Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Mark 11 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Nearing Jerusalem, at Bethphage and Bethany by the Mount of Olives, Jesus sent two of his disciples ahead, און ווען זיי דערנענטערן זיך צו ירושלים, צו בית‑פגי און בית‑היני, ביים הר הזיתים, שיקט ער צוויי פון זיינע תלמידים,
2 telling them, "Go into the village ahead of you, and as soon as you enter it, you'll find a tied colt no one has ever ridden. Untie it and bring it here." און זאגט צו זיי: גייט אין דעם דארף אריין, וואס איז אנטקעגנאיבער אייך; און גלייך ווי איר וועט אריינקומען אהין, וועט איר געפינען א יונג אייזעלע אנגעבונדן, אויף וועלכן קיין מענטש איז נאך קיינמאל נישט געזעסן; בינדט עס אפ, און ברענגט עס.
3 If anyone asks you, 'Why are you doing this?' say, 'The Lord needs it and will send it back here at once.' און אויב עמיצער וועט צו אייך זאגן: פארוואס טוט איר דאס? זאלט איר זאגן: דער האר האט עס נייטיק, און שיקט עס באלד צוריק אהער.
4 They went and found a colt tied at a doorway outside in the street, and untied it. און זיי זענען אוועקגעגאנגען, און האבן געפונען א יונג אייזעלע אנגעבונדן ביי א טיר אינדרויסן ביים שייד וועג; און זיי בינדן עס אפ.
5 Some of those standing there asked them, "What are you doing, untying that colt?" און אייניקע, וואס זענען דארטן געשטאנען, האבן צו זיי געזאגט: וואס טוט איר, אפבינדנדיק דאס אייזעלע?
6 They answered as Jesus had told them, and the people let them go. און זיי האבן צו זיי געזאגט אזוי ווי יהושע/ישוע האט באפוילן; און זיי האבן זיי געלאזט.
7 They brought the colt to Jesus and threw their cloaks over it, and he sat on it. און זיי ברענגען דאס יונגע אייזעלע צו יהושען/ישוען, און לייגן ארויף דערויף זייערע מלבושים; און ער האט זיך דערויף ארויפגעזעצט.
8 Many spread their cloaks on the road; others spread leafy branches cut from the fields. און א סך האבן אויסגעשפרייט זייערע מלבושים אויפן וועג; און אנדערע האבן אויסגעשפרייט צווייגן, וואס זיי האבן אפגעשניטן אויף די פעלדער.
9 Those who went ahead and those who followed were shouting, "Hosanna! Blessed is he who comes in the name of our Father! און די, וואס זענען געגאנגען פארויס, און די, וואס זענען נאכגעגאנגען, האבן געשריגן: הושענא! געלויבט איז דער, וואס קומט אינם נאמען פון דעם האר! (ברוך הבא בשם ה׳)
10 Blessed is the coming kingdom of our father David! Hosanna in the highest!" געבענטשט איז דאס מלכות פון אונדזער פאטער דוד, וואס קומט! הושענא במרומים! (תהלים קיח, כו.)
11 Jesus entered Jerusalem and the temple, looked around at everything, and—since it was already late—went out to Bethany with the Twelve. און ער איז אריינגעגאנגען קיין ירושלים אין בית המקדש אריין; און נאך דעם ווי ער האט זיך אויף אלעם ארומגעקוקט, ווייל עס איז שוין געווען א שפעטע אוונט שעה, איז ער ארויסגעגאנגען קיין בית‑היני צוזאמען מיט די צוועלף.
12 The next day, as they were leaving Bethany, Jesus was hungry. און צומארגנס, ווען זיי זענען ארויסגעגאנגען פון בית‑היני, איז ער געווארן הונגעריק.
13 Seeing a leafy fig tree in the distance, he went to see if it had anything on it. Reaching it, he found nothing but leaves, since it wasn't fig season. און דערזעענדיק פונדערווייטנס א פייגנבוים, וואס האט געהאט בלעטער, איז ער אהינגעגאנגען, אפשר וועט ער עפעס געפינען אויף אים; און ווען ער איז צוגעקומען צו אים, האט ער גארנישט געפונען אחוץ בלעטער; ווארום עס איז נישט געווען דער זמן פון פייגן.
14 Then he told it, "May no one ever eat fruit from you again." His disciples heard him say it. און ער האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: עס זאל מער ביז אויף אייביק קיינער נישט עסן פון דיר קיין פרי! און זיינע תלמידים האבן עס געהערט.
15 They arrived in Jerusalem, and Jesus entered the temple and began driving out the sellers and buyers there. He overturned the money-changers' tables and the seats of those selling doves, און זיי קומען קיין ירושלים. און ער איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש. און האט אנגעהויבן ארויסצוטרייבן די, וואס האבן פארקויפט און געקויפט אין בית המקדש, און איבערגעקערט די טישן פון די געלט וועקסלער, און די בענק פון די פארקויפער פון טויבן.
