Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Matthew 20 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 "For the kingdom of our Father is like a landowner who went out at dawn to hire workers for his vineyard. ווייל דאס מלכות השמים איז גלייך צו א מענטשן, א בעל הבית, וואס איז ארויסגעגאנגען זייער פרי צו דינגען ארבעטער פאר זיין וויינגארטן.
2 He agreed to pay the workers a full day's wage and sent them into his vineyard. און נאך דעם ווי ער האט מסכים געווען מיט די ארבעטער פאר א דינר דעם טאג, האט ער זיי געשיקט אין זיין וויינגארטן אריין.
3 About nine o'clock in the morning he went out and saw others standing idle in the marketplace. און ער איז ארויסגעגאנגען ארום דער דריטער שעה, און האט געזען אנדערע שטיין אויפן מארק ליידיק;
4 He told them, 'You too, go into the vineyard; I'll pay you whatever's right.' So they went. און האט צו יענע געזאגט: גייט איר אויך אין וויינגארטן אריין, און וואס איז רעכט, וועל איך אייך געבן!
5 Going out again about noon and about three in the afternoon, he did the same. און זיי זענען געגאנגען און ער איז ווידער ארויסגעגאנגען ארום דער זעקסטער און ניינטער שעה, און האט דאס זעלביקע געטאן.
6 About five in the afternoon, he went out and found others standing there. He asked, 'Why have you stood here idle all day?'" און ארום דער עלפטער שעה איז ער ארויסגעגאנגען, און האט געפונען אנדערע שטיין און זאגט צו זיי: וואס שטייט איר דא ליידיק דעם גאנצן טאג?
7 "They said, 'Because no one hired us.' He said, 'You also go into the vineyard.' זאגן זיי צו אים: ווייל קיינער האט אונדז נישט געדונגען: זאגט ער צו זיי: גייט איר אויך אין וויינגארטן אריין.
8 "When evening came, the vineyard owner told his foreman, 'Call the workers and pay them their wages, from the last to the first.' און ווען עס איז געווארן אוונט, זאגט דער האר פון דעם וויינגארטן צו זיין אפוטרופוס: רוף די ארבעטער, און צאל אויס דעם לוין, אנהויבנדיק פון די לעצטע ביז צו די ערשטע.
9 And when those hired about five o'clock came, each of them received a full day's wage. און עס זענען געקומען די, וואס זענען געדונגען געווארן ארום דער עלפטער שעה, און האבן באקומען יעדער איין דינר.
10 When the first came, they thought they would get more, but each got a full day's wage too. און ווען די ערשטע זענען געקומען, האבן זיי געמיינט, אז זיי וועלן באקומען מער; און זיי אליין האבן אויך באקומען יעדער איין דינר.
11 And on receiving it they grumbled at the landowner, און ווען זיי האבן עס גענומען, האבן זיי געמורמלט אויף דעם בעל הבית,
12 saying, 'These last worked only one hour, yet you made them equal to us, who bore the day's burden and the scorching heat.' אזוי צו זאגן: די דאזיקע לעצטע האבן געארבעט נאר איין שעה, און דו האסט זיי גלייך געשטעלט מיט אונדז, וואס האבן דערטראגן די לאסט און היץ פון דעם טאג.
13 "He answered one of them, 'Friend, I'm not wronging you. Didn't you agree with me for a full day's wage?' ער אבער האט ענטפערנדיק צו איינעם פון זיי געזאגט: מיין פריינד, איך טו דיר נישט קיין עוולה. האסטו דען נישט איינגעשטימט מיט מיר פאר איין דינר?
14 Take what's yours and go. I want to give this last worker the same as you. נעם דאס דייניקע, און גיי; איך וויל אבער געבן דעם דאזיקן לעצטן אזויפיל וויפל דיר.
15 Can't I do what I want with what's mine? Or are you jealous because I'm generous? טאר איך דען נישט טאן מיט מיין אייגנס, וואס איך וויל? אדער איז דיין אויג שלעכט, ווייל איך בין גוט?
16 So the last will be first, and the first last." אָט אזוי וועלן די לעצטע זיין ערשטע, און די ערשטע—לעצטע.
17 As Jesus was going up to Jerusalem, he took the twelve aside and said to them on the way, און ווען יהושע/ישוע האט געהאלטן ביים ארויפגיין קיין ירושלים, האט ער גענומען די צוועלף אליין אויף א זייט, און אויפן וועג צו זיי געזאגט:
18 "See, we are going up to Jerusalem, and the Son of Man will be given over to the chief priests and scribes, who will condemn him to death, זע, מיר גייען ארויף קיין ירושלים; און דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן צו די הויפט כהנים און סופרים; און זיי וועלן אים פארמשפטן צום טויט,
19 and hand him over to the Gentiles to mock and flog and crucify—and on the third day he will be raised." און אים איבערגעבן צו די אומות (העולם) צו פארשפאטן, און שמייסן, און אויפהענגען אויף דער בוים, און דעם דריטן טאג וועט ער אויפשטיין.
