Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Matthew 23 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Then Jesus spoke to the crowds and to his disciples, דעמאלט האט יהושע/ישוע גערעדט צו די המונים מענטשן און צו זיינע תלמידים,
2 saying, "The scribes and the Pharisees sit on Moses' seat. אזוי צו זאגן: די סופרים און די פרושים האבן זיך אנידערגעזעצט אויף משהס שטול.
3 "So do and keep whatever they tell you, but not what they do—they preach, but don't do. דעריבער אלץ, וואס זיי וועלן אייך זאגן, זאלט איר טאן און אפהיטן; טוט אבער נישט לויט זייערע מעשים; מחמת זיי זאגן, און טאן נישט.
4 They tie up heavy, hard-to-carry loads and put them on people's shoulders, but they themselves won't lift a finger to move them. זיי בינדן שווערע לאסטן און לייגן זיי אויף מענטשנס שולטערן; אליין אבער ווילן זיי די דאזיקע אפילו מיט דעם פינגער נישט אנרירן.
5 They do everything to be seen by others; they widen their phylacteries and lengthen their tassels, און אלע זייערע מעשים טאן זיי, כדי פון לייטן געזען צו ווערן, מחמת זיי מאכן ברייט זייערע תפילין, און לאנג די ציצית,
6 and they love the place of honor at feasts and the best seats in the synagogues, און האבן ליב דאס ארט אויבנאן אויף סעודות, און די ערשטע ערטער אין שול,
7 and greetings in the marketplaces and being called 'Rabbi' by others. און דאס שלום אפגעבן אויף די מערקפלעצער, און פון לייטן גערופן צו ווערן רבי!
8 You must not be called 'Rabbi,' since you have only one teacher, and you're all brothers. איר אבער זאלט זיך נישט רופן רבי, מחמת איינער איז אייער רבי, און איר אלע זענט ברידער.
9 And call no one on earth your father, for you have one Father, who is in heaven. און רופט נישט קיינעם אויף דער ערד אייער פאטער; מחמת איינער איז אייער פאטער, וואס איז אין הימל.
10 Don't let anyone call you 'instructor,' for you have one instructor, the Christ. איר זאלט זיך אויך נישט רופן מדריכים; ווייל איינער איז אייער מדריך, דער משיח.
11 The greatest among you will be your servant. דער גרעסטער צווישן אייך זאל זיין אייער משרת.
12 Whoever raises himself will be humbled; whoever humbles himself will be raised. און ווער עס וועט זיך אליין דערהייבן, דער וועט דערנידעריקט ווערן; און ווער עס וועט זיך אליין דערנידעריקן, דער וועט דערהייבט ווערן.
13 Woe to you, scribes and Pharisees, hypocrites! For you shut the kingdom of our Father before people, neither entering yourselves nor letting in those trying to enter. וויי איז אבער צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר פארשליסט דאס מלכות השמים פאר די מענטשן. ווארום איר גייט נישט אריין, און די אריינקומענדיקע לאזט איר נישט אריינגיין.
14 Not in this edition (וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר שלינגט איין די הייזער פון די אלמנות, און פאר אן אויסרייד דאוונט איר לאנג. דערפאר וועט איר באקומען א הארבער משפט.)
15 Woe to you, scribes and Pharisees, hypocrites! For you cross sea and land to make one convert, then make him twice the child of hell you are. וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר פארט ארום איבער ים און יבשה, כדי צו מאכן א גר; און ווען ער ווערט עס שוין, מאכט איר אים פאר א בן גיהנום טאפלט מער ווי איר זענט אליין.
16 Woe to you, blind guides! You say, 'Swearing by the temple means nothing, but swearing by the temple's gold makes the oath binding.' וויי איז צו אייך, בלינדע מנהיגים, וואס זאגן: ווער עס שווערט ביים היכל, איז עס גארנישט; אבער ווער עס שווערט ביים גאלד פון היכל, דער איז חייב.
17 Blind fools! Which is greater: the gold, or the temple that makes the gold sacred? איר נאראנים און בלינדע; מחמת וואס איז גרעסער, דאס גאלד אדער דער היכל, וואס הייליקט דאס גאלד?
18 And you say, 'Swearing by the altar is nothing, but swearing by its gift is binding.' און: ווער עס שווערט ביים מזבח, דאס איז גארנישט; ווער אבער עס שווערט ביים קרבן, וואס ליגט דערויף, דער איז חייב.
19 You blind men! For which is greater, the gift or the altar that makes the gift sacred? איר בלינדע! מחמת וואס איז גרעסער, דאס קרבן אדער דער מזבח, וואס הייליקט דאס קרבן?
20 So whoever swears by the altar swears by it and by everything on it. דעריבער ווער עס שווערט ביים מזבח, דער שווערט ביי אים און ביי אלעם, וואס איז אויף אים.
21 And whoever swears by the temple swears by it and by him who lives in it. און ווער עס שווערט ביים היכל, דער שווערט ביי אים, און ביי דעם, וואס וואוינט דרינען.
22 And whoever swears by heaven swears by our Father's throne and by him who sits on it. און ווער עס שווערט ביים הימל, דער שווערט ביי ה׳ס כסא הכבוד און ביי דעם, וואס זיצט דערויף.
