Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Matthew 21 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 As they neared Jerusalem and reached Bethphage, at the Mount of Olives, Jesus sent two disciples ahead, און ווען זיי האבן זיך דערנענטערט צו ירושלים, און זענען געקומען קיין בית‑פגי, ביים הר הזיתים, האט יהושע/ישוע דעמאלט געשיקט צוויי פון זיינע תלמידים,
2 telling them, "Go to the village ahead of you. You'll at once find a donkey tied, with a colt beside her. Untie them and bring them to me. און געזאגט צו זיי: גייט אריין אין דעם דארף, וואס ליגט אנטקעגנאיבער אייך, און תיכף וועט איר געפינען אן אייזל אנגעבונדן, און א יונג אייזעלע ביי איר, בינדט זיי אויף, און ברענגט זיי צו מיר.
3 If anyone says anything to you, say, 'The Lord needs them,' and the Lord will send them at once." און אויב עמיצער וועט אייך עפעס זאגן, זאלט איר זאגן: דער האר דארף זיי האבן; און ער וועט זיי גלייך שיקן.
4 This took place to fulfill what the prophet had said: און דאס דאזיקע איז געשען, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן:
5 "Say to the daughter of Zion, 'Look, your king is coming to you, humble and mounted on a donkey, on a colt, the foal of a beast of burden.'" זאגט דער טאכטער פון ציון: זע, דיין מלך קומט צו דיר, אן ענו, און רייטנדיק אויף אן אייזל, און אויף אן אייזעלע, דאס יונגע פון אן אייזל. (ישעיהו סב, יא; זכריה ט, ט.)
6 The disciples went and did as Jesus had directed them. און די תלמידים זענען געגאנגען, און האבן געטאן ווי יהושע/ישוע האט זיי באפוילן,
7 They brought the donkey and colt, put their cloaks on the animals, and Jesus sat on the cloaks. און האבן געברענגט דאס אייזל מיט דעם אייזעלע, און אויף זיי ארויפגעלייגט די מלבושים; און ער האט זיך ארויפגעזעצט אויף זיי.
8 Most of the crowd spread their cloaks on the road; others cut branches from the trees and spread them on the road. און דאס רוב פון דעם המון האבן אויסגעשפרייט זייערע מלבושים אויפן וועג; און אנדערע האבן אפגעבראכן צווייגן פון די ביימער,
9 The crowds ahead of him and behind him kept shouting, "Hosanna to the Son of David! Blessed is he who comes in the name of our Father! Hosanna in the highest!" און זיי פאנאנדערגעלייגט אויפן וועג. און די המונים, וואס זענען געגאנגען פארויס פאר אים, און וואס האבן נאכגעפאלגט, האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: הושענא לבן דוד! געלויבט זאל זיין דער, וואס קומט אין דעם נאמען פון דעם האר. הושענא במרומים! (תהלים קיח, כה-כו.)
10 And when he entered Jerusalem, the whole city was stirred, asking, "Who is this?" און ווען ער איז אריינגעגאנגען קיין ירושלים, איז די גאנצע שטאט אויפגערודערט געווארן, און געזאגט: ווער איז דאס דער דאזיקער?
11 And the crowds said, "This is the prophet Jesus, from Nazareth of Galilee." די המונים אבער האבן געזאגט: דאס איז דער נביא יהושע/ישוע פון נצרת, אין גליל.
12 Then Jesus entered the temple, drove out all selling and buying there, overturned the money-changers' tables and the dove sellers' seats. און יהושע/ישוע איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש, און האט ארויסגעטריבן אלע וואס האבן פארקויפט און געקויפט אין בית המקדש, און איבערגעקערט די טישן פון די געלטבייטער, און די בענק פון די, וואס האבן פארקויפט טויבן;
13 He told them, "It is written: 'My house will be called a house of prayer,' but you're making it a den of robbers." און זאגט צו זיי: עס שטייט געשריבן: מיין הויז וועט גערופן ווערן א בית תפילה! (ישעיהו נו, ז.) איר אבער האט עס געמאכט פאר א הייל פון גזלנים. (ירמיהו ז, יא.)
14 And the blind and the lame came to him in the temple, and he healed them. און עס זענען געקומען צו אים בלינדע און לאמע אין בית המקדש, און ער האט זיי געהיילט.
15 When the chief priests and teachers of the law saw the wonders he did, and the children shouting in the temple, "Hosanna to the Son of David!" they grew angry, ווי אבער די הויפט כהנים און די סופרים האבן געזען די וואונדער, וואס ער האט געטאן, און די קינדער שרייען אין בית המקדש און זאגן: הושענא לבן דוד, זענען זיי צארנדיק געווארן,
16 and said to him, "Do you hear what these say?" Jesus said to them, "Yes. Have you never read, 'Out of the mouths of infants and nursing babies you have prepared praise'?" און האבן צו אים געזאגט: דו הערסט, וואס זיי זאגן? און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: יא! צי האט איר קיינמאל נישט געלייענט: אויס דעם מויל פון קינדער און זייגעדיקע האסטו צוגעגרייט לויב? (תהלים ח, ג.)
