Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Matthew 24 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Jesus was leaving the temple when his disciples came to show him its buildings. און יהושע/ישוע איז ארויסגעגאנגען פון בית המקדש, און איז אוועקגעגאנגען; און זיינע תלמידים זענען צוגעגאנגען צו אים, כדי אים צו ווייזן די בנינים פון בית המקדש.
2 "Do you see all these?" he answered. "Truly I tell you: not one stone here will be left on another; all will be torn down." ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר זעט דאס אלץ? באמת זאג איך אייך, עס וועט דא נישט איבערגעלאזט ווערן א שטיין אויף א שטיין, וואס וועט נישט אנידערגעריסן ווערן!
3 While Jesus was sitting on the Mount of Olives, his disciples came to him privately: "Tell us, when will these things happen, and what sign marks your coming and the end of the age?" און ווען ער איז געזעסן אויפן הר הזיתים, זענען זיינע תלמידים צוגעקומען צו אים, בשעת זיי זענען געווען אליין, און האבן געזאגט: זאג אונדז, ווען וועט דאס געשען, און וואס וועט זיין דאס אות פון דיין קומען, און פון דעם קץ פון דער וועלט?
4 Jesus answered, "Watch out that no one deceives you. און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: זעט, אז קיינער זאל אייך נישט פארפירן!
5 "For many will come in my name, claiming, 'I am the Christ,' and they will deceive many. מחמת א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, אזוי צו זאגן: איך בין דער משיח; און פארפירן א סך.
6 You'll hear of wars and rumors of wars—don't be alarmed. This must happen, but the end isn't yet. און איר וועט הערן פון מלחמות און שמועות פון מלחמות; גיט אכטונג, דערשרעקט זיך נישט; מחמת דאס מוז געשען, נאר עס איז נאך נישט דער קץ.
7 Nation will rise against nation, and kingdom against kingdom, with famines and earthquakes in place after place. מחמת א פאלק וועט זיך אויפהויבן קעגן א פאלק, און א מלוכה קעגן א מלוכה; און עס וועלן זיין הונגער נויטן און ערדציטערנישן אויף פארשיידענע ערטער.
8 All these are the beginning of birth pains. דאס אלץ אבער איז דער אנהויב פון די ווייען.
9 Then they will hand you over to suffering and kill you, hated by all nations because of my name. דעמאלט וועט מען אייך איבערגעבן צו באדריקונג, און מען וועט אייך טייטן; און איר וועט זיין געהאסט פון אלע פעלקער צוליב מיין נאמען.
10 At that time many will fall away and will betray and hate one another, און דעמאלט וועלן א סך שטרויכלען, און פארראטן איינס דאס אנדערע, און זיך האסן איינס דאס אנדערע.
11 and many false prophets will appear and deceive many people. און עס וועלן אויפשטיין פיל פאלשע נביאים, און פארפירן א סך.
12 Because lawlessness will increase, the love of most will grow cold, און דורך דעם וואס אומגערעכטיקייט וועט זיך פארפילפאכן, וועט די ליבע פון א סך זיך אפקילן.
13 but the one who endures to the end will be saved. ווער אבער עס האלט אויס ביז צום סוף, דער וועט געראטעוועט ווערן.
14 This good news of the kingdom will be announced worldwide as a testimony to all nations, and then the end will come. און די דאזיקע גוטע בשורה פון דעם מלכות וועט אויסגערופן ווערן אין דער גאנצער באוואוינטער וועלט, ווי אן עדות צו אלע פעלקער, און דעמאלט וועט קומען דער קץ.
15 So when you see the desolating abomination Daniel the prophet spoke of standing in the holy place—let the reader understand, דעריבער ווען איר זעט די אומווירדיקייט פון דער פארוויסטונג, וואס איז געזאגט געווארן דורך דניאל הנביא, שטיין אויף דעם מקום קדוש—זאל דער לייענער פארשטיין! (דניאל יב, יא.)—
16 then let those who are in Judea flee to the mountains. דעמאלט זאלן די, וואס זענען אין יהודה, אנטלויפן צו די בערג;
17 "Let no one on the rooftop go down to take anything out of the house, דער, וואס איז אויפן דאך, זאל נישט אראפגיין נעמען עפעס פון זיין הויז;
18 and let no one in the field go back to get a coat. און דער, וואס איז אין פעלד, זאל זיך נישט אומקערן צוריק, צו נעמען זיין בגד.
