Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Matthew 17 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Six days later, Jesus took Peter, James, and John his brother, and led them up a high mountain alone. און אין זעקס טעג ארום נעמט יהושע/ישוע מיט זיך פעטרוסן, און יעקבן, און זיין ברודער יוחנן, און פירט זיי אליין ארויף אויף א הויכן בארג.
2 He was transfigured before them: his face shone like the sun, his clothes turned white as light. און ער איז פארענדערט געווארן פאר זיי, און זיין פנים האט געלויכטן ווי די זון, און זיינע מלבושים זענען געווארן ווייס ווי דאס ליכט.
3 Suddenly, Moses and Elijah appeared to them, talking with him. און זע, משה און אליהו האבן זיך באוויזן צו זיי, רעדנדיק מיט אים.
4 Peter said to Jesus, "Lord, it's good we're here. If you want, I'll build three shelters—one for you, one for Moses, and one for Elijah." און פעטרוס האט ענטפערנדיק געזאגט צו יהושען/ישוען: האר, עס איז גוט פאר אונדז דא צו זיין! אויב דו ווילסט, וועל איך דא מאכן דריי געצעלטן; איינס פאר דיר, און איינס פאר משהן, און איינס פאר אליהו.
5 While he was still speaking, a bright cloud covered them, and a voice from the cloud said, "This is my beloved Son; I delight in him. Listen to him." און בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, א ליכטיקער וואלקן האט זיי באשאטנט; און זע, א קול אויס דעם וואלקן האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן; אים זאלט איר הערן!
6 When the disciples heard it, they fell on their faces and were terrified. און ווי די תלמידים האבן עס געהערט, זענען זיי אנידערגעפאלן אויף זייערע פנימער, און האבן זיך זייער געפארכטן.
7 But Jesus came and touched them, "Rise, and do not be afraid." און יהושע/ישוע איז צוגעגאנגען און האט זיי אנגערירט און געזאגט: שטייט אויף, און האט נישט קיין מורא!
8 When they looked up, they saw only Jesus. און ווען זיי האבן אויפגעהויבן זייערע אויגן, האבן זיי קיינעם נישט געזען, אחוץ יהושען/ישוען אליין.
9 Descending the mountain, Jesus ordered them, "Tell no one the vision until the Son of Man is raised from the dead." און בשעת זיי זענען אראפגעגאנגען פון בארג, האט יהושע/ישוע זיי באפוילן, אזוי צו זאגן: זאגט קיינעם נישט פון דער זעאונג, ביז דער בר אנש איז אויפגעשטאנען פון די טויטע.
10 The disciples asked him, "Then why do the scribes say that Elijah must come first?" און די תלמידים האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: און פארוואס זאגן די סופרים, אז אליהו דארף צום ערשט קומען?
11 He answered, "Elijah does come, and he will restore all things. ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: אליהו קומט טאקע, און וועט אלץ צוריקשטעלן;
12 But I tell you, Elijah has already come, and they didn't recognize him, but treated him as they pleased. So too the Son of Man is about to suffer at their hands." נאר איך זאג אייך, אז אליהו איז שוין געקומען, און זיי האבן אים נישט דערקענט, נאר געמאכט מיט אים, וואס זיי האבן געוואלט. אָט אזוי וועט אויך דער בר אנש האבן צו ליידן פון זיי.
13 Then the disciples understood that he was speaking to them about John the Baptist. דעמאלט האבן די תלמידים פארשטאנען, אז ער האט גערעדט צו זיי וועגן יוחנן פון דער (ירדן) מקווה.
14 And when they came to the crowd, a man came up to him, kneeling before him, און ווען זיי זענען געקומען צו דעם המון עם, איז געקומען צו אים א מענטש, וואס איז אנידערגעפאלן פאר אים אויף די קני,
15 and saying, "Lord, have mercy on my son, for he has seizures and suffers terribly, often falling into fire, often into water. און געזאגט: האר, דערבארם דיך אויף מיין זון; ווייל ער איז א חולי‑נופל, און ליידט שווער; מחמת אפטמאל פאלט ער אין פייער אריין, און אפטמאל אין וואסער אריין.
