Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Luke 1 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Since many have undertaken to compile an ordered account of what has been accomplished among us. ווייל א סך האבן אונטערגענומען צוזאמענצושטעלן א געשיכטע פון די פאקטן, וואס זענען פארגעקומען צווישן אונדז,
2 Just as eyewitnesses from the beginning and servants of the word handed these accounts to us, אזוי ווי עס האבן זיי אונדז איבערגעגעבן די, וואס האבן זיי אליין געזען פון אנהויב אָן און זענען געווען דינער פונם ווארט,
3 I too, having traced everything accurately from the start, decided to write it in order for you, most excellent Theophilus, איז עס מיר אויך וואוילגעפעלן, האבנדיק אלץ גרינטלעך אויסגעפארשט אויפסניי, צו שרייבן צו דיר לויט א סדר, אָ נאבעלער טעאפילוס,
4 so that you may know the certainty of the things you have been taught. כדי דו זאלסט זיך דערוויסן די זיכערקייט פון די זאכן, וועלכע דו ביסט געלערנט געווארן.
5 In the days of Herod, king of Judea, a priest named Zechariah was in Abijah's priestly division. His wife Elizabeth descended from Aaron. עס איז געווען אין די טעג פון הורדוס, קעניג פון יהודה, א געוויסער כהן, וואס האט געהייסן זכריה, פון דעם משמר פון אביה; און ער האט געהאט א ווייב פון די טעכטער פון אהרן, און זי האט געהייסן אלישבע.
6 They were both righteous before our Father, walking blamelessly in all his commandments and ordinances. און ביידע זענען זיי געווען צדיקים פאר ה׳, און האבן געלעבט אין אלע מצוות און חוקים פון דעם האר (ה׳) אָן א פעלער.
7 But they had no child, because Elizabeth was barren, and both were very old. און זיי האבן נישט געהאט קיין קינד, ווייל אלישבע איז געווען אן עקרה, און ביידע האבן שוין געהאט דערגרייכט א טיפע עלטער.
8 Now while he was serving as priest before our Father when his division was on duty, און עס איז געשען, בשעת ער האט אפגעריכט די עבודה פאר ה׳ לויט דעם סדר פון זיין משמר,
9 by priestly custom, lot chose him to enter his sanctuary and burn incense. איז אויסגעפאלן דער גורל, לויט דעם מנהג פון דער כהונה, אז ער זאל אריינגיין רויכערן קטורת אינם היכל פון דעם האר (ה׳),
10 And the whole crowd of the people were praying outside at the hour of incense. און דער גאנצער המון עם האט מתפלל געווען אינדרויסן אין דער שעה פון קטורת.
11 Then an angel of our Father appeared to him, standing at the right of the altar of incense. און א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים, שטייענדיק אויף דער רעכטער זייט פונם מזבח הקטורת.
12 Zechariah was shaken when he saw him, and fear came over him. און זכריה האט אים געזען, און האט זיך דערשראקן, און א מורא איז געפאלן אויף אים.
13 The angel said to him, "Don't be afraid, Zechariah—your prayer has been heard. Your wife Elizabeth will bear you a son; name him John. דער מלאך אבער האט צו אים געזאגט: פארכט דיך נישט, זכריה; ווייל דיין תפילה איז דערהערט געווארן, און אלישבע, דיין ווייב, וועט דיר געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יוחנן.
14 You will have joy and gladness; many will rejoice at his birth. און ער וועט זיין פאר דיר א פרייד און א שמחה, און א סך וועלן זיך פרייען איבער זיין געבורט.
15 He will be great before our Father, must never drink wine or other alcoholic drinks, and he will be filled with the Holy Spirit even from his mother's womb. ווארום ער וועט זיין גרויס פאר דעם האר (ה׳), און וויין און שארפע געטראנקען וועט ער נישט טרינקען, און שוין פון זיין מוטערס לייב אָן וועט ער זיין פול מיט דעם רוח הקודש.
16 And he will turn many of the children of Israel back to their Father. און א סך פון די קינדער ישראל וועט ער צוריקפירן צום האר, דעם ג‑ט זייערן.