19 How dreadful it will be in those days for pregnant women and nursing mothers! אבער וויי איז צו די מעוברתדיקע און צו די אנזויגערינס אין יענע טעג!
20 Pray that your flight will not take place in winter or on the Sabbath. און טוט תפילה, אז אייער אנטרינונג זאל נישט געשען אין ווינטער, און נישט שבת.
21 For then there will be great suffering, unmatched from the world's beginning until now, and never to be matched again. מחמת עס וועס דעמאלט זיין א גרויסע צרה, וואס אויסגלייכן איז נישט געווען פונם אנהויב פון דער וועלט ביז אצונד,
22 If those days had not been cut short, no one would survive; but for the elect's sake, those days will be cut short. און וועט אויך מער נישט זיין. און אויב יענע טעג וואלטן נישט פארקירצט געווארן, וואלט קיין שום בשר (ודם) נישט ניצול געווארן; נאר צוליב די אויסדערוויילטע וועלן יענע טעג יא פארקירצט ווערן.
23 Then if anyone tells you, 'Look, here's the Christ,' or 'There he is,' don't believe it. ווען עמיצער וועט אייך דעמאלט זאגן: זע, דא איז דער משיח, אדער: דא! זאלט איר עס נישט גלויבן.
24 False messiahs and false prophets will arise, performing great signs and wonders to deceive, if possible, even the elect. מחמת עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים, און פאלשע נביאים, און וועלן געבן גרויסע אותות און מופתים, אזש צו פארפירן, אויב מעגלעך, אפילו די אויסדערוויילטע.
25 See, I have told you ahead of time. זע, איך האב עס אייך פארויסגעזאגט.
26 So if they say, 'Look, he's in the wilderness,' don't go out; 'Look, in the inner rooms,' don't believe it. ווען זשע זיי וועלן אייך זאגן: זע, ער איז אין דער מדבר; זאלט איר נישט ארויסגיין; זע, (בחדרי) חדרים; גלויבט עס נישט.
27 For just as lightning flashes from the east and shows as far as the west, so will the Son of Man's coming be. מחמת אזויווי דער בליץ קומט ארויס פון מזרח, און שיינט ביז מערב, אזוי וועט זיין דאס קומען פון דעם בר אנש.
28 Wherever there is a carcass, there the vultures will gather. נאר וואו דער טויטער קערפער איז דארט וועלן זיך פארזאמלען די אדלערס.
29 Right after the suffering of those days, the sun will go dark, the moon will give no light, stars will fall from the sky, and the powers of the heavens will shake. און באלד נאך דער צרה פון יענע טעג, וועט די זון פארפינסטערט ווערן, און די לבנה וועט נישט געבן איר ליכט, און די שטערן וועלן פאלן פון הימל, און די כוחות פון הימל וועלן דערשיטערט ווערן.
30 Then the sign of the Son of Man will appear in heaven, and all earth's peoples will mourn, seeing the Son of Man come on heaven's clouds with power and great glory. און דעמאלט וועט זיך באווייזן דאס צייכן פון דעם בר אנש אין הימל, און דעמאלט וועלן אלע משפחות פון דער ערד קלאגן, און וועלן זען דעם בר אנש קומען אויף די וואלקנס פון הימל מיט גרויס מאכט און הערלעכקייט. (דניאל ז, יג, יד.)
31 He will send out his angels with a loud trumpet blast, and they will gather his chosen from the four winds, from one end of the sky to the other. און ער וועט שיקן זיינע מלאכים מיט א גרויסן שופר, און זיי וועלן איינזאמלען זיינע אויסדערוויילטע פון די פיר ווינטן, פון איין עק הימל ביז צום אנדערן עק הימל.
32 Learn this from the fig tree: as soon as its branch softens and leafs out, you know summer is near. און פון דעם פייגנבוים לערנט זיך דאס משל: ווען זיין צווייג ווערט שוין זאפטיק, און ברענגט ארויס בלעטער, ווייסט איר, אז זומער איז נאענט.