16 and he would not allow anyone to carry merchandise through the temple courts. און ער האט נישט דערלאזט, אז עמיצער זאל דורכטראגן א כלי דורך דעם בית המקדש.
17 And he taught them, saying, "Isn't it written: 'My house will be called a house of prayer for all the nations'? But you've made it a den of robbers." און ער האט זיי געלערנט, און האט צו זיי געזאגט: צי שטייט דען נישט געשריבן: מיין הויז זאל גערופן ווערן א בית תפילה פאר אלע פעלקער? (ישעיהו נו, ז.) איר אבער האט עס געמאכט פאר א רויבער הייל! (ירמיהו ז, יא.)
18 The chief priests and scribes heard this and sought a way to destroy him, for they feared him, since the whole crowd was amazed at his teaching. און די הויפט כהנים און די סופרים האבן עס געהערט. און זיי האבן געזוכט וויאזוי אים אומצוברענגען; ווארום זיי האבן מורא געהאט פאר אים, ווייל דער גאנצער המון מענטשן האט געשטוינט איבער זיין לערנונג.
19 And when evening came, they went out of the city. און ווען עס איז געווארן אוונט, איז ער ארויסגעגאנגען אויסער דער שטאט.
20 In the morning, as they passed by, they saw the fig tree withered from its roots. און ווען זיי זענען פארבייגעגאנגען אינדערפרי, האבן זיי געזען דעם פייגנבוים פארטריקנט ביז צו די ווארצלען.
21 Peter remembered and said to him, "Rabbi, look! The fig tree you cursed has withered." און פעטרוס האט זיך דערמאנט און זאגט צו אים: רבי, זע, דער פייגנבוים, וועלכן דו האסט פארפלוכט, איז פארדארט געווארן!
22 Jesus answered them, "Have faith in our Father. און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: האט אמונה אין ה׳!
23 Truly I tell you, whoever tells this mountain, 'Be lifted up and thrown into the sea,' without doubting in his heart but believing what he says will happen—it will be done for him. באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט זאגן צום דאזיקן בארג: הויב דיך אויף און ווארף דיך אין ים אריין! און וועט נישט זיין מסופק אין זיין הארצן, נאר וועט גלויבן, אז וואס ער זאגט וועט געשען, וועט עס (אזוי) זיין פאר אים.
24 So I tell you: whatever you pray and ask for, believe you've received it - it will be yours. דערפאר זאג איך אייך: אלץ, אויף וואס איר וועט תפילה טאן און בעטן, גלויבט, אז איר האט עס באקומען, און עס וועט (אזוי) זיין צו אייך.
25 When you stand praying, forgive whatever you hold against anyone, so your Father in heaven may also forgive you your sins." און ווען איר האט זיך אוועקגעשטעלט און זענט מתפלל, זאלט איר מוחל זיין, אויב איר האט עפעס קעגן וועמען; כדי אויך אייער פאטער אין הימל זאל אייך מוחל זיין אייערע עבירות.
26 Not in this edition אויב אבער איר וועט נישט מוחל זיין, וועט אייער פאטער אין הימל אייך אויך נישט פארגעבן אייערע עבירות.
27 They returned to Jerusalem. While Jesus walked in the temple, the chief priests, scribes, and elders came to him, און זיי קומען ווידער קיין ירושלים. און בשעת ער איז ארומגעגאנגען אין בית המקדש, קומען צו אים די הויפט כהנים, און די סופרים, און די זקנים;
28 and asked, "By what authority are you doing this? Or who gave you this authority to do it?" און זאגן צו אים: מיט וואס פאר א רשות טוסטו די דאזיקע זאכן? אדער ווער האט דיר געגעבן דעם דאזיקן רשות, כדי דו זאלסט טאן די דאזיקע זאכן?
29 Jesus said to them, "I'll ask you one question. Answer me, and I'll tell you by what authority I do these things. און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: איך וועל אייך פרעגן איין קשיא, און ענטפערט מיר, און איך וועל אייך זאגן, מיט וועלכן רשות איך טו די דאזיקע זאכן.
30 John's baptism—was it from heaven, or of human origin? Answer me." צי איז די מקווה פון יוחנן געווען מן השמים, אדער פון מענטשן? ענטפערט מיר!
31 They discussed it among themselves: "If we say, 'From heaven,' he'll ask, 'Then why didn't you believe him?' און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וועלן מיר זאגן: מן השמים, וועט ער זאגן: טא פארוואס האט איר אים נישט געגלויבט?
32 But if we say, 'From humans'"—they feared the crowd, since all considered John a true prophet. וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן?—האבן זיי מורא געהאט פארן המון; ווארום אלע האבן געהאלטן, אז יוחנן איז ווירקלעך געווען א נביא.
33 They answered Jesus, "We don't know." Jesus said, "Neither will I tell you by what authority I do these things." און ענטפערנדיק זאגן זיי צו יהושען/ישוען: מיר ווייסן נישט! און יהושע/ישוע זאגט צו זיי; זאג איך אייך אויך נישט, מיט וואס פאר א רשות איך טו די דאזיקע זאכן!
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]