17 He will go before our Father in Elijah's spirit and power, turning fathers' hearts to their children, and the disobedient to the wisdom of the righteous, to prepare a people ready for our Father." און ער וועט פארויסגיין פאר אים אינם גייסט און אין דער מאכט פון אליהו, צוריק צו קערן די הערצער פון די פאטערס צו די קינדער און די ווידערשפעניקע—צו דער פארשטענדיקייט פון צדיקים, צו שאפן א צוגעגרייט פאלק פאר דעם האר (ה׳). (מלאכי ד, ה-ו; ישעיהו מ, ג.)
18 Zechariah said to the angel, "How will I know this? I'm old, and my wife is well along in years." און זכריה האט געזאגט צו דעם מלאך; לויט וואס וועל איך דאס דאזיקע דערקענען? ווארום איך בין א זקן און מיין ווייב איז אויך שוין אין אירע עלטערע יארן.
19 The angel answered him, "I am Gabriel, who stands in our Father's presence, sent to speak to you and bring you this good news. און דער מלאך האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: איך בין גבריאל (דניאל ח, טז; ט, כא.), וואס שטייט פאר ה׳, און בין געשיקט געווארן צו רעדן צו דיר און דיר אנצוזאגן די גוטע בשורה פון די דאזיקע זאכן.
20 And now you will be silent, unable to speak, until the day these things happen, because you did not believe my words, which will come true in their time." און זע, דו וועסט זיין שטום און נישט קענען רעדן ביז צום טאג ווען די דאזיקע זאכן וועלן געשען, ווייל דו האסט נישט געגלויבט מיינע ווערטער, וועלכע וועלן דערפילט ווערן אין זייער צייט.
21 Meanwhile the people waited for Zechariah, wondering why he stayed so long in the sanctuary. און דאס פאלק האט געווארט אויף זכריהן, און האט זיך געוואונדערט וואס ער זוימט זיך אינם היכל,
22 When he came out, he could not speak to them, and they knew he had seen a vision in the sanctuary. He kept motioning to them and stayed mute. און ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער נישט געקענט רעדן צו זיי; און זיי האבן פארשטאנען, אז ער האט געזען א חזיון אינם היכל; און ער האט זיך פארשטענדיקט מיט זיי דורך צייכנס, און איז פארבלייבן שטום.
23 And when his days of service were ended, he went home. און עס איז געשען, ווען די טעג פון זיין אפריכטן די עבודה זענען דערפילט געווארן, איז ער אהיים געגאנגען.
24 After these days his wife Elizabeth became pregnant, and for five months she kept herself hidden, saying, און נאך די דאזיקע טעג איז אלישבע, זיין ווייב, טראגעדיק געווארן, און זי האט זיך פארבארגן פינף חדשים, אזוי צו זאגן:
25 "This is what our Father did for me, in the days he looked on me, to remove my disgrace among people." אזוי האט דער האר (ג‑ט) מיר געטאן אין די טעג ווען ער האט אויף מיר געקוקט אוועקצונעמען מיין חרפה צווישן מענטשן.
26 In month six our Father sent the angel Gabriel to a Galilee town called Nazareth, און אין דעם זעקסטן חודש איז דער מלאך גבריאל געשיקט געווארן פון ה׳ קיין גליל אין א שטאט אריין וואס האט געהייסן נצרת,
27 to a virgin engaged to a man named Joseph, of the house of David; the virgin's name was Mary. צו א יונגפרוי בתולה וואס איז געווען פארקנסט צו א מאן מיט דעם נאמען יוסף, אויס דעם בית דוד; און די יונגפרוי בתולה האט געהייסן מרים.
28 And he came to her and said, "Greetings, favored one! Our Father is with you." און אריינקומענדיק צו איר האט ער געזאגט: שלום דיר, דו מיט גנאד באשענקטע, דער האר (ה׳) איז מיט דיר.
29 But she was greatly troubled by his words, and wondered what kind of greeting this might be. זי האט זיך אבער דערשראקן איבער דעם ווארט, און האט זיך געטראכט, וואס זאל די דאזיקע באגריסונג באטייטן?
30 The angel said to her, "Don't be afraid, Mary, for you have found favor with our Father. און דער מלאך האט צו איר געזאגט: פארכט דיך נישט, מרים; ווארום דו האסט געפונען חן ביי ה׳,
31 You will conceive in your womb and bear a son, and you will call his name Jesus. און זע, דו וועסט מעוברת ווערן און געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע,
32 He will be great and called Son of the Most High, and our Father will give him the throne of his father David, ער וועט זיין גרויס, און וועט גערופן ווערן זון פון דעם אויבערשטער; און דער האר ג‑ט וועט אים געבן דעם טראן פון זיין פאטער דוד;
33 and he will reign over Jacob's house forever; his kingdom will never end." און ער וועט קעניגן איבער דעם הויז פון יעקב אויף אייביק, און זיין מלכות וועט נישט האבן קיין סוף. (ישעיהו ט, ו-ז.)
