Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Mark 12 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 He began speaking to them in parables: "A man planted a vineyard, fenced it in, dug a winepress pit, built a watchtower, rented it to farmers, and left. און ער האט אנגעהויבן צו רעדן צו זיי אין משלים. א מענטש האט געפלאנצט א וויינגארטן, און אים ארומגערינגלט מיט א פלויט, און האט געגראבן א קעלטער, און געבויט א טורעם, און האט אים פארדונגען צו גערטנער, און איז אוועקגעפארן.
2 At harvest time he sent a servant to the tenants to collect some of the vineyard's fruit. און צו דער רעכטער צייט האט ער געשיקט א קנעכט צו די גערטנער, אז ער זאל באקומען פון די גערטנער פון דער פרוכט פונם וויינגארטן.
3 But they seized him, beat him, and sent him away empty-handed. און זיי האבן אים גענומען, און האבן אים געשלאגן, און אוועקגעשיקט מיט גארנישט.
4 Again he sent them another servant; they hit him on the head and dishonored him. און ער האט ווידער צו זיי געשיקט אן אנדערן קנעכט; און יענעם האבן זיי צעשלאגן דעם קאפ, און אנגעטאן חרפות.
5 And he sent another, and they killed him—then many more, beating some and killing others." נאך אן אנדערן האט ער געשיקט; און יענעם האבן זיי געטייט; און א סך אנדערע; א טייל פון זיי האבן זיי געשלאגן, און א טייל—געהרגעט.
6 He had still one, a beloved son; last he sent him to them, saying, "They will respect my son." נאך איינעם האט ער געהאט, א געליבטן זון; אים האט ער געשיקט צו לעצט צו זיי, אזוי צו זאגן: זיי וועלן זיך שעמען פאר מיין זון!
7 "But the tenants said to each other, 'This is the heir. Come, let's kill him—the inheritance will be ours.' יענע גערטנער אבער האבן צווישן זיך געזאגט: דאס איז דער יורש; קומט, לאמיר אים טייטן, און די ירושה וועט זיין אונדזער!
8 So they took him and killed him and threw him out of the vineyard. און זיי האבן גענומען, און אים געטייט, און האבן אים ארויסגעווארפן פון וויינגארטן.
9 So what will the vineyard's owner do? He'll come, destroy the tenants, and give the vineyard to others. נו, וואס וועט דער האר פון דעם וויינגארטן טאן? ער וועט קומען און אומברענגען די גערטנער, און דעם וויינגארטן וועט ער געבן צו אנדערע.
10 Have you not read this Scripture: 'The stone the builders rejected has become the cornerstone; צי האט איר דען נישט געלייענט דעם דאזיקן פסוק: דער שטיין, וועלכן די בוימייסטערס האבן פארווארפן, דער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל;
11 this was our Father's doing, and it is marvelous in our eyes'?" פונם האר (ה׳) איז דאס געשען, און עס איז א וואונדער אין אונדזערע אויגן? (תהלים קיח, כב, כג.)
12 They wanted to arrest him but feared the crowd, knowing he'd told the parable against them. So they left him and went away. און זיי האבן געזוכט אים צו כאפן; און האבן מורא געהאט פאר דעם המון מענטשן; ווארום מען האט געוואוסט, אז ער האט געזאגט דאס משל אויף זיי; און זיי האבן אים פארלאזט, און זענען אוועקגעגאנגען.
13 They sent some of the Pharisees and Herodians to trap him in his words. און זיי שיקן צו אים אייניקע פון די פרושים און פון הורדוס לייט, כדי זיי זאלן אים פאנגען מיט א ווארט.
14 They came and said to him, "Teacher, we know you're true and don't care what anyone thinks, since you don't judge by appearance but truly teach our Father's way. Is it lawful to pay taxes to Caesar, or not? Should we pay, or should we not?" און ווען זיי זענען געקומען, זאגן זיי צו אים: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט ווארהאפטיק, און פרעגסט נישט אויף קיינעם; ווארום דו קוקסט נישט אויפן פנים פון מענטשן, נאר אויף אן אמת לערנסטו דעם וועג פון ה׳. צי מעג מען געבן מס צום קיסר, אדער נישט? זאלן מיר געבן אדער נישט געבן?
15 But, knowing their hypocrisy, he said to them, "Why are you testing me? Bring me a silver coin to look at." ער האט אבער געוואוסט פון זייער צביעות, און האט צו זיי געזאגט: וואס פרואווט איר מיך אויס? ברענגט מיר א דינר, כדי איך זאל אים באקוקן.
