1Two days before Passover and Unleavened Bread, the chief priests and scribes were looking for a way to seize Jesus by trickery and kill him.OYBCאון אין צוויי טעג ארום איז געווען פסח און חג המצות; און די הויפט כהנים און סופרים האבן געזוכט וויאזוי אים צו כאפן מיט כיטרעקייט,
2For they said, "Not during the feast, or the people might riot."OYBCאון אים צו טייטן. ווארום זיי האבן געזאגט: נישט יום טוב, טאמער וועט ווערן א מהומה צווישן פאלק!
3While he was in Bethany, in Simon the leper's house, reclining at the table, a woman came with an alabaster flask of pure nard perfume, very costly. She broke the flask and poured it on his head.OYBCאון בשעת ער איז געווען אין בית‑היני אין דעם הויז פון שמעון דעם מצורע, זיצנדיק ביים טיש, איז געקומען א פרוי מיט אן אלאבאסטער פלאש פול מיט עכטער קאסטבארער נארד‑זאלב; און זי האט צעבראכן די אלאבאסטער פלאש, און אויסגעגאסן אויף זיין קאפ.
4There were some who said to themselves indignantly, "Why was this perfume wasted like that?OYBCעס זענען אבער געווען אייניקע, וואס זענען געווארן צארנדיק צווישן זיך, (אזוי צו זאגן:) צו וואס איז די דאזיקע פארשווענדונג פון דעם זאלבאייל געמאכט געווארן?
5For this perfume could have sold for over 300 denarii and given to the poor." And they scolded her.OYBCווארום מען האט געקענט פארקויפן דעם דאזיקן זאלבאייל פאר מער ווי דריי הונדערט דינרים, און עס געבן צו די ארעמעלייט. און זיי האבן זיך אנגעבייזערט אויף איר.
6But Jesus said, "Leave her alone. Why trouble her? She has done a beautiful thing for me.OYBCיהושע/ישוע אבער האט געזאגט: לאזט זי צורו! וואס פארשאפט איר זי עגמת נפש? זי האט מיר געטאן א גוטע זאך.
7For the poor are always with you, and you can do good for them whenever you want; but you won't always have me.OYBCווארום די ארעמעלייט האט איר תמיד ביי זיך, און ווען איר ווילט, קענט איר זיי טאן גוטס; מיך אבער האט איר נישט תמיד.
8She has done what she could; she has anointed my body beforehand for burial.OYBCוואס זי האט געקענט, דאס האט זי געטאן; זי האט פארויס געזאלבט מיין גוף צו דער קבורה.
9Truly, I tell you, wherever the gospel is preached worldwide, what she did will be told in memory of her."OYBCאון באמת זאג איך אייך: וואו נאר די גוטע בשורה וועט אנגעזאגט ווערן אין דער גאנצער וועלט, וועט אויך דערציילט ווערן, וואס זי האט געטאן, לזכר פון איר.
10Then Judas Iscariot, one of the twelve, went to the chief priests to betray Jesus to them.OYBCאון יהודה איש‑קריות, איינער פון די צוועלף, איז אוועקגעגאנגען צו די הויפט כהנים, כדי אים איבערצוגעבן צו זיי.
11Hearing this, they were glad and promised him money. So he looked for a chance to betray Jesus.OYBCאון ווען זיי האבן עס געהערט, האבן זיי זיך געפריידט, און אים צוגעזאגט צו געבן געלט. און ער האט געזוכט א גינסטיקע געלעגנהייט, אים צו פארראטן.
12On the first day of Unleavened Bread, when they sacrificed the Passover lamb, his disciples asked him, "Where do you want us to go and prepare for you to eat the Passover?"OYBCאון דעם ערשטן טאג פון חג המצות, ווען מען האט געשחטן דאס קרבן פסח, זאגן צו אים זיינע תלמידים: וואו ווילסטו, זאלן מיר גיין און צוגרייטן, כדי דו זאלסט עסן דאס קרבן פסח?
