Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Matthew 18 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 At that time the disciples came to Jesus, asking, "Who, then, is greatest in the kingdom of our Father?" אין יענער שעה זענען די תלמידים געקומען צו יהושען/ישוען, און געזאגט: ווער איז אינדעראמתן דער גרעסטער אין דעם מלכות השמים?
2 Calling a little child to him, he placed the child among them, און ער האט גערופן צו זיך א קינד, און האט עס געשטעלט אין זייער מיט,
3 and said, "I tell you truly: unless you turn and become like little children, you'll never enter our Father's kingdom. און געזאגט: באמת זאג איך אייך: אויב איר וועט זיך נישט אומקערן, און ווערן ווי די קינדער, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אין דעם מלכות השמים!
4 Whoever therefore humbles himself like this little child is the greatest in the kingdom of our Father. דעריבער ווער עס וועט זיך אליין דערנידעריקן ווי דאס דאזיקע קינד, דער איז דער גרעסטער אין מלכות השמים.
5 And whoever welcomes one such little child in my name welcomes me." און ווער עס וועט אויפנעמען איין קינד אזעלכעס אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף.
6 "But whoever trips up one of these little ones who believe in me—better to hang a heavy millstone on his neck and drown him in the depths of the sea." ווער אבער עס וועט פארפירן צום שטרויכלען איינס פון די דאזיקע קליינע, וואס גלויבן אין מיר, איז בעסער פאר אים וואלט עס געווען, אז א גרויסער מילשטיין וואלט אנגעהאנגען געווארן אויף זיין האלדז, און ער וואלט דערטרונקען געווארן אין דער טיפעניש פון ים.
7 "Disaster for the world because of things that cause stumbling! They must come, but disaster for whoever brings them. וויי צו דער וועלט מחמת די מיכשולים! מחמת שטרויכלונגען מוזן קומען; נאר וויי איז צו דעם מענטשן, דורך וועמען דאס מיכשול קומט!
8 If your hand or foot makes you stumble, cut it off, throw it away. Better to enter life crippled or lame than keep both hands or both feet and be thrown into the eternal fire." און אויב דיין האנט אדער דיין פוס פארפירט דיך צום שטרויכלען, האק אים אפ, און ווארף אים אוועק פון דיר! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין דעם לעבן לאם אדער הינקענדיק, ווי צו האבן ביידע הענט אדער ביידע פיס און געווארפן צו ווערן אין דעם אייביקן פייער אריין.
9 If your eye trips you up, tear it out and throw it away. Better to enter life with one eye than to keep both and be thrown into hell's fire. און אויב דיין אויג פארפירט דיך צום שטרויכלען, רייס עס ארויס און ווארף עס אוועק פון דיר! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין דעם לעבן מיט איין אויג, ווי צו האבן צוויי אויגן און געווארפן צו ווערן אין דעם גיהנום פון פייער.
10 "See that you don't look down on one of these little ones. I tell you, their angels in heaven always see my Father's face in heaven." גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט מבזה זיין קיין איינס פון די דאזיקע קליינע! מחמת איך זאג אייך, אז זייערע מלאכים אין הימל זען תמיד דאס פנים פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל.
11 Not in this edition (מחמת דער בר אנש איז געקומען, כדי צו ראטעווען דאס, וואס איז פארלוירן געגאנגען.)
12 "What do you think? If a man has one hundred sheep and one wanders off, won't he leave the ninety-nine on the hills and go look for the one that wandered? וואס מיינט איר? ווען א געוויסער מאן האט הונדערט שאף, און איינע פון זיי וועט פארבלאנדזשען, צי וועט ער דען נישט איבערלאזן די ניין און ניינציק אויף די בערג, און גיין זוכן די פארבלאנדזשעטע?
13 If he finds it, I assure you: he rejoices over it more than over the ninety-nine that never strayed. און ווען עס טרעפט זיך, אז ער געפינט זי, באמת זאג איך אייך, ער פריידט זיך מער מיט איר, ווי מיט די ניין און ניינציק, וואס זענען נישט פארבלאנדזשעט געווארן.
14 So it is not your Father in heaven's will that one of these little ones perish.' אָט אזוי איז עס אויך נישט דער רצון פאר אייער פאטער, וואס איז אין הימל, אז איינס פון די דאזיקע קליינע זאל פארלוירן גיין.
15 "If your brother sins against you, go, show him his fault—you and he alone. If he listens, you've won your brother over. ווען דיין ברודער וועט זינדיקן (קעגן דיר), זאלסטו גיין, און אים זאגן מוסר בלויז צווישן דיר און אים אליין.
16 But if he won't listen, bring one or two more with you, so every matter stands by the mouth of two or three witnesses. וועט ער דיך הערן, האסטו געוואונען דיין ברודער. אויב אבער ער וועט נישט הערן, זאלסטו נעמען מיט דיר נאך איינעם אדער צוויי, כדי פון דעם מויל פון צוויי עדות אדער דריי זאל יעדע זאך פעסטגעשטעלט ווערן.
17 If he won't listen to them, tell the church. If he won't listen to the church either, treat him like an outsider or a tax collector. און אויב ער וועט זיי נישט הערן, זאג עס צו דער קהלה. ווען אבער ער וויל די קהלה אויך נישט הערן, זאל ער זיין פאר דיר ווי א גוי און דער שטייער אויפמאנער.
