Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Mark 16 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 When the Sabbath ended, Mary Magdalene, Mary the mother of James, and Salome bought spices to go anoint him. און ווען עס איז געווארן אויס שבת, האבן מרים פון מגדלה, און מרים, די מוטער פון יעקב, און שלומית געקויפט געווירצן, כדי זיי זאלן אהינגיין אים צו זאלבן.
2 Very early on the first day of the week, just after sunrise, they went to the tomb. און זייער פרי דעם ערשטן טאג פון דער וואך, קומען זיי צום קבר, ווען די זון איז אויפגעגאנגען.
3 They asked each other, "Who will roll the stone away from the tomb's entrance for us?" און האבן געזאגט איינע צו דער אנדערער: ווער וועט אראפקייקלען פאר אונדז דעם שטיין פון דעם אריינגאנג צום קבר?
4 But looking up, they saw the stone—very large—already rolled away. און ווי זיי האבן א בליק געטאן, האבן זיי געזען, אז דער שטיין איז אוועקגעקייקלט; ווארום ער איז געווען זייער גרויס.
5 They entered the tomb and saw a young man dressed in a white robe, seated on the right. They were alarmed. און ווען זיי זענען אריינגעגאנגען אין קבר אריין, האבן זיי געזען א בחור זיצן אויף דער רעכטער זייט, אנגעטאן אין א ווייס קלייד, און זיי האבן זיך שטארק דערשראקן.
6 "Don't be alarmed," he said. "You're looking for Jesus the Nazarene, who was crucified. He's risen—he isn't here. Look, the place they laid him. און ער זאגט צו זיי: שרעקט זיך נישט! איר זוכט יהושען/ישוען פון נצרת, דעם וואס איז אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן; ער איז אויפגעשטאנען; ער איז דא נישטא; אָט איז דאס ארט, וואו מען האט אים געלייגט! (תהלים טז, י.)
7 But go, tell his disciples and Peter, 'He goes ahead of you to Galilee. You will see him there, as he told you.'" נאר גייט, זאגט זיינע תלמידים און פעטרוסן, אז ער גייט פארויס פאר אייך קיין גליל; דארט וועט איר אים זען, לויט ווי ער האט אייך געזאגט.
8 Trembling and amazed, the women fled the tomb, telling no one—they were afraid. און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און זענען אנטלאפן פון קבר; ווארום עס האט זיי אנגעכאפט א ציטערניש און זיי זענען געווען אויסער זיך; און זיי האבן קיינעם גארנישט געזאגט; ווייל זיי האבן מורא געהאט.
9 Rising early the first day of the week, Jesus appeared first to Mary Magdalene, from whom he had driven seven demons. און ווען ער איז אויפגעשטאנען אינדערפרי דעם ערשטן טאג פון דער וואך, האט ער זיך צום ערשט באוויזן צו מרים פון מגדלה, פון וועמען ער האט ארויסגעטריבן זיבן בייזע גייסטער.
10 She went and told those who had been with him, who were mourning and weeping. זי איז געגאנגען און האט עס דערציילט צו די, וואס זענען געווען מיט אים, וואס האבן געטרויערט און געוויינט.
11 Hearing Jesus was alive and seen by her, they did not believe it. און ווען זיי האבן געהערט, אז ער לעבט און איז פון איר געזען געווארן, האבן זיי עס נישט געגלויבט.
12 Afterward Jesus appeared, in a different form, to two of them walking in the country. נאך דעם האט ער זיך באוויזן אין אן אנדער געשטאלט צו צוויי פון זיי, בשעת זיי זענען געגאנגען אין פעלד אריין.
13 They went back and reported it to the others, but they did not believe them either. און זיי זענען אוועקגעגאנגען און האבן עס דערציילט צו די איבריקע; אבער אויך יענע האבן זיי נישט געגלויבט.
14 Later Jesus appeared to the eleven as they reclined at a meal and rebuked their lack of faith and hardness of heart, because they hadn't believed those who saw him risen. דערנאך האט ער זיך באוויזן צו די עלף אליין, בשעת זיי זענען געזעסן ביים טיש, און האט זיי פארגעווארפן זייער אומגלויבן און הארטקייט פון הארצן, ווייל זיי האבן נישט געגלויבט די, וואס האבן אים געזען אן אויפגעשטאנענעם.
15 He said to them, "Go into all the world and proclaim the good news to all creation. און ער האט צו זיי געזאגט: גייט אין דער גאנצער וועלט, זאגט אָן די גוטע בשורה צו דער גאנצער באשאפונג.
16 Whoever believes and is baptized will be saved, but whoever does not believe will be condemned. ווער עס גלויבט און לאזט זיך טובל זיין אין א מקווה, דער וועט געראטעוועט ווערן; ווער אבער עס וועט נישט גלויבן, דער וועט פארמשפט ווערן.
17 And these signs will follow those who believe: in my name they'll drive out demons, speak in new tongues. און די דאזיקע צייכנס וועלן באגלייטן די, וואס גלויבן יא: אין מיין נאמען וועלן זיי ארויסטרייבן בייזע גייסטער; זיי וועלן רעדן מיט נייע לשונות;
18 They will pick up snakes with their hands; if they drink deadly poison, it won't harm them; they will lay hands on the sick, and they will recover." מיט די הענט וועלן זיי אויפהויבן שלאנגען, און אויב זיי וועלן טרינקען סם, וועט עס זיי בשום אופן נישט שאטן; אויף קראנקע וועלן זיי ארויפלייגן די הענט, און זיי וועלן גענעזן ווערן.
19 After speaking to them, the Lord Jesus was taken up into heaven and sat at the right hand of our Father. און אזוי, נאך דעם ווי דער האר יהושע/ישוע האט צו זיי גערעדט, איז ער ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין, און האט זיך אנידערגעזעצט אויף ה׳ס רעכטער זייט. (תהלים קי, א.)
20 They went out and preached everywhere, the Lord working with them, confirming his word through accompanying signs. און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אויסגערופן (די גוטע בשורה) אומעטום, און דער האר האט מיטגעווירקט מיט זיי, באשטעטיקנדיק דאס ווארט דורך די צייכנס, וואס האבן נאכגעפאלגט. אמן.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]