Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Matthew 22 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Jesus spoke to them again in parables, saying: און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק ווידער צו זיי גערעדט אין משלים, אזוי צו זאגן:
2 "The kingdom of our Father is like a king who prepared a wedding feast for his son. דאס מלכות השמים איז געגליכן צו א מענטשלעכן קעניג, וואס האט געמאכט א חתונהמאלצייט פאר זיין זון,
3 He sent his servants to summon the invited guests to the wedding feast, but they refused to come. און געשיקט זיינע קנעכט רופן די פארבעטענע צו דער חתונה; און זיי האבן נישט געוואלט קומען.
4 Again he sent other servants, saying, 'Tell those invited: Look, I have prepared my dinner; my oxen and fattened cattle are killed, everything ready. Come to the wedding feast.' האט ער נאכאמאל געשיקט אנדערע קנעכט, אזוי צו זאגן: זאגט די פארבעטענע: זע, איך האב צוגעגרייט מיין סעודה; מיינע אקסן און געשטאפטע קעלבער זענען שוין געשאכטן, און אלץ איז פארטיק; קומט אויף דער חתונה!
5 But they paid no attention and went off, one to his farm, another to his business, זיי אבער האבן זיך דערפון גארנישט געמאכט, נאר זענען געגאנגען, איינער אין זיין פעלד אריין, און אן אנדערער צו זיין מסחר;
6 while the rest seized his servants, mistreated them, and killed them. און די איבריקע האבן געכאפט זיינע קנעכט, זיי מיאוס באהאנדלט און געטייט.
7 The king was enraged, and he sent his troops, destroyed those murderers, and burned their city. און דער קעניג איז צארנדיק געווארן; און האט געשיקט זיינע חיילות, און אומגעברענגט יענע רוצחים, און זייער שטאט פארברענט.
8 Then he told his servants, 'The wedding is ready, but those invited weren't worthy. דאן זאגט ער צו זיינע קנעכט: די חתונה איז גרייט, די פארבעטענע אבער זענען עס נישט ווערט געווען.
9 Go therefore to the main roads and invite to the wedding feast as many as you find.' גייט זשע אהין אויף די גאסן, וואו די וועגן שיידן זיך, און וויפל איר וועט געפינען, זאלט איר פארבעטן אויף דער חתונה.
10 Those servants went out into the roads and gathered everyone they found, bad and good, and the wedding hall filled with guests. און יענע קנעכט זענען ארויסגעגאנגען אויף די גאסן, און האבן איינגעזאמלט אלע, וועמען זיי האבן געפונען, סיי שלעכטע סיי גוטע, און דער חתונה זאל איז פול געווארן מיט געסט.
11 "But when the king came in to see the guests, he saw a man not dressed in wedding clothes. נאר ווען דער קעניג איז אריינגעקומען געזען די געסט, האט ער דערזען דארטן א מענטשן, וואס איז נישט געווען אנגעטאן אין א חתונה מלבוש;
12 He asked, 'Friend, how did you get in here without wedding clothes?' He was speechless. און ער זאגט צו אים: פריינד, וויאזוי ביסטו אריינגעקומען אהער, נישט האבנדיק קיין חתונה מלבוש? און ער איז געבליבן שטום.
13 Then the king told the servants, 'Tie his hands and feet, and throw him into the outer darkness, where there will be weeping and grinding of teeth.' דעמאלט האט דער קעניג געזאגט צו די באדינער: בינדט אים הענט און פיס, און ווארפט אים ארויס אין דער אויסערסטער פינצטערניש! דארט וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
14 For many are called, but few are chosen." מחמת א סך זענען גערופן, ווייניקע אבער אויסדערוויילט.
15 Then the Pharisees went and plotted how to trap him with his own words. דעמאלט זענען די פרושים געגאנגען, און האבן זיך געהאלטן אן עצה, ווי אזוי זיי זאלן אים פאנגען מיט א ווארט.
16 They sent their disciples to him, with the Herodians, saying, "Teacher, we know you are truthful and truly teach God's way; you defer to no one, since you don't judge people by rank. און זיי שיקן צו אים זייערע תלמידים מיט הורדוסנס לייט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט ווארהאפטיק, און אז דו לערנסט באמת דעם וועג פון ה׳, און פרעגסט נישט נאך קיינעם; מחמת דו ביסט נישט נושא פנים קיין מענטשן.
17 Tell us, then, what you think: Is it lawful to pay taxes to Caesar, or not?" זאג זשע אונדז, וואס מיינסטו: מעג מען געבן דעם קיסר מס, אדער נישט?
18 But Jesus, knowing their malice, said, "Why are you testing me, you hypocrites? יהושע/ישוע האט אבער פארשטאנען זייער בייזוויליקייט, און האט געזאגט: וואס פרואווט איר מיך אויס, צבועקעס?
19 Show me the coin used for the tax." And they brought him a denarius. ווייזט מיר די מטבע פון מס! און זיי האבן אים געברענגט א דינר.
20 And he said to them, "Whose image is this, and whose inscription?" און ער זאגט צו זיי: וועמעס איז דאס בילד און די אויפשריפט?
21 They said, "Caesar's." Then he said to them, "So pay Caesar what belongs to Caesar, and our Father what belongs to our Father." זאגן זיי; דעם קיסרס. זאגט ער דעמאלט צו זיי: גיט זשע אפ דעם קיסר, וואס איז דעם קיסרס; און צו ה׳, וואס עס געהערט צו ה׳!
