערשטן ים,און זײַן עק צום הינטערשטן ים;און זײַן פֿױלגערוך װעט אױפֿגײן,און זײַן געשטאַנק װעט אױפֿגײן,װײַל ער האָט גרױס זיך פֿאַרנומען.

21זאָלסט נישט מורא האָבן, ערד,פֿרײ זיך און זײ לוסטיק,װאָרעם גרױס געטאָן האָט ה׳.

22איר זאָלט נישט מורא האָבן, בהמות פֿון פֿעלד,װאָרעם די פֿיטערפּלעצער פֿון מדבר זײַנען באַגראָזט,װאָרעם דער בױם טראָגט זײַן פֿרוכט,דער פֿײַגנבױם און דער װײַנשטאָק גיבן זײער קריפֿט.

23און איר קינדער פֿון צִיוֹן,זײַט לוסטיק און פֿרײט זיך מיט ה׳ אלוקיכם,װאָרעם ער גיט אײַך דעם פֿרירעגן ריכטיק;יאָ, ער מאַכט נידערן פֿאַר אײַך רעגן,פֿרירעגן און שפּעטרעגן אין ערשטן חודש.

24און די דרעשן װעלן פֿול זײַן מיט תּבֿואה,און די קעלטערן װעלן איבערלױפֿן מיט װײַן און אײל.

25און איך װעל אײַך אָפּצאָלן די יאָרןװאָס דער הײשעריק האָט אױפֿגעגעסן,דער גראָזפֿרעסער, און דער גריל, און דער װאָרעם,מײַן גרױס חיל װאָס איך האָב אָנגעשיקט אױף אײַך.

26און עסן װעט איר עסן און זאַט זײַן,און איר װעט לױבן דעם נאָמען פֿון ה׳ אלוקיכם,װאָס האָט געטאָן מיט אײַך װוּנדערלעך;און מײַן פֿאָלק װעט אױף אײביק נישט פֿאַרשעמט װערן.

27און איר װעט װיסן אַז איך בין צװישן יִשׂרָאֵל,און איך בין ה׳ אלוקיכם, און מער איז נישטאָ;און מײַן פֿאָלק װעט אױף אײביק נישט פֿאַרשעמט װערן.

3:1און עס װעט זײַן נאָך דעם,װעל איך אױסגיסן מײַן גײַסט אױף יעטװעדער לײַב,און אײַערע זין און אײַערע טעכטער װעלן נבֿיאות זאָגן,אײַערע זקנים װעלן חלומות חלומען,אײַערע בחורים װעלן זעונגען זען.

3:2און אױך אױף די קנעכט און אױף די דינסטןװעל איך אױסגיסן מײַן גײַסט אין יענע טעג.

3:3און איך װעל װײַזן װוּנדער אין הימל און אױף דער ערד,בלוט און פֿײַער און זײַלן רױך.

3:4די זון װעט פֿאַרקערט װערן אין פֿינצטערניש, און די לבֿנה אין בלוט, אײדער עס קומט דער טאָג פֿון ה׳, דער גרױסער און דער מוֹראדיקער. 3:5און עס װעט זײַן, איטלעכער װאָס װעט רופֿן דעם נאָמען פֿון הָאָדוֹן, װעט געראַטעװעט װערן; װאָרעם אױף באַרג צִיוֹן און אין ירושָלַיִם װעט זײַן אַן אַנטרינונג, אַזױ װי ה׳ האָט געזאָגט; און די געבליבענע װעלן זײַן די װאָס ה׳ טוט רופֿן.

Orthodox Yiddish Tanakh, © Artists for Israel International, 2025
Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization · Creative Commons - Attribution-NonCommercial [CC BY-NC]