20 Then Zebedee's sons' mother came to him with her sons, kneeling to ask something of him. דעמאלט איז צוגעקומען צו אים די מוטער פון זבדיס קינדער מיט אירע זין, האט זיך געבוקט, און עפעס פארלאנגט פון אים.
21 He asked her, "What do you want?" She said, "Say my two sons will sit one at your right, one at your left, in your kingdom." און ער האט צו איר געזאגט: וואס באגערסטו? זאגט זי צו אים: זאג, אז די דאזיקע ביידע זין מיינע זאלן זיצן איינער אויף דיין רעכטער זייט, און איינער אויף דיין לינקער זייט אין דיין מלכות.
22 But Jesus replied, "You don't know what you're asking. Can you drink the cup I am about to drink?" "We can," they said. יהושע/ישוע האט אבער ענטפערנדיק געזאגט: איר ווייסט נישט, וואס איר בעט! צי קענט איר דען טרינקען דעם כוס, וואס איך גיי טרינקען? זאגן זיי צו אים: מיר קענען!
23 He said, "You will drink my cup, but seating at my right and left is not mine to give—it belongs to those my Father has prepared it for." זאגט ער צו זיי: מיין כוס וועט איר טאקע טרינקען; נאר צו זיצן אויף מיין רעכטער זייט, און אויף מיין לינקער זייט, איז נישט מיין זאך צו געבן; עס איז נאר פאר די, פאר וועמען עס איז צוגעגרייט געווארן פון מיין פאטער.
24 When the ten heard this, they were angry at the two brothers. און ווען די צען האבן דאס געהערט, זענען זיי געווארן אין כעס אויף די צוויי ברידער.
25 Jesus called them over and said, "You know the rulers of the Gentiles lord it over them, and their powerful men hold authority over them. און יהושע/ישוע האט זיי צוגערופן, און געזאגט: איר ווייסט, אז די שרים פון די אומות (העולם) הערשן איבער זיי, און די גרויסע לייט טאן איבער זיי געוועלטיקן.
26 Not so among you. Rather, whoever wants to be great among you must be your servant, אזוי זאל עס נישט זיין צווישן אייך, נאר ווער צווישן אייך עס וועט וועלן זיין גרויס, דער זאל זיין אייער משרת;
27 and whoever wants to be first among you must be your slave, און ווער עס וויל צווישן אייך זיין א ראש, דער זאל זיין אייער קנעכט.
28 just as the Son of Man came not to be served but to serve, and to give his life as a ransom for many." גלייך ווי דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייזונג פאר א סך.
29 And as they went out of Jericho, a great crowd followed him. און בשעת זיי זענען ארויסגעגאנגען פון יריחו, האט אים נאכגעפאלגט א גרויסער המון מענטשן.
30 Two blind men sitting by the road heard Jesus was passing and cried out, "Lord, have mercy on us, Son of David!" און זע, צוויי בלינדע זענען געזעסן ביים וועג; ווי זיי האבן געהערט, אז יהושע/ישוע גייט פארביי, האבן זיי א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: האר, בן דוד, דערבארם דיך אויף אונדז!
31 The crowd scolded them to be quiet, but they shouted louder, "Have mercy on us, Lord, Son of David!" דער המון אבער האט געשריגן אויף זיי, אז זיי זאלן שווייגן. און זיי האבן נאך מער געשריגן, אזוי צו זאגן: האר, בן דוד, דערבארם דיך אויף אונדז!
32 And stopping, Jesus called them and said, "What do you want me to do for you?" און יהושע/ישוע האט זיך אפגעשטעלט, און זיי גערופן, און געזאגט: וואס ווילט איר, אז איך זאל טאן פאר אייך?
33 They said to him, "Lord, let our eyes be opened." זאגן זיי צו אים: אז אונדזערע אויגן זאלן געעפנט ווערן!
34 And Jesus, moved with compassion, touched their eyes, and immediately they recovered their sight and followed him. און יהושע/ישוע האט זיך דערבארעמט אויף זיי, און אנגערירט זייערע אויגן, און פלוצלונג זענען זיי זעענדיק געווארן, און האבן אים נאכגעפאלגט.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]