13He sent two of his disciples, "Go into the city; a man carrying a jar of water will meet you. Follow him,OYBCאון ער שיקט צוויי פון זיינע תלמידים, און זאגט צו זיי: גייט אין דער שטאט אריין, און עס וועט אייך באגעגענען א מענטש, טראגנדיק א קרוג מיט וואסער; אים זאלט איר נאכפאלגן;
14and wherever he enters, tell the house's owner, 'The Teacher says: Where is my guest room, where I may eat the Passover with my disciples?'OYBCאון וואו נאר ער וועט אריינגיין, זאלט איר זאגן צום בעל הבית: דער רבי זאגט: וואו איז מיין גאסט שטוב, אין וועלכער איך זאל עסן דאס קרבן פסח מיט מיינע תלמידים?
15And he will show you a large upper room furnished and ready; there prepare for us."OYBCאון ער וועט אייך ווייזן א גרויסע אויבערע שטוב, אויסגעשטאט מיט הסבבעטן, פארטיק; און דארטן זאלט איר צוגרייטן פאר אונדז.
16The disciples left, went to the city, found things as he had told them, and prepared the Passover.OYBCאון די תלמידים זענען ארויסגעגאנגען, און זענען געקומען אין דער שטאט אריין, און האבן געפונען אזוי ווי ער האט זיי געזאגט; און זיי האבן צוגעגרייט דאס קרבן פסח.
17And when it was evening, Jesus came with the twelve.OYBCאון ווען עס איז געווארן אוונט, קומט ער מיט די צוועלף.
18While they reclined and ate, Jesus said, "Truly, I tell you, one of you will betray me, one eating with me."OYBCאון בשעת זיי האבן זיך אנגעלענט און געגעסן, האט יהושע/ישוע געזאגט: באמת זאג איך אייך: איינער פון אייך וועט מיך פארראטן, דער, וואס עסט מיט מיר! (תהלים מא, ט.)
19They began to grieve and ask him, one by one, "Is it I?"OYBCהאבן זיי אנגעהויבן טרויעריק צו ווערן, און צו זאגן צו אים איינער נאכן אנדערן: דאך נישט איך?
20He said to them, "One of the twelve, dipping bread with me into the dish.OYBCער אבער האט צו זיי געזאגט: איינער פון די צוועלף, דער, וואס טונקט איין מיט מיר אין דער קערה.
21The Son of Man goes as the Scriptures said about him, but how terrible for that man who betrays him—better if he had never been born."OYBCדער בר אנש גייט טאקע לויט ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים; וויי איז אבער צו יענעם מענטשן, דורך וועמען דער בר אנש ווערט פארראטן! עס וואלט געווען גוט פאר יענעם מענטשן, אויב ער וואלט נישט געבוירן געווארן!
22As they ate, he took bread, blessed it, broke it, gave it to them, and said, "Take; this is my body."OYBCאון בשעת זיי האבן געגעסן, האט ער גענומען ברויט, געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן, און געגעבן צו זיי, און געזאגט: נעמט; דאס דאזיקע איז מיין גוף.
23He took a cup, gave thanks, gave it to them, and they all drank from it.OYBCאון ער האט גענומען א כוס, האט געמאכט א ברכה, און געגעבן צו זיי; און זיי האבן אלע געטרונקען דערפון.
24He said to them, "This is my blood of the covenant, poured out for many.OYBCאון ער האט צו זיי געזאגט: דאס דאזיקע איז מיין בלוט פון דעם נייעם בונד, וואס ווערט פארגאסן פאר פילע.
25Truly I tell you, I will not drink wine again until that day when I drink it new in the kingdom of our Father."OYBCבאמת זאג איך אייך: איך וועל נישט מער טרינקען פון דער פרוכט פונם וויינשטאק, ביז צו יענעם טאג, ווען איך וועל עס טרינקען ניי אין דעם קעניגרייך פון ה׳.
26And when they had sung a hymn, they went out to the Mount of Olives.OYBCאון ווען זיי האבן אפגעזונגען הלל, זענען זיי ארויסגעגאנגען צום הר הזיתים.
27Jesus said to them, "You will all stumble, for it's written: 'I will strike the shepherd, and the sheep will be scattered.'OYBCאון יהושע/ישוע זאגט צו זיי: אלע וועט איר געשטרויכלט ווערן; ווייל עס שטייט געשריבן: איך וועל שלאגן דעם פאסטוך, און די שאף וועלן צעשפרייט ווערן. (זכריה יג, ז.)