23 Woe to you, scribes and Pharisees, hypocrites! You bring the tenth of mint, dill, and cumin, yet neglect the law's weightier matters—justice, mercy, faithfulness. These you should have done, without neglecting the others. וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר גיט אפ מעשר פון דער מיענטע און דעם דיל און דעם קימל, און פארנאכלעסיקט די שווערערע זאכן פון דער תורה: דאס משפט און דעם חסד און די אמונה! די דאזיקע זאכן האט איר געדארפט טאן, און יענע נישט פארנאכלעסיקן.
24 You blind guides, straining out a gnat and swallowing a camel! איר בלינדע פירער, וואס זייען דורך די מוק, און שלינגען אראפ דאס קעמל.
25 Woe to you, scribes and Pharisees, hypocrites! You clean the cup and dish outside, but inside they're full of greed and excess. וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר מאכט ריין דאס אויסנווייניקסטע פון דעם בעכער און דער שיסל, פון אינעווייניק אבער זענען זיי פול מיט גזלה און נישט איינגעהאלטנקייט.
26 Blind Pharisee! First clean the inside of cup and dish, so the outside is clean too. דו בלינדער פרוש, רייניק קודם כל דאס אינעווייניקסטע פון דעם בעכער, כדי אויך דאס אויסנווייניקסטע זאל ווערן ריין.
27 Woe to you, scribes and Pharisees, hypocrites! You are like whitewashed tombs, appearing beautiful outside but full of dead people's bones and all impurity inside. וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר זענט גלייך צו געקאלעכטע קברים, וואס פון אויסנווייניק זען זיי אויס שיין, פון אינעווייניק אבער זענען זיי פול מיט ביינער פון מתים, און יעדער אומריינקייט.
28 So you also outwardly appear righteous to others, but inside you are full of hypocrisy and lawlessness. אָט אזוי ווייזט איר זיך ארויס פון דרויסן ווי צדיקים פאר די מענטשן, פון אינעווייניק אבער זענט איר פול מיט צביעות און רשעות.
29 Woe to you, scribes and Pharisees, hypocrites! For you build tombs of the prophets and decorate the monuments of the righteous, וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר בויט אויף די קברים פון די נביאים, און באצירט די מצבות פון די צדיקים,
30 saying, 'Had we lived in our fathers' days, we would not have joined them in killing the prophets.' און זאגט: אויב מיר וואלטן געלעבט אין די טעג פון אונדזערע עלטערן, וואלטן מיר זיך נישט באטייליקט מיט זיי אין דעם בלוט פון די נביאים.
31 So you testify against yourselves that you are the sons of those who murdered the prophets. אזוי זענט איר עדות צו זיך אליין, אז איר זענט קינדער פון די נביאים מערדער.
32 Fill up, then, the measure of your fathers. און איר מאכט פול די מאס פון אייערע עלטערן!
33 You serpents, you brood of vipers, how are you to escape being sentenced to hell? איר שלאנגען! גזע פון להכעיסניקעס! ווי אזוי וועט איר אנטרינען פון דעם משפט פון גיהנום?
34 So I am sending you prophets, wise men, and scribes—some you will kill and crucify, some you will flog in your synagogues and persecute from town to town, דערפאר, זע, איך שיק צו אייך נביאים און חכמים, און סופרים; א טייל פון זיי וועט איר טייטן און לאזן אויפהענגען אויף דער בוים; און א טייל פון זיי וועט איר שלאגן מיט ריטער אין אייערע שולן, און פארפאלגן פון שטאט צו שטאט;
35 so that all righteous blood shed on earth may come upon you—from righteous Abel's blood to Zechariah son of Berekiah's, whom you murdered between the sanctuary and the altar. כדי עס זאל קומען אויף אייך דאס גאנצע רעכטפארטיקע בלוט, וואס איז פארגאסן געווארן אויף דער ערד, פון דעם בלוט פון הבל דעם צדיק ביז צום בלוט פון זכריה בן ברכיה, וועמען איר האט געהרגעט צווישן דעם היכל און דעם מזבח.
36 Truly, I say to you, all these things will come upon this generation. באמת זאג איך אייך, דאס אלץ וועט קומען אויף דעם דאזיקן דור.
37 Jerusalem, Jerusalem—killing the prophets, stoning those sent to you! How often I wanted to gather your children, as a hen gathers her chicks under her wings, but you refused. ירושלים, ירושלים, וואס הרגעסט די נביאים, און שטייניקסט די, וואס זענען געשיקט צו דיר! וויפל מאל האב איך געוואלט איינזאמלען דיינע קינדער, ווי א הון זאמלט איין אירע עופהלעך אונטער די פליגל, און איר האט נישט געוואלט.
38 Look, your house is left to you desolate. זע, אייער הויז וועט אייך איבערגעלאזט ווערן פארוויסט.
39 I tell you, you won't see me again till you say, 'Blessed is the one coming in our Father's name.'" מחמת איך זאג אייך: פון איצט אָן וועט איר מיך מער נישט זען, ביז איר וועט זאגן: ברוך הבא בשם ה׳!
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]