Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Mark 15 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 At dawn the chief priests, elders, scribes, and the whole council consulted together, bound Jesus, led him away, and handed him over to Pilate. און באלד אינדערפרי האבן זיך די הויפט כהנים באראטן מיט די זקנים און סופרים, און דאס גאנצע סנהדרין—האבן געבונדן יהושען/ישוען, און אים אוועקגעפירט, און איבערגעגעבן צו פילאטוסן. (ישעיהו נג, ח.)
2 Pilate asked him, "Are you the King of the Jews?" "You say so," Jesus replied. און פילאטוס האט אים געפרעגט: צי ביסט דו דער קעניג פון די יידן? און ער האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: דו זאגסט עס!
3 The chief priests kept accusing him of many things. און די הויפט כהנים האבן געברענגט א סך באשולדיקונגען קעגן אים.
4 So Pilate questioned him again: "Have you no answer? See how many charges they bring against you." און פילאטוס האט אים ווידער געפרעגט, אזוי צו זאגן: דו ענטפערסט גארנישט? זע, וויפל באשולדיקונגען זיי מאכן קעגן דיר!
5 But Jesus said nothing more, and Pilate was amazed. יהושע/ישוע אבער האט מער גארנישט געענטפערט; אזוי אז פילאטוס האט זיך געוואונדערט. (ישעיהו נג, ז.)
6 Now at the festival, Pilate used to release one prisoner for them—whoever they asked for. און אויף יעדן יום טוב פלעגט ער זיי באפרייען איין געפאנגענעם, וועמען זיי האבן באגערט.
7 A man called Barabbas was in prison with the rebels who had committed murder during the uprising. און עס איז געווען איינער, וואס מען האט אים גערופן בר‑אבא, געבונדן צוזאמען מיט די בונטארן, וועלכע האבן אפגעטאן א רציחה בשעת אן אויפשטאנד.
8 The crowd came up and began asking Pilate to do for them what he always did. און דער המון איז ארויפגעגאנגען און האט אנגעהויבן צו פארלאנגען, אז ער זאל טאן, ווי געווענלעך פאר זיי.
9 "Do you want me to release for you the King of the Jews?" Pilate answered, און פילאטוס האט זיי געענטפערט, אזוי צו זאגן: צי ווילט איר, אז איך זאל אייך באפרייען דעם קעניג פון די יידן?
10 for he knew it was out of envy that the chief priests had handed him over. ווארום ער האט געוואוסט, אז די הויפט כהנים האבן אים איבערגעגעבן מחמת קנאה.
11 But the chief priests stirred up the crowd to have him release Barabbas for them instead. די הויפט כהנים אבער האבן אונטערגעהעצט דעם המון, אז ער זאל זיי ליבער באפרייען בר‑אבאן.
12 "So what do you want me to do with the one you call King of the Jews?" Pilate asked them again. און פילאטוס האט ווידער ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: וואס זשע זאל איך טאן מיט אים, וועמען איר רופט קעניג פון די יידן?
13 Crucify him!" they shouted back. און זיי האבן נאכאמאל א געשריי געטאן: אויפהענגען אים אויף דער בוים!
14 "Why? What evil has he done?" Pilate asked. But they shouted all the louder, "Crucify him!" און פילאטוס האט צו זיי געזאגט: וואס פאר א שלעכטס האט ער דען געטאן? זיי אבער האבן נאך מער געשריגן: אויפהענגען אים אויף דער בוים!
15 To satisfy the crowd, Pilate released Barabbas to them. He had Jesus flogged, and handed him over to be crucified. און ווייל פילאטוס האט געוואלט טאן די געפעליקייט דעם המון, האט ער פאר זיי באפרייט בר‑אבאן, און האט איבערגעגעבן יהושען/ישוען, נאך דעם ווי ער האט אים געלאזט שמייסן, און אים איבערגעגעבן אויפהענגען אויף א בוים צו ווערן. (ישעיהו נג, ה.)
16 Soldiers led him away into the palace (the governor's headquarters) and called together the whole company of soldiers. און די זעלנער האבן אים אוועקגעפירט אינעווייניק אין הויף אריין, דאס איז דאס פרעטאריום; און רופן צונויף די גאנצע ראטע.