28But after I am raised up, I will go ahead of you to Galilee."OYBCנאר נאך מיין אויפשטיין, וועל איך אייך פארויסגיין קיין גליל.
29Peter said to him, "Even though they all fall away, I will not."OYBCפעטרוס אבער האט צו אים געזאגט: אפילו אויב אלע וועלן געשטרויכלט ווערן, וועל איך דאך נישט.
30Jesus said to him, "Truly I tell you, today, this night, before the rooster crows twice, you will deny me three times."OYBCאון יהושע/ישוע זאגט צו אים: באמת זאג איך דיר: היינט, אין דער דאזיקער נאכט, איידער דער האן וועט צוויימאל קרייען, וועסטו מיך דריימאל פארלייקענען!
31But he insisted, "Even if I must die with you, I will never deny you." They all said the same.OYBCער אבער האט נאך אייפריקער גערעדט: אויב איך זאל מוזן שטארבן צוזאמען מיט דיר, וועל איך דיך בשום אופן נישט פארלייקענען. און דעסגלייכן האבן אויך אלע געזאגט.
32They arrived at a place called Gethsemane, and he told his disciples, "Sit here while I pray."OYBCאון זיי קומען צו א הויף, וואס האט געהייסן גת‑שמני; און ער זאגט צו זיינע תלמידים: זעצט זיך דא אנידער, ביז איך וועל האבן תפילה געטאן.
33He took Peter, James, and John, and began to feel deep distress and anguish.OYBCאון ער נעמט פעטרוסן מיט זיך און יעקבן און יוחנן, און האט אנגעהויבן צו ציטערן און פלאטערן.
34He said to them, "My soul is crushed with grief, to death. Stay here and stay alert."OYBCאון ער זאגט צו זיי: מיין נפש איז זייער באטריבט, ביז צום טויט; בלייבט דא, און וואכט!
35Going a little farther, he fell to the ground and prayed that, if possible, the hour would pass from him.OYBCאון ער איז געגאנגען אביסל ווייטער, און איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד, און האט תפילה געטאן, אז, אויב מעגלעך, די שעה זאל אים פאראיבערגיין.
36He said, "Abba, Father, all things are possible for you. Take this cup from me—but let it be your will, not mine."OYBCאון האט געזאגט: אבא, פאטער, אלץ איז מעגלעך פאר דיר; נעם פון מיר אוועק דעם דאזיקן בעכער! דאך נישט וואס איך וויל, נאר וואס דו ווילסט.
37He returned, found them asleep, and said to Peter, "Simon, are you asleep? Couldn't you stay awake one hour?OYBCאון ער קומט, און געפינט זיי שלאפן, און זאגט צו פעטרוסן: שמעון, דו שלאפסט? ביסט נישט אימשטאנד געווען איין שעה וואך צו בלייבן?
38Watch and pray, so you don't fall into temptation. The spirit is willing, but the flesh is weak."OYBCוואכט און טוט תפילה, כדי איר זאלט נישט קומען צו קיין נסיון; דער גייסט איז טאקע וויליק, דאס פלייש איז אבער שוואך!
39And again he went away and prayed, saying the same words.OYBCאון ער איז ווידער אוועקגעגאנגען, און תפילה געטאן, זאגנדיק די זעלביקע ווערטער.
40Again he found them sleeping, eyes heavy, not knowing how to answer him.OYBCאון ווען ער איז צוריקגעקומען, האט ער זיי ווידער געפונען שלאפן, ווארום זייערע אויגן זענען געווען שווער; און זיי האבן נישט געוואוסט וואס אים צו ענטפערן.
41He came a third time and said, "Still sleeping and resting? Enough—the hour has come. Look, the Son of Man is handed over into the hands of sinners.OYBCאון ער קומט צום דריטן מאל, און זאגט צו זיי: שלאפט ווייטער, און רוט זיך אויס! עס איז גענוג; עס איז געקומען די שעה; זע, דער בר אנש ווערט איבערגעגעבן צו חוטאים אין די הענט אריין.
42Rise, let us be going; see, my betrayer is here."OYBCשטייט אויף, לאמיר גיין; זע, מיין פאררעטער איז שוין נאענט!