16 They brought one, and he asked them, "Whose image and inscription is this?" They told him, "Caesar's." און זיי האבן געברענגט. און ער זאגט צו זיי: וועמעס איז דאס דאזיקע בילד און די אויפשריפט? און זיי האבן צו אים געזאגט: דעם קיסרס!
17 Jesus told them, "Give to Caesar what's Caesar's, and to our Father what's our Father's." They were amazed at him. און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: גיט זשע אפ דעם קיסר דאס, וואס איז דעם קיסרס, און צו ה׳ דאס, וואס איז ה׳ס! און זיי האבן זיך געוואונדערט אויף אים.
18 And the Sadducees came to him, who say there is no resurrection. And they questioned him, saying, און עס קומען צו אים צדוקים, וועלכע זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים; און האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן:
19 "Teacher, Moses wrote for us that if a man's brother dies leaving a wife but no child, the brother must marry her and raise up offspring for him. רבי, משה האט אונדז געשריבן, אז אויב עמיצנס ברודער וועט שטארבן, און איבערלאזן א ווייב, און נישט איבערלאזן קיין קינד, אזוי זאל זיין ברודער נעמען די פרוי, און אויפשטעלן זאמען צו זיין ברודער. (דברים כה, ה.)
20 There were seven brothers; the first married, and when he died, left no children. עס זענען געווען זיבן ברידער. און דער ערשטער האט גענומען א ווייב, און איז געשטארבן און האט נישט איבערגעלאזט קיין זאמען;
21 And the second married her, and he died leaving no children. And the third likewise. און דער צווייטער האט זי גענומען, און איז געשטארבן, נישט איבערלאזנדיק קיין זאמען; און דער דריטער אויך אזוי;
22 And none of the seven left any children. Last of all the woman also died. און די זיבן האבן נישט איבערגעלאזט קיין זאמען. צו לעצט נאך אלע איז אויך די פרוי געשטארבן.
23 At the resurrection, when they rise, whose wife will she be? The seven had her as wife." אין דער תחית המתים, ווען זיי וועלן אויפשטיין, וועמעס ווייב פון זיי וועט זי זיין? ווארום אלע זיבן האבן זי דאך געהאט פאר א ווייב.
24 Jesus said to them, "Isn't this why you're wrong—you know neither the Scriptures nor our Father's power? האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: צי בלאנדזשעט איר דען נישט דערפאר, ווייל איר קענט נישט די כתבי (הקודש), און אויך נישט די קראפט פון ה׳?
25 For when the dead rise, they neither marry nor are given in marriage, but are like the angels in heaven. ווארום ווען זיי וועלן אויפשטיין פון די טויטע, וועלן זיי נישט חתונה האבן, נישט מען וועט זיי חתונה מאכן; נאר זיי זענען ווי די מלאכים אין הימל.
26 About the dead being raised, haven't you read in Moses' book, in the passage about the bush, how our Father told him, 'I am the God of Abraham, of Isaac, and of Jacob'? און וואס שייך די טויטע, אז זיי וועלן אויפשטיין, צי האט איר דען נישט געלייענט אין דעם ספר (תורת) משה, ביים סנה, ווי ה׳ האט צו אים גערעדט, אזוי צו זאגן: איך בין דער ג‑ט פון אברהם, און דער ג‑ט פון יצחק, און דער ג‑ט פון יעקב? (שמות ג, ז.)
27 He is not God of the dead, but of the living. You are badly mistaken." ער איז נישט דער ג‑ט פון די טויטע, נאר פון די לעבעדיקע: איר בלאנדזשעט זייער פיל.
28 One scribe approached, heard them debate, saw Jesus answered well, and asked, "Which commandment is most important of all?" און עס איז צוגעקומען איינער פון די סופרים, האבנדיק זיך צוגעהערט צו זייער וויכוח, ווייל ער האט געוואוסט, אז ער האט זיי וואויל געענטפערט, האט ער אים געפרעגט! וועלכעס איז דאס ערשטע געבאט פון אלע?
29 Jesus answered, "The most important is this: 'Hear, Israel: our Father is one.' יהושע/ישוע האט געענטפערט: דאס ערשטע איז: שמע ישראל ה׳ אלהינו ה׳ אחד;
30 Love your Father with all your heart, with all your soul, with all your mind, with all your strength." און דו זאלסט ליב האבן דעם האר דיין ג‑ט מיט דיין גאנץ הארץ, און מיט דיין גאנץ נפש, און מיט דיין גאנצן פארשטאנד, און מיט דיין גאנצער קראפט. (דברים ו, ד-ה.)
