Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Matthew 19 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 When Jesus finished these words, he left Galilee and went into the region of Judea, across the Jordan. ­און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט די דאזיקע ווערטער, האט ער זיך אויפגעהויבן און איז אוועק פון גליל, און איז געקומען אין דעם גבול פון יהודה, אויף יענער זייט ירדן.
2 Large crowds followed him, and he healed them there. און גרויסע המונים מענטשן האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי דארט געהיילט.
3 Pharisees came to test him, asking, "Is it lawful for a man to divorce his wife for any cause?" און פרושים זענען געקומען צו אים, האבן אים אויסגעפרואווט, און געזאגט: צי מעג מען זיך גטן מיטן ווייב צוליב יעדער סיבה?
4 He answered, "Haven't you read that our Father, who made them at the beginning, made them male and female, ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: האט איר דען נישט געלייענט, אז דער בורא האט אין אנהויב זיי באשאפן זכר און נקבה,
5 and said, 'So a man will leave his father and mother and cling to his wife, and the two will become one flesh'? און געזאגט: דערפאר וועט א מענטש פארלאזן דעם פאטער און די מוטער, און זיך באהעפטן מיט זיין ווייב; און די צוויי וועלן ווערן איין פלייש? אזוי זענען זיי שוין מער נישט קיין צוויי, נאר איין פלייש.
6 So they are no longer two but one flesh; therefore, let no one separate what our Father has joined." דעריבער וואס ה׳ האט מזווג געווען, דאס זאל קיין מענטש נישט צעשיידן.
7 They said to him, "Why then did Moses command that a man give a divorce certificate and send her away?" זאגן זיי צו אים: און פארוואס האט משה געבאטן איר צו געבן א גט, און זי אוועקצושיקן?
8 He told them, "Moses let you divorce your wives because your hearts were hard, but it wasn't like that from the beginning. זאגט ער צו זיי: משה האט אייך דערלויבט צו גטן אייערע ווייבער, מחמת דער הארטקייט פון אייער הארץ; פון אנהויב איז עס אבער נישט אזוי געווען.
9 I tell you: whoever divorces his wife—except for sexual sin—and marries another commits adultery." און איך זאג אייך: ווער עס גט זיך מיט זיין ווייב, אחוץ צוליב זנות, און האט חתונה מיט אן אנדערער, דער איז מזנה; און ווער עס האט חתונה מיט א גרושה, דער איז מזנה.
10 The disciples said to him, "If that's the case between husband and wife, it's better not to marry." זאגן די תלמידים צו אים: אויב די זאך איז אזוי צווישן מאן און ווייב, טויג נישט חתונה צו האבן.
11 He said to them, "Not everyone can accept this word—only those it's given to. ער אבער האט צו זיי געזאגט: נישט אלע קענען מקבל זיין דאס דאזיקע ווארט, נאר זיי, וועמען עס איז געגעבן געווארן.
12 There are eunuchs born that way from their mother's womb; there are eunuchs made that way by others; and there are eunuchs who made themselves so for the kingdom of our Father. Let the one who can accept this, accept it." מחמת עס זענען פאראן סריסים, וואס זענען אזוי געבוירן געווארן פון זייער מוטערס לייב; און עס זענען פאראן סריסים, וואס זענען מסרס געווארן פון מענטשן; און עס זענען פאראן סריסים, וואס האבן זיך אליין מסרס געווען צוליב דעם מלכות השמים. ווער עס קען עס מקבל זיין, דער זאל עס מקבל זיין!
13 Then little children were brought to him so he could lay hands on them and pray, but the disciples rebuked those bringing them. דעמאלט האט מען געברענגט קינדער צו אים, אז ער זאל ארויפלייגן די הענט אויף זיי, און זאגן א תפילה; די תלמידים אבער האבן אנגעשריגן אויף זיי.
14 But Jesus said, "Let the little children come to me—don't stop them, for the kingdom of our Father belongs to ones like these." יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: לאזט די קינדער קומען צו מיר, און שטערט זיי נישט; מחמת צו אזעלכע געהערט דאס מלכות השמים.
15 And he laid his hands on them and went on from there. און ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און איז אוועקגעגאנגען פון דארטן.