18 Truly I tell you, whatever you bind on earth will be bound in heaven, and whatever you loose on earth, loosed in heaven. באמת זאג איך אייך, וואס איר וועט אסרן אויף דער ערד, דאס וועט זיין אסור אין הימל, און וואס איר וועט מתיר זיין אויף דער ערד, דאס וועט זיין מותר אין הימל.
19 Again, truly I tell you: if two of you on earth agree about anything they ask, my Father in heaven will do it for them. ווייטער זאג איך אייך, אויב צוויי פון אייך וועלן מסכים זיין אויף דער ערד וואס שייך וועלכע עס איז זאך, אויף וואס זיי ווילן בעטן, וועט עס זיי געטאן ווערן פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל.
20 For where two or three are gathered together in my name, there I am among them." מחמת וואו צוויי אדער דריי זענען פארזאמלט אין מיין נאמען, דארט בין איך צווישן זיי.
21 Then Peter came to Jesus: "Lord, how many times must I forgive my brother who sins against me? Up to seven times?" דעמאלט איז פעטרוס צוגעגאנגען צו אים, און געזאגט; האר, וויפל מאל, ווען מיין ברודער זינדיקט קעגן מיר, דארף איך אים מוחל זיין? צי ביז צום זיבעטן מאל?
22 Jesus answered, "I tell you, not seven times, but seventy-seven times. זאגט יהושע/ישוע צו אים: איך זאג דיר נישט, ביז צום זיבעטן מאל; נאר, ביז צום זיבעציקסטן מאל זיבעטן מאל!
23 So the kingdom of our Father is like a king who wanted to settle accounts with his servants. דערפאר איז דאס מלכות השמים געגליכן צו א מלך, וואס האט געוואלט מאכן א חשבון מיט זיינע קנעכט.
24 When he began settling accounts, a man owing a fortune was brought to him. און ווי ער האט אנגעהויבן צו רעכענען, האט מען געברענגט פאר אים איינעם, וועלכער איז שולדיק געווען צען טויזנט טאלאנטן.
25 Since he could not pay, his master ordered him and his wife, children, and all he had sold, and the debt repaid." און ווייל ער האט נישט געהאט צו באצאלן, האט זיין האר באפוילן, אז מען זאל אים פארקויפן מיט זיין ווייב און קינדער און אלץ, וואס ער האט, און עס זאל באצאלט ווערן.
26 So the servant knelt before him, pleading, "Be patient with me, and I will repay everything. דאן איז דער קנעכט אנידערגעפאלן און האט זיך געבוקט צו אים, אזוי צו זאגן: האב געדולד מיט מיר, און איך וועל דיר אלץ באצאלן!
27 The master of that servant, his heart moved with compassion, released him and forgave him the debt." און דער האר פון יענעם קנעכט האט זיך דערבארמט אויף אים, און האט אים געלאזט גיין, און אים מוחל געווען דעם חוב.
28 "That servant then went out, found a fellow servant who owed him one hundred days' wages, grabbed him, and began choking him: 'Pay back what you owe me!'" ווען אבער יענער קנעכט איז ארויסגעגאנגען, האט ער געפונען איינעם פון זיינע מיטקנעכט, וואס איז אים שולדיק געווען הונדערט דינרים; און ער האט אים אנגעכאפט, און האט אים געווערגן, און געזאגט: באצאל, וואס דו ביסט שולדיק!
29 So his fellow servant knelt and pleaded with him, "Be patient with me; I'll repay you. דאן איז זיין מיטקנעכט אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, און האט אים געבעטן, אזוי צו זאגן: האב געדולד מיט מיר, און איך וועל דיר באצאלן!
30 But he refused, went and threw him into prison until he paid the debt. ער אבער האט נישט געוואלט, נאר איז אוועקגעגאנגען און האט אים אריינגעווארפן אין תפיסה, ביז ער וועט האבן באצאלט, וואס ער איז שולדיק געווען.
31 Seeing what had happened, his fellow servants were deeply grieved, went, and told their master all that had happened." דעריבער ווען זיינע מיטקנעכט האבן געזען, וואס דא איז געשען, האבן זיי זיך שטארק מצער געווען, און זענען געקומען און דערציילט זייער האר אלץ, וואס האט פאסירט.
32 Then the master summoned him. "Wicked servant," he said, "I forgave you all that debt because you begged me. דעמאלט האט זיין האר אים גערופן צו זיך, און זאגט צו אים: דו געמיינער קנעכט! יענעם גאנצן חוב האב איך דיר פארגעבן, ווייל דו האסט מיך געבעטן;
33 Shouldn't you also have shown your fellow servant mercy, as I showed you mercy? האסטו דען נישט אויך געדארפט רחמנות האבן אויף דיין מיטקנעכט, ווי איך האב אויף דיר רחמנות געהאט?
34 Furious, his master handed him to the torturers until he repaid the whole debt. און זיין האר איז צארנדיק געווארן, און האט אים איבערגעגעבן צו די פייניקער, ביז ער וועט באצאלן אלץ, וואס ער איז אים שולדיק.
35 My heavenly Father will do the same to you, unless each forgives his brother from the heart." פונקט אזוי וועט אויך מיין הימלישער פאטער טאן צו אייך, ווען איר וועט נישט מוחל זיין יעדער איינער דעם ברודער זיינעם פון אייערע הערצער.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]