16 And I brought him to your disciples, and they could not heal him." און איך האב אים געברענגט צו דיינע תלמידים, און זיי האבן אים נישט געקענט אויסהיילן.
17 Jesus answered, "Unfaithful, twisted generation! How long must I remain with you, how long put up with you? Bring him here to me." און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט: אָ אומגלויביק און פארקרימט דור! ווילאנג זאל איך זיין ביי אייך? ווילאנג זאל איך אייך דערטראגן? ברענגט אים אהער צו מיר!
18 And Jesus rebuked the demon, and it came out of him, and the boy was healed instantly. און יהושע/ישוע האט אנגעשריגן אויף אים, און דער בייזער גייסט איז פון אים ארויס, און דאס יינגל איז געזונט געווארן פון יענער שעה אָן.
19 Then the disciples came to Jesus privately and said, "Why could we not cast it out?" דעמאלט זענען די תלמידים צוגעגאנגען צו יהושען/ישוען, ווען זיי זענען געווען מיט אים אליין, און האבן געזאגט: פארוואס זענען מיר נישט געווען ביכולת אים ארויסצוטרייבן?
20 He said to them, "Because your faith is small. Truly I tell you: with faith like a mustard seed, you will tell this mountain, 'Move from here to there,' and it will move. Nothing will be impossible for you." און ער זאגט צו זיי: צוליב אייער קליינגלויביקייט! מחמת באמת זאג איך אייך: אויב איר וואלט געהאט אמונה ווי א זענעפט קערנדל, וואלט איר געזאגט צו דעם דאזיקן בארג: הויב דיך אויף פונדאנען דארטן אהין! און ער וואלט זיך אויפגעהויבן, און קיין זאך וואלט נישט געווען אוממעגלעך פאר אייך.
21 Not in this edition (דער דאזיקער מין אבער גייט נישט ארויס אחוץ דורך תפילה און פאסטן.)
22 While gathering in Galilee, Jesus told them, "The Son of Man is about to be handed over to men, און בשעת זיי זענען ארומגעגאנגען אין גליל, האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן אין הענט פון מענטשן;
23 they will kill him, and on the third day he will be raised." They were deeply grieved. און זיי וועלן אים טייטן, און דעם דריטן טאג וועט ער אויפשטיין. און זיי זענען געווארן זייער באטריבט.
24 Arriving in Capernaum, the temple tax collectors approached Peter and asked, "Doesn't your teacher pay the temple tax?" און ווען זיי זענען געקומען קיין כפר‑נחום, זענען די איינמאנער פון דעם האלבן שקל צוגעקומען צו פעטרוסן, און געזאגט: אייער רבי צאלט נישט דעם האלבן שקל?
25 He said, "Yes." When he entered the house, Jesus spoke first: "What do you think, Simon? From whom do earthly kings collect tolls or taxes—from their own sons, or from others?" זאגט ער: יא! און ווען ער איז אריינגעקומען אין הויז, איז יהושע/ישוע אים אנטקעגנגעקומען, זאגנדיק: וואס מיינסטו, שמעון? די מלכים פון דער ערד, פון וועמען נעמען זיי שטייערן אדער צינזן? פון זייערע קינדער, אדער פון פרעמדע?
26 And when Peter said, "From others," Jesus said to him, "Then the sons are free." און ווען ער האט געזאגט: פון פרעמדע, האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: אזוי זענען די קינדער פריי!
27 "But so we don't offend them, go to the sea, cast a hook, and take the first fish that comes up. Open its mouth and you'll find a coin. Take it and give it to them for me and you." נאר כדי מיר זאלן נישט זיין קיין מיכשול פאר זיי, גיי צום ים, און ווארף אריין א ווענטקע, און נעם דעם ערשטן פיש, וואס וועט ארויפקומען; און ווען דו וועסט אויפעפענען זיין מויל, וועסטו געפינען א זילבערנע מטבע (א סטאטער); נעם זי, און גיב זי פאר מיר און פאר דיר.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]