16 Just then a man approached him and asked, "Teacher, what good must I do to obtain eternal life?" און זע, איינער איז געקומען צו אים, און געזאגט: רבי, וואס פאר א גוטס זאל איך טאן, כדי איך זאל האבן אייביק לעבן?
17 He said to him, "Why ask me about what is good? Only one is good. If you want to enter life, keep the commandments." און ער האט צו אים געזאגט: וואס פרעגסטו מיך וועגן דעם גוטן? נאר איינער איז דער גוטער! אויב אבער דו ווילסט אריינגיין אין דעם לעבן, האלט די מצוות!
18 "Which ones?" he asked. Jesus said, "Do not murder, do not commit adultery, do not steal, do not testify falsely, זאגט ער צו אים: וועלכע? און יהושע/ישוע האט געזאגט: זאלסט נישט טייטן, זאלסט נישט נואפן, זאלסט נישט גנבענען, זאלסט נישט זאגן פאלש עדות,
19 honor your father and mother, and love your neighbor as yourself." זאלסט אפגעבן כבוד דעם פאטער און די מוטער, און: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין!
20 The young man said to him, "All these I have kept. What do I still lack?" זאגט צו אים דער בחור: דאס אלץ האב איך אפגעהיטן; וואס פעלט מיר נאך?
21 Jesus told him, "If you want to be complete, go, sell your possessions and give to the poor—you'll have treasure in heaven—then come, follow me." האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: אויב דו ווילסט זיין שלמותדיק, גיי, פארקויף דיין רכוש, און גיב עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך.
22 When the young man heard this, he went away grieving, because he had great wealth. ווי אבער דער בחור האט געהערט דאס דאזיקע ווארט, איז ער אוועקגעגאנגען א טרויעריקער; מחמת ער האט געהאט א גרויס פארמעגן.
23 Jesus said to his disciples, "Truly, I tell you: a rich person will hardly enter our Father's kingdom. און יהושע/ישוע האט געזאגט צו זיינע תלמידים: באמת זאג איך אייך: עס איז שווער פאר אן עושר אריינצוגיין אין דעם מלכות השמים.
24 I tell you again: a camel fits through the eye of a needle easier than a rich person enters our Father's kingdom." און ווידער זאג איך אייך: א קעמל קען לייכטער אריינגיין דורך דעם לאך פון א נאדל, ווי א רייכער אין דעם קעניגרייך פון ה׳!
25 When the disciples heard this, they were greatly astonished and asked, "Who then can be saved?" און ווען די תלמידים האבן דאס געהערט, זענען זיי שטארק נשתומם געווארן, און האבן געזאגט: ווער זשע קען דערלייזט ווערן?
26 Jesus looked at them and said, "This is impossible for people, but everything is possible with our Father." און יהושע/ישוע האט אויף זיי געקוקט און געזאגט צו זיי: ביי מענטשן איז דאס דאזיקע אוממעגלעך; ביי ה׳ אבער איז אלץ מעגלעך.
27 Then Peter said to him, "Look, we've left everything and followed you. What then will we have?" דעמאלט האט פעטרוס ענטפערנדיק צו אים געזאגט: זע, מיר האבן אלץ פארלאזן, און דיר נאכגעפאלגט; וואס וועלן מיר האבן דערפאר?
28 Jesus told them, "Truly: in the renewal, when the Son of Man sits on his glorious throne, you who followed me will also sit on twelve thrones, judging the twelve tribes of Israel. און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך, אז איר, וואס האבן מיר נאכגעפאלגט, וועט אין דער נייער וועלט, ווען דער בר אנש וועט זיצן אויף זיין כסא הכבוד, אויך זיצן אויף צוועלף טראנען און משפטן די צוועלף שבטים פון ישראל.
29 "Everyone who has left houses or brothers or sisters or father or mother or children or fields for my name will receive one hundred times more and inherit eternal life. און יעדער איינער, וואס האט פארלאזט הייזער אדער ברידער אדער שוועסטער אדער פאטער אדער מוטער אדער קינדער אדער פעלדער צוליב מיין נאמען, וועט א סך מאל מער באקומען, און ירשענען דאס אייביקע לעבן.
30 But many who are first will be last, and many who are last will be first." נאר א סך ערשטע וועלן זיין לעצטע, און לעצטע—ערשטע.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]