Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Mark 13 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Leaving the temple, one of his disciples said to him, "Teacher, look! What huge stones, what magnificent buildings!" און ווען ער איז ארויסגעגאנגען פונם בית המקדש, זאגט איינער פון זיינע תלמידים צו אים: רבי, זע, וואס פאר א שטיינער און וואסערע בנינים!
2 Jesus said to him, "Do you see these great buildings? Not one stone will remain here on another; all will be torn down." און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: דו זעסט די דאזיקע געוואלדיקע בנינים? עס וועט נישט איבערגעלאזט ווערן קיין שטיין אויף א שטיין, וואס וועט נישט צעבראכן ווערן!
3 As he sat on the Mount of Olives facing the temple, Peter, James, John, and Andrew asked him privately, און בעת ער איז געזעסן אויפן הר הזיתים, אנטקעגנאיבער דעם בית המקדש, האבן פעטרוס און יעקב און יוחנן און אנדריי אים געפרעגט, ווען זיי זענען געווען אליין:
4 tell us, when will these things happen, and what sign shows all this is about to be fulfilled? זאג אונדז, ווען וועט דאס זיין? און וואס איז דאס צייכן, ווען דאס אלץ דארף דערפילט ווערן?
5 Jesus began to tell them: "Watch out that no one deceives you. און יהושע/ישוע האט אנגעהויבן זאגן צו זיי: גיט אכטונג, אז קיינער זאל אייך נישט פארפירן.
6 Many will come in my name, claiming, 'I am he,' and they will deceive many. א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, און זאגן: איך בין עס, און וועלן א סך פארפירן.
7 When you hear of wars and rumors of wars, don't be troubled—these must happen, but the end isn't yet. און ווען איר וועט הערן וועגן מלחמות און שמועות פון מלחמות, זאלט איר זיך נישט דערשרעקן; דאס מוז געשען; נאר עס איז נאך נישט דער סוף.
8 Nation will rise against nation, kingdom against kingdom, earthquakes in various places, famines—these are the beginning of birth pains. ווארום א פאלק וועט אויפשטיין קעגן א פאלק, און מלוכה קעגן מלוכה; עס וועלן זיין ערדציטערנישן דא און דארטן; עס וועלן זיין הונגערנויטן; די דאזיקע זענען דער אנהויב פון די ווייען.
9 Watch yourselves. They'll hand you to councils and beat you in synagogues. Because of me you'll stand before governors and kings, as a testimony to them. איר אבער גיט אכטונג אויף זיך אליין! מען וועט אייך איבערגעבן צום סנהדרין; און מען וועט אייך געבן מלקות אין די שולן; און איר וועט געשטעלט ווערן פאר גובערנאטארן און מלכים צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי.
10 And the gospel must first be proclaimed to all nations. און צווישן אלע פעלקער מוז צום ערשט די גוטע בשורה אנגעזאגט ווערן.
11 When they arrest and hand you over, don't worry beforehand what to say. Say whatever you're given in that hour—it's not you speaking, but the Holy Spirit. און ווען מען וועט אייך פירן און איבערגעבן, זאלט איר זיך נישט מאכן קיין זארגן פארויס, וואס איר זאלט רעדן, נאר וואס עס וועט אייך געגעבן ווערן אין יענער שעה, דאס רעדט. ווארום נישט איר זענט עס, וואס רעדן, נאר דער רוח הקודש.
12 Brother will betray brother to death, father his child. Children will rise against parents and have them put to death. און א ברודער וועט איבערגעבן א ברודער צום טויט, און א פאטער א קינד; און קינדער וועלן אויפשטיין קעגן עלטערן, און וועלן זיי טייטן.
13 All will hate you for my name, but whoever endures to the end will be saved. און איר וועט זיין פארהאסט פון אלעמען צוליב מיין נאמען; ווער אבער עס וועט אויסהאלטן ביז צום סוף, דער וועט געראטעוועט ווערן.
14 When you see the abomination of desolation standing where it should not be (reader, take note), those in Judea must flee to the mountains. און ווען איר וועט זען די אומווירדיקייט פון דער פארוויסטונג שטיין וואו עס דארף נישט—זאל דער לייענער פארשטיין (דניאל יב, יא.)—דעמאלט זאלן די, וואס זענען אין יהודה, אנטלויפן צו די בערג;
15 Let no one on the housetop go down or enter the house to take anything out. ווער עס איז אויפן דאך, דער זאל נישט אראפגיין, און נישט אריינגיין, עפעס נעמען פון זיין הויז ארויס;
16 Let no one in the field go back to get their coat. און ווער עס איז אין פעלד, זאל זיך נישט אומקערן צוריק צו נעמען זיין מלבוש.
17 How dreadful it will be in those days for pregnant women and nursing mothers! אבער וויי איז צו די טראגעדיקע און אנזויגערינס אין יענע טעג!