17 He left them, went out of the city to Bethany, and spent the night there. און האט זיי פארלאזט, און איז ארויסגעגאנגען אויסער דער שטאט קיין בית‑היני. און דארטן איבערגענעכטיקט.
18 Early in the morning, as he returned to the city, he was hungry. און אינדערפרי, אומקערנדיק זיך אין שטאט אריין, איז ער הונגעריק געווארן.
19 Seeing a fig tree by the road, he went to it but found only leaves. He said, "May you never bear fruit again!" At once the tree withered. און זעענדיק אן איינציקן פייגנבוים ביים וועג, און איז צוגעגאנגען צו אים, און האט גארנישט געפונען אויף אים אחוץ בלעטער אליין; און ער זאגט צו אים: עס זאל מער נישט וואקסן אויף דיר קיין פירות ביז אויף אייביק! און דער פייגנבוים איז באלד פארדארט געווארן.
20 Seeing this, the disciples were amazed and asked, "How did the fig tree wither so fast?" און ווען די תלמידים האבן עס געזען, האבן זיי זיך געוואונדערט, און געזאגט: ווי איז דער פייגנבוים אזוי פלוצלונג פארטריקנט געווארן!
21 Jesus answered, "I tell you the truth: with faith, no doubting, you'll not only do what happened to the fig tree—you'll even tell this mountain, 'Be lifted up and thrown into the sea,' and it will happen. יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך: ווען איר זאלט האבן אמונה, און נישט צווייפלען, וועט איר טאן נישט נאר דאס מיט דעם פייגנבוים, נאר אפילו אויב איר וועט זאגן צו דעם דאזיקן בארג: הייב דיך אויף און ווארף דיך אין ים אריין, וועט עס געשען.
22 And whatever you ask in prayer, if you believe, you will receive it." און אלץ, וואס איר וועט בעטן אין תפילה, אויב איר וועט גלויבן, וועט איר עס באקומען.
23 Entering the temple, he was teaching when the chief priests and elders of the people came and asked, "What authority do you have for these things, and who gave you this authority?" און ווען ער איז געקומען אין בית המקדש אריין, זענען די הויפט כהנים און די זקנים פון דעם פאלק צוגעגאנגען צו אים, בשעת ער האט געלערנט, און האבן געזאגט: מיט וואס פאר א רשות טוסטו די דאזיקע זאכן? און ווער האט דיר געגעבן דעם דאזיקן רשות?
24 Jesus replied, "I'll ask you one thing too. Tell me the answer, and I'll say by what authority I do these things. און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איך וועל אייך אויך פרעגן איין זאך, וואס אויב איר וועט מיר זאגן, וועל איך אייך אויך זאגן מיט וואס פאר א רשות איך טו די דאזיקע זאכן.
25 John's baptism—where was it from? From heaven, or from man?" They discussed among themselves, "If we say, 'From heaven,' he will say to us, 'Then why did you not believe him?' יוחננס מקווה—פון וואנען איז געווען? פון הימל אדער פון מענטשן? און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וועלן מיר זאגן: פון הימל, וועט ער זאגן צו אונדז: טא פארוואס האט איר אים נישט געגלויבט?
26 But if we say, 'From man,' we fear the crowd—they all view John as a prophet." וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן, מוזן מיר מורא האבן פאר דעם המון? מחמת אלע האלטן יוחנן פאר א נביא.
27 They answered Jesus, "We don't know." He said, "Neither will I tell you by what authority I do these things." און זיי האבן ענטפערנדיק געזאגט צו יהושען/ישוען: מיר ווייסן נישט! האט ער אויך צו זיי געזאגט, זאג איך אייך אויך נישט, מיט וואס פאר א רשות איך טו די דאזיקע זאכן.
28 "But what do you think? A man had two sons. Coming to the first, he said, 'Son, go work today in the vineyard.' וואס אבער מיינט איר? א מענטש האט געהאט צוויי קינדער; און ער איז צוגעגאנגען צו דעם ערשטן, און געזאגט: מיין קינד, גיי ארבעט היינט אין וויינגארטן.
29 And he answered, 'I will not,' but later he changed his mind and went. און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: אָט בין איך, האר! און איז נישט געגאנגען!
30 He went to the second and said the same. This one answered, 'I'll go, sir'—but didn't go. און ער איז צוגעגאנגען צו דעם צווייטן און האט געזאגט דאס זעלביקע. דער אבער האט געזאגט: איך וויל נישט!