22 When they heard it, they were amazed; and they left him and went away. און ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי זיך געוואונדערט, האבן אים פארלאזט, און זענען אוועקגעגאנגען.
23 That same day Sadducees came to him, who say there is no resurrection, and they asked him, אין יענעם טאג זענען געקומען צו אים צדוקים, וואס זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים, און האבן אים געפרעגט,
24 saying, "Teacher, Moses said: if a man dies childless, his brother must marry the widow and raise offspring for his brother. אזוי צו זאגן: רבי, משה האט געזאגט: ווען עמיצער וועט שטארבן, נישט האבנדיק קיין קינדער, זאל זיין ברודער מיבם‑זיין זיין ווייב, און אויפשטעלן זאמען צו זיין ברודער.
25 Now there were seven brothers among us. The first married, died, and, childless, left his wife to his brother. און ביי אונדז זענען געווען זיבן ברידער. און דער ערשטער האט חתונה געהאט און איז געשטארבן, און ווייל ער האט נישט געהאט קיין זאמען, האט ער איבערגעלאזט זיין ווייב צו זיין ברודער.
26 So too the second and the third, down to the seventh. דעסגלייכן אויך דער אנדערער און דער דריטער, ביז צום זיבעטן.
27 Last of all, the woman died. צולעצט, נאך אלע, איז די פרוי געשטארבן.
28 In the resurrection, then, whose wife of the seven will she be? For they all had her." דעריבער, ביי תחית המתים, וועמעס ווייב פון די זיבן וועט זי זיין? מחמת אלע האבן זי דאך געהאט.
29 Jesus answered, "You're mistaken—you know neither the Scriptures nor our Father's power. יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר בלאנדזשעט, ווייל איר קענט נישט די כתבי (הקודש), און אויך נישט די קראפט פון ה׳.
30 For in the resurrection people neither marry nor are married off, but are like angels in heaven. מחמת ביי תחית המתים נישט מען האט חתונה, נישט מען מאכט חתונה, נאר מען איז ווי מלאכים אין הימל.
31 Now, about the resurrection of the dead, haven't you read what our Father told you: און וואס שייך תחית המתים, האט איר דען נישט געלייענט, וואס עס איז געזאגט געווארן צו אייך פון ה׳, אזוי צו זאגן:
32 'I'm the God of Abraham, of Isaac, and of Jacob'? He's not God of the dead, but of the living." איך בין דער ג‑ט פון אברהם, און דער ג‑ט פון יצחק, און דער ג‑ט פון יעקב? ער איז נישט דער ג‑ט פון טויטע, נאר פון לעבעדיקע.
33 And when the crowds heard it, they were astonished at his teaching. און ווי די המונים מענטשן האבן דאס געהערט, האבן זיי געשטוינט איבער זיין תורה.
34 But when the Pharisees heard that he had silenced the Sadducees, they gathered together. און ווען די פרושים האבן געהערט, אז ער האט די צדוקים פארשטאפט דאס מויל, האבן זיי זיך פארזאמלט;
35 And one of them, an expert in the Law, asked him a question to test him: און איינער פון זיי, א תלמיד חכם, האט אים אויסגעפרואווט און געפרעגט:
36 "Teacher, which is the great commandment in the Law?" רבי, וועלכע מצווה איז די גרעסטע אין דער תורה?
37 He said to him, "Love your Father with all your heart, with all your soul, and with all your mind. און ער האט צו אים געזאגט: דו זאלסט ליב האבן דעם האר דיין ג‑ט פון דיין גאנצן הארצן, און מיט דיין גאנצער נשמה, און מיט דיין גאנצן פארשטאנד. (דברים ו, ה.)
38 This is the great and first commandment. דאס איז די גרעסטע און די ערשטע מצווה.
39 And a second is like it: You will love your neighbor as yourself. אן אנדערע, וואס איז גלייך צו דער, איז: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר, ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יה.)
40 On these two commandments depend all the Law and the Prophets." אויף די דאזיקע צוויי מצוות הענגט די גאנצע תורה, און די נביאים.
41 Now while the Pharisees were gathered together, Jesus asked them, און בשעת די פרושים האבן זיך פארזאמלט, האט יהושע/ישוע זיי געשטעלט א קשיא,
42 "What do you think about the Christ? Whose son is he?" They said to him, "David's." אזוי צו זאגן: וואס דענקט איר וועגן דעם משיח? וועמעס זון איז ער? זאגן זיי צו אים דודס.
43 He asked them, "How then does David, by the Holy Spirit, call him Lord, saying, זאגט ער צו זיי: ווי אזוי זשע רופט אים דוד דורך דעם רוח (הקודש) האר, ווען ער זאגט:
44 'Our Father said to my Lord, "Sit at my right hand, until I put your enemies under your feet"'? דער האר האט געזאגט צו מיין האר: זיץ ביי מיין רעכטער זייט, ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט פאר א פוסבענקעלע פאר דיינע פיס? (תהלים קי, א.)
45 If then David calls the Christ Lord, how can the Christ be David's son?" און ווען דוד רופט אים האר, ווי אזוי זשע איז ער זיין זון?
46 No one could answer him a word, and from that day no one dared ask him anything else. און קיינער האט אים נישט געקענט ענטפערן קיין ווארט. און עס האט זיך שוין קיינער אויך מער נישט אונטערגעשטעלט פון יענעם טאג אָן אים עפעס צו פרעגן.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]