17 They dressed him in purple, twisted together a crown of thorns, and set it on him. און זיי קליידן אים אָן אין פורפור, און טאן אים אָן א קרוין, וואס זיי האבן געפלאכטן פון דערנער;
18 And they began to salute him: "Hail, King of the Jews!" און האבן אנגעהויבן אים צו באגריסן: שלום, קעניג פון די יידן!
19 They kept beating his head with a staff, spat on him, and knelt in mock homage to him. און זיי האבן אים געשלאגן מיט א שטעקן איבערן קאפ, און געשפיגן אויף אים, און האבן געבויגן די קניען און זיך געבוקט צו אים. (ישעיהו נ, ו.)
20 After mocking him, they stripped off the purple and put his own clothes on him, then led him out to crucify him. און נאך דעם ווי זיי האבן אפגעשפאט פון אים, האבן זיי אים אויסגעטאן דאס פורפור, און אים אנגעטאן זיינע מלבושים. און זיי פירן אים ארויס, כדי אים צו אויפהענגען אויף דער בוים.
21 They forced a passerby coming from the countryside—Simon of Cyrene, father of Alexander and Rufus—to carry his cross. און זיי צווינגען א פארבייגייער, א געוויסן שמעון פון קירניה, קומענדיק פון פעלד, דעם פאטער פון אלעקסאנדער און רופוס, אז ער זאל טראגן זיין בוים.
22 They brought Jesus to the place called Golgotha (which means Place of a Skull). און זיי ברענגען אים צו דעם ארט גלגלתא, וואס דער טייטש דערפון איז: דאס ארט פון א שארבן.
23 They offered him wine mixed with myrrh, but he did not take it. און זיי האבן אים געגעבן וויין געמישט מיט מירע, וואס ער האט אבער נישט אנגענומען.
24 They crucified him. They divided his clothes among them, casting lots for what each would get. און זיי האבן אים אויפגעהאנגען אויף א בוים, און צעטיילן צווישן זיך זיינע מלבושים, ווארפנדיק גורל אויף זיי, וואס ווער זאל נעמען.
25 It was nine in the morning when they crucified him. און עס איז געווען די דריטע שעה, און זיי האבן אים אויפגעהאנגען אויף א בוים. (תהלים כב, יד-טז, יח.)
26 The written notice of the charge against him read: THE KING OF THE JEWS. און דער כתב פון זיין באשולדיקונג איז געווען אויפגעשריבן: דער קעניג פון די יידן.
27 They crucified two rebels with him, one on his right and one on his left. און צוזאמען מיט אים זיי אויפהענגען אויף דער בוים צוויי רויבער; איינעם אויף זיין רעכטער זייט, און איינעם אויף זיין לינקער זייט.
28 Not in this edition און עס איז מקוים געווארן דער פסוק, וואס זאגט: און מיט פושעים איז ער פאררעכנט געווארן. (ישעיהו נג, יב.)
29 Those passing by insulted him, shaking their heads, saying, "Ha! You who tear down the temple and build it in three days, און די פארבייגייער האבן אים געלעסטערט, שאקלענדיק זייערע קעפ, און זאגנדיק: הא! דו, וואס צעשטערסט דעם היכל, און בויסט אים אויף אין דריי טעג,
30 save yourself and come down from the cross!" ראטעווע דיך אליין, און קום אראפ פונם בוים!
31 Likewise the chief priests and scribes mocked him among themselves: "He saved others; himself he can't save. אזוי האבן אויך די הויפט כהנים אפגעשפאט צווישן זיך צוזאמען מיט די סופרים, און געזאגט: אנדערע האט ער געהאלפן, זיך אליין קען ער נישט העלפן.
32 Let the Christ, King of Israel, come down from the cross now, so we can see and believe." Those crucified with him also insulted him. דער משיח, דער קעניג פון ישראל! זאל ער איצט אראפשטייגן פון בוים, כדי מיר זאלן זען און גלויבן! אויך די, וואס זענען מיט אים אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן, האבן אים מבזה געווען.
33 At noon, darkness came over the whole land until three in the afternoon. און ווען די זעקסטע שעה איז געקומען, איז געווארן א פינצטערניש איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה.