43While he was still speaking, Judas—one of the twelve—arrived, and with him a crowd with swords and clubs from the chief priests, scribes, and elders.OYBCאון גלייך, בשעת ער האט נאך גערעדט, קומט יהודה, איינער פון די צוועלף, און מיט אים א המון מיט שווערדן און שטאנגען, פון די הויפט כהנים און סופרים און זקנים.
44His betrayer had given them a signal: "The one I kiss is him—seize him and take him away securely."OYBCאון זיין פאררעטער האט זיי געגעבן א צייכן, אזוי צו זאגן: וועמען איך וועל א קוש טאן, דער איז עס; נעמט אים, און פירט אים אפ זיכער.
45He came up to Jesus at once, said, "Rabbi!" and kissed him.OYBCאון ווען ער איז געקומען, איז ער גלייך צוגעגאנגען צו אים, און זאגט: רבי! און האט אים געקושט.
46And they laid hands on him and seized him.OYBCאון זיי האבן ארויפגעלייגט די הענט אויף אים, און האבן אים געפאנגען גענומען.
47One of the bystanders drew his sword, struck the high priest's servant, and cut off his ear.OYBCאיינער אבער פון די, וואס זענען געשטאנען דערביי האט ארויסגעצויגן די שווערד, און געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט, און אים אפגעהאקט אן אויער.
48Jesus said to them, "Have you come out with swords and clubs to seize me, like a robber?OYBCאון יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: ווי קעגן א רויבער זענט איר ארויסגעקומען מיט שווערדן און שטאנגען מיך צו כאפן.
49Every day I was with you in the temple teaching, and you didn't arrest me. But let the Scriptures be fulfilled."OYBCטאג אויס טאג איין בין איך געווען ביי אייך אינם בית המקדש און געלערנט, און איר האט מיך נישט געפאנגען גענומען; נאר (עס איז) כדי די כתבי (הקודש) זאלן דערפילט ווערן.
50And they all left him and fled.OYBCאון אלע האבן אים פארלאזן, און זענען אנטלאפן.
51And a young man followed him, wearing nothing but a linen cloth. And they seized the young man,OYBCאון א יינגל איז אים נאכגעגאנגען, איינגעהילט אין א ליילעך אויפן בלויזן לייב, און זיי כאפן אים;
52but he left the linen cloth and ran away naked.OYBCער אבער האט איבערגעלאזט דאס ליילעך, און איז אנטלאפן א נאקעטער.
53They led Jesus to the high priest, and all the chief priests and elders and scribes gathered.OYBCאון זיי האבן אוועקגעפירט יהושען/ישוען צום כהן גדול; און עס האבן זיך ביי אים פארזאמלט אלע הויפט כהנים און די זקנים און די סופרים.
54Peter had followed at a distance, all the way into the high priest's courtyard, and sat with the guards, warming himself by the fire.OYBCאון פעטרוס האט אים נאכגעפאלגט פונדערווייטנס, ביז אינעווייניק אריין אין דעם הויף פון דעם כהן גדול; און איז געזעסן מיט די משרתים און האט זיך געווארעמט ביים פייער.
55The chief priests and the whole council sought testimony against Jesus to put him to death, but found none.OYBCאון די הויפט כהנים און דאס גאנצע סנהדרין האבן געזוכט אן עדות זאגן קעגן יהושען/ישוען, כדי אים צו טייטן; און האבן נישט געפונען.
56For many gave false testimony against him, but their testimony did not agree.OYBCווארום א סך האבן פאלש עדות געזאגט קעגן אים, און זייערע עדות האבן נישט איבעראיינגעשטימט.
57And some stood up and gave false testimony against him, saying,OYBCאון אייניקע זענען אויפגעשטאנען, און האבן פאלש עדות געזאגט קעגן אים, אזוי צו זאגן:
58"We heard him say, 'I will destroy this temple made by hands, and in three days build another not made by hands.'"OYBCמיר האבן אים געהערט זאגן: איך וועל צעשטערן דעם דאזיקן היכל, וואס איז מיט הענט געמאכט געווארן. און אין דריי טעג וועל איך אויפבויען אן אנדערן, וואס איז נישט געמאכט מיט הענט.
59Yet even about this their testimony did not agree.OYBCאון אפילו אזוי האט זייער עדות זאגן נישט איבעראיינגעשטימט.