31 "The second is this: 'Love your neighbor as yourself.' No commandment is greater than these." דאס צווייטע (געבאט) איז: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יח.) קיין אנדער געבאט גרעסער ווי די דאזיקע איז נישט פאראן.
32 The scribe said to him, "Well said, Teacher. You've said truly that he is one, and there's no other besides him. און דער סופר האט צו אים געזאגט: וואויל, רבי! דו האסט ווארהאפטיק געזאגט, אז ה׳ איז איינער; און עס איז נישט פאראן קיין אנדערער אחוץ אים;
33 Loving him with all the heart, all the understanding, all the strength, and loving one's neighbor as oneself, matters far more than all whole burnt offerings and sacrifices." און אים ליב צו האבן מיטן גאנצן הארצן, און מיטן גאנצן פארשטאנד, און מיט דער גאנצער קראפט, און ליב צו האבן דעם חבר ווי זיך אליין, איז א סך מער ווי אלע עולות און זבחים.
34 Seeing he answered wisely, Jesus said to him, "You are not far from the kingdom of our Father." After that, no one dared ask him any more questions. און יהושע/ישוע האט געזען, אז ער האט שכלדיק געענטפערט, האט ער צו אים געזאגט: דו ביסט נישט ווייט פון דעם קעניגרייך פון ה׳! און קיינער האט מער נישט זיך אונטערגעשטעלט אים צו שטעלן קשיות.
35 Teaching in the temple, Jesus asked, "How can the scribes say the Christ is the son of David? און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט, בשעת ער האט געלערנט אינם בית המקדש: וויאזוי זאגן די סופרים, אז דער משיח איז דודס זון?
36 David himself said by the Holy Spirit: 'Our Father said to my Lord, "Sit at my right hand until I put your enemies under your feet."' דוד (המלך) אליין האט דאך געזאגט דורך דעם רוח הקודש: דער האר האט געזאגט צו מיין האר: זיץ ביי מיין רעכטער זייט, ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט פאר א פוסבענקעלע פאר דיינע פיס! (תהלים קי, א.)
37 "David himself calls the Christ Lord. How can the Christ be David's son?" The large crowd enjoyed listening to him. דוד אליין רופט אים האר, און פונוואנען איז ער זיין זון? און דער גרויסער עולם מענטשן האט זיך גערן צוגעהערט צו אים.
38 And in his teaching he said, "Beware of the scribes, who like walking in long robes and being greeted in the marketplaces, און אין זיין לערנונג האט ער געזאגט: היט זיך פאר די סופרים, וואס האבן ליב ארומצוגיין אין טליתים, און אז מען זאל זיי אפגעבן שלום אויף די מערקפלעצער,
39 and to have the best seats in the synagogues and the places of honor at banquets, און די הויפט זיץ‑ערטער אין די שולן, און ערטער אויבנאן אויף די סעודות;
40 who devour widows' houses and make long prayers just for show. These will receive the greater condemnation." זיי וואס שלינגען איין די הייזער פון אלמנות, און דאווענען כלומרשט לאנג: זיי וועלן באקומען א גרעסער משפט.
41 Sitting across from the treasury, he watched the crowd drop coins in; many rich people dropped in large sums. און ער האט זיך אנידערגעזעצט אנטקעגנאיבער דעם אוצר קאסטן, און זיך צוגעקוקט ווי דער המון מענטשן ווארפט אריין געלט אין דעם אוצר קאסטן אריין; און א סך רייכע לייט האבן אריינגעווארפן פיל.
42 And a poor widow came and put in two small copper coins, worth a penny. און עס איז געקומען אן ארעמע אלמנה, און האט אריינגעווארפן צוויי פרוטות, דאס איז איין קוואדראנס, (די קלענסטע רוימישע מטבע.)
43 Calling his disciples, he said, "Truly, I tell you, this poor widow put in more than all who put into the offering box. און ער האט צוגערופן זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך: די דאזיקע ארעמע אלמנה האט מער אריינגעווארפן ווי אלע, וואס האבן אריינגעווארפן אין דעם אוצר קאסטן אריין;
44 For they all gave from their surplus, but she gave from her poverty—all she had, her whole livelihood." ווארום אלע האבן אריינגעווארפן פון זייער שפע; זי אבער האט פון איר נויט אריינגעווארפן אלץ, וואס זי האט געהאט—איר גאנצע חיונה.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]