34 At three in the afternoon Jesus cried out loudly, "Eloi, Eloi, lema sabachthani?" meaning, "My God, my God, why have you forsaken me?" און אין דער ניינטער שעה האט יהושע/ישוע א געשריי געטאן מיט א הויך קול: אלהי אלהי למה שבקתני? פארטייטשט הייסט עס: ג‑ט מיינער, ג‑ט מיינער, פארוואס האסטו מיך פארלאזן? (תהלים כב, א.)
35 When some of those standing nearby heard this, they said, "Listen, he's calling Elijah." און אייניקע פון די, וואס זענען געשטאנען דערביי, האבן עס געהערט, און האבן געזאגט: זע, ער רופט אליהון.
36 One ran, filled a sponge with sour wine, put it on a reed, and gave him a drink. "Let him be," he said, "let's see if Elijah comes to take him down." און איינער איז געלאפן, און האט אנגעפילט א שוואם מיט עסיק, און זי ארויפגעזעצט אויף א שטעקן, און אים געגעבן צו טרינקען (תהלים סט, כב.), אזוי צו זאגן: לאזט; מיר וועלן זען אויב אליהו וועט קומען, כדי אים אראפצונעמען!
37 With a loud cry, Jesus breathed his last. יהושע/ישוע אבער האט ארויסגעלאזט א הויך געשריי, און אפגעגעבן דעם גייסט.
38 And the curtain of the temple was torn in two from top to bottom. און דאס פרוכת פון היכל האט זיך צעריסן אין צווייען, פון אויבן ביז אראפ.
39 The centurion facing Jesus saw how he breathed his last and said, "Truly this man was the Son of God." און ווי דער אפיציר, וועלכער איז געשטאנען אנטקעגנאיבער אים, האט געזען, אז ער האט אָט אזוי אפגעגעבן דעם גייסט, האט ער געזאגט: דער דאזיקער מענטש איז באמת געווען ה׳ס זון!
40 Women were also watching from a distance, including Mary Magdalene, Mary the mother of James the younger and Joses, and Salome. און עס זענען אויך געווען פרויען, וואס האבן זיך צוגעקוקט פונדערווייטנס, צווישן זיי מרים פון מגדלה, און מרים, די מוטער פון יעקב הקטן און פון יוסי, און שלומית;
41 These women had followed him in Galilee and served him; many others who came up with him to Jerusalem were also there. וועלכע האבן אים נאכגעפאלגט, ווען ער איז נאך געווען אין גליל, און האבן אים באדינט; און א סך אנדערע פרויען, וואס זענען ארויפגעגאנגען מיט אים קיין ירושלים.
42 Evening had come, and since it was Preparation Day—the day before the Sabbath. און ווען עס איז שוין געווארן אוונט, ווייל עס איז געווען ערב שבת, דאס הייסט א טאג פאר שבת,
43 Joseph of Arimathea, a prominent council member who himself was waiting for the kingdom of our Father, dared to go to Pilate and ask for Jesus' body. איז געקומען יוסף הרמתי, אן אנגעזעענער יועץ, וואס האט אליין אויך געהאפט אויף ה׳ס קעניגרייך, און האט זיך אונטערגעשטעלט אריינצוגיין צו פילאטוסן, און געבעטן ישועס גוף.
44 Pilate was surprised he was already dead; summoning the centurion, he asked if Jesus had been dead long. פילאטוס אבער האט זיך געוואונדערט, אז ער איז שוין געשטארבן; און האט גערופן צו זיך דעם אפיציר, און אים געפרעגט, צי ער איז שוין לאנג טויט.
45 When he learned from the centurion that it was so, he granted the body to Joseph. און דערוויסנדיק זיך פונם אפיציר, האט ער יוספן געשענקט דעם גוף.
46 Joseph bought linen, took the body down, wrapped it in the cloth, and laid it in a tomb cut from rock. Then he rolled a stone against the tomb's entrance. און ער האט געקויפט א ליילעך, האט אים אראפגענומען, און אים איינגעוויקלט אין דעם ליילעך, און אריינגעלייגט אין א קבר, וואס איז געווען אויסגעהאקט אין א פעלדזן; און האט ארויפגעקייקלט א שטיין אויף דעם אריינגאנג צום קבר. (ישעיהו נג, ט.)
47 Mary Magdalene and Mary the mother of Joses saw where he was laid. און מרים פון מגדלה און מרים, יוסיס מוטער, האבן געזען וואו ער איז געלייגט געווארן.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]