60The high priest stood up in the midst and asked Jesus, "You have no answer? What are these men testifying against you?"OYBCאון דער כהן גדול האט זיך אויפגעשטעלט אין דער מיט, און געפרעגט יהושען/ישוען, אזוי צו זאגן: דו ענטפערסט גארנישט אויף דעם, וואס די דאזיקע זאגן עדות קעגן דיר?
61He stayed silent, answered nothing. Again the high priest asked him, "Are you the Christ, the Son of the Blessed?"OYBCאון ער האט געשוויגן, און גארנישט געענטפערט. דער כהן גדול האט אים ווידער געפרעגט, און זאגט צו אים; ביסטו דער משיח, דער זון פון הקדוש ברוך הוא?
62Jesus said, "I AM, and you will see the Son of Man seated at the right hand of the Mighty One and coming with heaven's clouds."OYBCאון יהושע/ישוע האט געזאגט: איך בין; און איר וועט זען דעם בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון דער גבורה, און קומען מיט די וואלקנס פון הימל. (תהלים קי, א; דניאל ז, יג.)
63And the high priest tore his clothes and said, "What further witnesses do we need?OYBCאון דער כהן גדול האט צעריסן זיינע קליידער, און זאגט: וואס דארפן מיר נאך האבן עדות?
64You have heard his blasphemy. What is your decision?" And they all condemned him as deserving death.OYBCאיר האט דאך געהערט די לעסטערונג. וואס איז אייער מיינונג? און אלע האבן אים פארמשפט, אז ער איז חייב מיתה.
65Some began spitting on him, covering his face, and punching him, saying to him, "Prophesy!" Then the guards slapped him.OYBCאון אייניקע האבן אנגעהויבן צו שפייען אויף אים, און צו באדעקן אים דאס פנים, און צו שלאגן אים מיט די פויסטן, און צו זאגן צו אים: זאג נבואה! אויך די משרתים האבן אים עמפאנגען מיט פעטש. (ישעיהו נ, ו.)
66While Peter was below in the courtyard, one of the high priest's servant girls came,OYBCאון בשעת פעטרוס איז געווען אונטן אין הויף, קומט איינע פון דעם כהן גדולס דינסטמוידן;
67seeing Peter warming himself, she looked at him and said, "You too were with the Nazarene, Jesus."OYBCאון ווי זי האט דערזען פעטרוסן זיך ווארעמען, האט זי אויף אים א קוק געטאן, און זאגט: אויך דו ביסט געווען מיט דעם פון נצרת, דעם יהושע/ישוע!
68But he denied it: "I don't know or understand what you mean." Then he went out to the entrance, and a rooster crowed.OYBCער אבער האט געלייקנט, אזוי צו זאגן: נישט איך ווייס, נישט איך פארשטיי וואס דו זאגסט. און ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן צום פאדערהויז; און א האן האט געקרייט.
69The servant girl saw him and again told the bystanders, "This man is one of them."OYBCאון די דינסטמויד האט אים געזען, און האט ווידער אנגעהויבן צו זאגן צו די, וואס זענען דארט געשטאנען: דער דאזיקער איז איינער פון זיי!
70But he denied it again. A little later the bystanders again told Peter, "You truly are one of them, for you're a Galilean."OYBCער אבער האט נאכאמאל געלייקנט. און אביסל שפעטער האבן די, וואס זענען דארט געשטאנען, ווידער געזאגט צו פעטרוסן: דו ביסט זיכער איינער פון זיי; ווארום דו ביסט אויך א גלילי.
71He began to call down curses on himself and swear, "I don't know this man you're talking about."OYBCאון ער האט אנגעהויבן צו פלוכן, און צו שווערן: איך קען נישט דעם דאזיקן מענטשן, פון וועמען איר רעדט!
72At once a rooster crowed a second time. Peter remembered Jesus' words: "Before the rooster crows twice, you will deny me three times." He broke down and wept.OYBCאון באלד האט א האן צום צווייטן מאל געקרייט. און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט, ווי יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: איידער א האן וועט צוויימאל קרייען, וועסטו מיך דריימאל פארלייקענען. און ער האט עס זיך גענומען צום הארצן, און זיך צעוויינט.