31 Which of the two did his father's will?" They said, "The first." Jesus told them, "Truly I tell you, tax collectors and prostitutes enter the kingdom of our Father ahead of you." דערנאך האט ער חרטה געהאט, און איז געגאנגען. ווער פון די ביידע האט געטאן דעם פאטערס רצון? זאגן זיי: דער לעצטער. זאגט יהושע/ישוע צו זיי: באמת זאג איך אייך, אז די שטייער אויפמאנער און די זונות גייען אריין פארויס פאר אייך אין דעם קעניגרייך פון ה׳.
32 "For John came to you in the way of righteousness, and you didn't believe him, but tax collectors and prostitutes did. Even after seeing that, you didn't change your minds and believe him." מחמת יוחנן איז געקומען צו אייך אויף דעם וועג פון גערעכטיקייט און איר האט נישט געגלויבט אין אים. די שטייער אויפמאנער אבער און די זונות האבן אים יא געגלויבט, און איר, הגם איר האט עס געזען, האט אפילו שפעטער נישט חרטה געהאט, כדי אים צו גלויבן.
33 "Hear another parable: A landowner planted a vineyard, put a fence around it, dug a winepress in it, built a watchtower, leased it to tenants, and went away on a trip. הערט אן אנדער משל: עס איז געווען א מענטש, א בעל הבית, וואס האט געפלאנצט א וויינגארטן, און האט אים ארומגערינגלט מיט א צוים, און געגראבן א וויינקעלטער אין אים, און געבויט א טורם, און האט אים פארדינגען צו גערטנער, און איז אוועקגעפארן.
34 When the harvest time drew near, he sent his servants to the tenants to collect his fruit. און ווען עס האט זיך דערנענטערט די צייט פון פירות, האט ער געשיקט זיינע קנעכט צו די גערטנער אפצונעמען זיינע פרוכטן.
35 But the tenants seized his servants—they beat one, killed another, and stoned another. און די גערטנער האבן גענומען זיינע קנעכט, און איינעם געשלאגן, און אן אנדערן געטייט, און א דריטן געשטייניקט.
36 Again he sent other servants, more than the first, and they treated them the same way. ער האט ווידער געשיקט אנדערע קנעכט, מער ווי די ערשטע; און זיי האבן מיט זיי געטאן דאס זעלביקע.
37 Finally he sent his son to them, saying, 'They will respect my son.' דערנאך האט ער געשיקט צו זיי זיין זון, און האט געזאגט: זיי וועלן זיך שעמען פאר מיין זון,
38 But the tenants, seeing the son, said to each other, 'This is the heir; come, let's kill him and seize his inheritance.' די גערטנער אבער, ווי זיי האבן אים דערזען, האבן געזאגט צווישן זיך: דאס איז דער יורש; קומט, לאמיר אים טייטן, און צונעמען זיין ירושה.
39 So they seized him, threw him out of the vineyard, and killed him. און האבן אים גענומען, און ארויסגעווארפן אינדרויסן פון וויינגארטן, און געטייט.
40 Now when the owner of the vineyard comes, what will he do to those tenants?" ווען דעריבער דער האר פון דעם וויינגארטן וועט קומען, וואס זשע וועט ער טאן צו יענע גערטנער?
41 They answered, "He will destroy those evil men horribly, and lease the vineyard to other farmers who will give him the fruit in season." זאגן זיי צו אים: ער וועט די רשעים אומברענגען אויף א שרעקלעכן אופן, און דעם וויינגארטן פארדינגען צו אנדערע גערטנער, וואס וועלן אים אפגעבן די פירות אין זייערע זמנים.
42 Jesus said to them, "Have you never read in the Scriptures: 'The stone the builders rejected became the cornerstone; this came from our Father, and it's marvelous in our eyes'?" זאגט יהושע/ישוע צו זיי: האט איר קיינמאל נישט געלייענט אין די כתובים? דער שטיין, וואס די בוימייסטערס האבן פארווארפן, איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל. פונם האר (ה׳) איז דאס געשען, און עס איז א וואונדער אין אונדזערע אויגן. (תהלים קיח, כב-כג.)
43 "So I tell you: the kingdom of our Father will be taken from you and given to a nation that produces its fruits. דערפאר זאג איך אייך: דאס קעניגרייך פון ה׳ וועט אוועקגענומען ווערן פון אייך, און געגעבן ווערן צו א פאלק, וואס ברענגט זיינע פירות.
44 Whoever falls on this stone will be shattered; whoever it falls on will be crushed." (און ווער עס פאלט אויף דעם דאזיקן שטיין, דער וועט צעשמעטערט ווערן; אויף וועמען אבער ער וועט פאלן, וועט ער אים צעמאלן.)
45 When the chief priests and the Pharisees heard his parables, they realized he was speaking about them. און ווען די הויפט כהנים און די פרושים האבן געהערט זיינע משלים, האבן זיי פארשטאנען, אז ער רעדט וועגן זיי.
46 They wanted to arrest him but feared the crowds, who considered him a prophet. און האבן געזוכט אים צו כאפן, און האבן זיך געפארכטן פאר די המונים מענטשן, ווייל מען האט אים געהאלטן פאר א נביא.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]