18 Pray that it will not happen in winter, זייט אבער מתפלל, אז עס זאל נישט געשען אין ווינטער.
19 for those days will bring suffering unmatched since our Father created the world until now—and never to be matched again. ווארום יענע טעג וועלן זיין א צרה, אזא וואס אירסגלייכן איז נישט געשען זינט דעם אנהויב פון דער באשאפונג, וואס ה׳ האט באשאפן, ביז אצונד, און עס וועט מער נישט זיין.
20 Had the Sovereign not shortened those days, no one would survive; but the Sovereign shortened them for the elect he chose. און אויב דער האר וואלט נישט פארקירצט די טעג, וואלט קיין בשר (ודם) נישט געראטעוועט געווארן; נאר צוליב די אויסדערוויילטע, וועמען ער האט אויסדערוויילט, האט ער פארקירצט די טעג. (דניאל יב, א.)
21 Then if anyone tells you, 'Look, here is the Christ!' or 'Look, there!' don't believe it. און אויב עמיצער וועט אייך דעמאלט זאגן: זע דא איז דער משיח! זע, דארטן! זאלט איר עס נישט גלויבן;
22 False christs and false prophets will appear, performing signs and wonders to deceive the elect, if possible. ווארום עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים און פאלשע נביאים, און וועלן טאן נסים און וואונדער, כדי צו פארפירן, אויב מעגלעך, די אויסדערוויילטע.
23 So be on your guard; I have told you everything ahead of time. איר אבער גיט אכטונג; זע, איך האב אייך אלץ פארויס אנגעזאגט!
24 But in those days, after that suffering, the sun will darken, and the moon will not give its light; נאר אין יענע טעג, נאך יענער צרה, וועט די זון פארפינסטערט ווערן, און די לבנה וועט נישט געבן איר ליכט, (ישעיהו יג, י.)
25 the stars will fall from the sky, and the powers in the heavens will be shaken. און די שטערן וועלן פאלן פון הימל, און די קרעפטן אין הימל וועלן דערשיטערט ווערן. (ישעיהו לד, ד.)
26 Then they will see the Son of Man coming in clouds with great power and glory. און דעמאלט וועט מען זען דעם בר אנש קומען אין די וואלקנס מיט גרויס מאכט און הערלעכקייט. (דניאל ז, יג-יד.)
27 He will send his angels and gather his chosen from the four winds, from earth's ends to heaven's ends. און דעמאלט וועט ער שיקן די מלאכים, און איינזאמלען זיינע אויסדערוויילטע פון די פיר ווינטן, פון עק ערד ביז עק הימל.
28 Learn this from the fig tree: once its branch softens and leaves sprout, you know summer is near. און לערנט דאס משל פון דעם פייגנבוים; ווען זיין צווייג איז שוין זאפטיק, און ברענגט ארויס די בלעטער, ווייסט איר, אז זומער איז נאענט.
29 So also, when you see these things happening, know it's near, at the door. אזוי אויך איר, ווען איר וועט זען די דאזיקע זאכן געשען, זאלט איר וויסן, אז עס איז נאענט ביי די טירן.
30 Truly I tell you, this generation will certainly not pass away until all these things have happened. באמת זאג איך אייך: דאס דאזיקע דור וועט נישט פארגיין, ביז אלע די דאזיקע זאכן וועלן געשען.
31 Heaven and earth will pass away, but my words will never pass away. דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, אבער מיינע ווערטער וועלן נישט פארגיין.
32 But no one knows that day or hour—not the angels in heaven, not the Son, only the Father. נאר וועגן יענעם טאג אדער שעה ווייסט קיינער נישט, נישט אפילו די מלאכים אין הימל, נישט דער זון (פון דער אויבערשטער), אחוץ דער פאטער.
33 Be on guard! Stay alert! For you do not know when that time will come. גיט אכטונג, שלאפט נישט און טוט תפילה! ווארום איר ווייסט נישט ווען די צייט איז.
34 Like a man on a journey: he leaves his house, gives his servants authority—each his own task—and orders the doorkeeper to stay alert. ווי א מענטש, אוועקפארנדיק, האט פארלאזן זיין הויז, און געגעבן מאכט צו זיינע קנעכט, יעדן איינעם זיין ארבעט, און דעם טירוועכטער האט ער באפוילן, אז ער זאל וואכן.
35 So stay alert, since you don't know when the master of the house comes—evening, midnight, rooster's crow, or dawn. דעריבער וואכט, ווארום איר ווייסט נישט ווען דער בעל הבית קומט, צי אין אוונט, אדער אינמיטן דער נאכט, אדער ווען דער האן קרייעט, אדער אין דער פרי;
36 Otherwise, if he comes suddenly, he may find you sleeping. טאמער וועט ער פלוצלונג קומען, און אייך געפינען שלאפנדיקע.
37 What I say to you, I say to everyone: Keep watch!" און וואס איך זאג אייך, זאג איך אלעמען: וואכט!
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]