33 So also, when you see all these things, know it is near, at the door. אזוי אויך איר, ווען איר זעט דאס אלץ, זאלט וויסן, אז עס איז נאענט ביי דער טיר.
34 Truly I tell you, this generation will certainly not pass away until all these things have happened. באמת זאג איך אייך, דאס דאזיקע דור וועט נישט פארגיין, ביז דאס אלץ וועט געשען;
35 Heaven and earth will pass away, but my words will never pass away. דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, מיינע ווערטער אבער וועלן בשום אופן נישט פארגיין,
36 "No one knows that day or hour—not the angels in heaven, not the Son—only the Father. נאר וואס שייך יענעם טאג און שעה ווייסט קיינער נישט, אפילו נישט די מלאכים אין הימל, אויך דער זון נישט, אחוץ דער פאטער אליין.
37 As in Noah's days, so will be the Son of Man's coming. מחמת אזוי ווי עס איז געווען אין טעג פון נוח, אזוי וועט עס זיין ביי דעם קומען פון דעם בר אנש,
38 For in the days before the flood, people ate and drank, married and gave in marriage, until the day Noah entered the ark; מחמת ווי אין יענע טעג פארן מבול האבן זיי געגעסן און געטרונקען, חתונה געהאט און חתונה געמאכט, ביז צו דעם טאג, ווען נוח איז אריינגאנגען אין דער תיבה,
39 and they knew nothing until the flood came and swept them all away. That is how the coming of the Son of Man will be. און האבן גארנישט געוואוסט ביז דאס מבול איז געקומען, און אלעמען אוועקגעטראגן; אזוי וועט אויך זיין ביים קומען פון דעם בר אנש.
40 Two men will be in the field; one will be taken and the other left. דעמאלט וועלן צוויי זיין אין פעלד; איינער ווערט מיטגענומען, און איינער איבערגעלאזט.
41 Two women will be grinding with a hand mill; one will be taken and the other left. צוויי פרויען וועלן מאלן אויף דער מיל; איינע ווערט מיטגענומען, און איינע איבערגעלאזט.
42 Therefore keep watch, because you do not know on what day your Lord will come. דעריבער וואכט, ווייל איר ווייסט נישט, וועלכן טאג אייער האר קומט.
43 Understand: had the homeowner known what watch of night the thief was coming, he'd have watched and kept his house from being broken into. דאס אבער זאלט איר וויסן, אז אויב דער בעל הבית וואלט געוואוסט אין וועלכן משמר דער גנב קומט, וואלט ער געהאלטן וואך, און נישט דערלאזט אונטערגראבן זיין הויז.
44 So you too must be ready, because the Son of Man comes at an hour you don't expect. דערפאר זאלט איר אויך זיין גרייט! ווייל דער בר אנש קומט אין א שעה, ווען איר מיינט נישט.
45 Who then is the faithful and wise servant, whom the master put in charge of his household to give them food at the right time? ווער זשע איז דער געטרייער און קלוגער קנעכט, וועמען דער האר האט געזעצט איבער זיין הויזגעזינד, אז ער זאל זיי געבן די שפייז אין דער ריכטיקער צייט?
46 It will be good for that servant whose master finds him doing so when he returns. וואויל איז יענעם קנעכט, וואס, ווען זיין האר קומט, געפינט ער אים אזוי טאן.
47 Truly I tell you, he will put him in charge of all his possessions. באמת זאג איך אייך, ער וועט אים זעצן איבער אלע זיינע גיטער.
48 But suppose that wicked servant says to himself, 'My master is staying away a long time,' אויב אבער יענער שלעכטער קנעכט וועט זאגן אין זיין הארצן: מיין האר זוימט זיך;
49 and then begins to beat his fellow servants and to eat and drink with drunkards. און וועט אנהויבן צו שלאגן זיינע מיטקנעכט, און עסן און טרינקען מיט די שכורים;
50 That servant's master will come on a day he doesn't expect, at an hour he doesn't know. אזוי וועט דער האר פון יענעם קנעכט קומען אין א טאג, ווען ער ריכט זיך נישט, און אין א שעה, וואס ער ווייסט נישט,
51 He will cut him to pieces and place him with the hypocrites, where people weep and grind their teeth." און וועט אים צעשניידן אויף שטיקער, און לייגן זיין חלק מיט די צבועקעס. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]