34 And Mary said to the angel, "How will this be, since I am a virgin?" און מרים האט געזאגט צום מלאך: וויאזוי וועט דאס דאזיקע זיין, איך קען דאך נישט קיין מאן?
35 The angel answered her, "The Holy Spirit will come over you, and the Most High's power will shadow you; so the holy child born will be called the Son of our Father. און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו איר: דער רוח הקודש וועט קומען איבער דיר, און דעם אויבערשטנס גבורה וועט דיך באשאטן; דערפאר וועט דאס געבוירענע (קינד) אויך גערופן ווערן הייליק, זון פון דעם אויבערשטער. (ישעיהו ז, יד.)
36 Look, your relative Elizabeth has also conceived a son in her old age—this is the sixth month for her called barren. און זע, אלישבע, די קרובה דיינע, אויך זי איז טראגעדיק מיט א זון אויף איר עלטער, און זי, וועמען מען האט גערופן עקרה, איז שוין אין זעקסטן חודש;
37 For nothing will be impossible with our Father." ווייל קיין זאך איז נישט אוממעגלעך פאר ה׳.
38 Mary said, "I am the servant of our Father; let it happen to me as you said." Then the angel left her. און מרים האט געזאגט: זע, איך בין די דינסטמויד פון דעם האר (ג‑ט); זאל מיר געשען לויט דיין ווארט. און דער מלאך איז אוועקגעגאנגען פון איר.
39 In those days Mary got up and hurried to the hill country, to a town in Judah, און מרים איז אויפגעשטאנען אין די דאזיקע טעג און איז אייליק אוועקגעגאנגען צום בארגלאנד, צו א שטאט אין יהודה;
40 and she entered the house of Zechariah and greeted Elizabeth. און איז אריינגעגאנגען אין זכריהס הויז און האט אפגעגעבן שלום אלישבען.
41 When Elizabeth heard Mary's greeting, her baby leaped in her womb, and she was filled with the Holy Spirit. און עס איז געשען, ווי אלישבע האט געהערט מרימס באגריסונג, האט דאס קינד א שפרונג געטאן אין איר לייב; און אלישבע איז פול געווארן מיט דעם רוח הקודש,
42 She cried out with a loud voice, "Blessed are you among women, blessed is the fruit of your womb! און האט אויפגעהויבן איר קול מיט א הויך געשריי, און געזאגט: געבענטשט ביסטו צווישן פרויען, און געבענטשט איז די פרוכט פון דיין לייב.
43 And why is this granted to me, that the mother of my Lord should come to me? און פארוואס איז דאס דאזיקע מיר געשען, אז די מוטער פון מיין האר זאל קומען צו מיר?
44 For the moment I heard your greeting, the baby in my womb leaped for joy. ווארום זע, ווי דאס קול פון דיין באגריסונג איז געקומען אין מיינע אויערן אריין, האט דאס קינד א שפרונג געטאן מיט שמחה אין מיין לייב.
45 Blessed is she who believed that there would be a fulfillment of what our Father spoke to her." און אז וואויל איז איר וואס האט געגלויבט, אז עס וועט זיין א דערפילונג צו דעם, וואס איז איר געזאגט געווארן פונם האר (ה׳).
46 And Mary said, "My soul magnifies our Father, און מרים האט געזאגט:
47 and my spirit rejoices in our Father, my Savior, עס טוט דערהייבן מיין זעל דעם האר, און עס פריידט זיך מיין גייסט אין ה׳, מיין דערלייזער,
48 for he has looked on the humble estate of his servant. For from now on all generations will call me blessed; ווייל ער האט געבליקט אויף דער נידעריקייט פון זיין דינסטמויד; ווארום זע, פון איצט אָן וועלן מיך רופן געבענטשטע אלע דורות,
49 for the Mighty One has done great things for me, and holy is his name. ווייל גרויסע זאכן האט מיר געטאן דער מעכטיקער, און הייליק איז זיין נאמען;
50 And his mercy is for those who fear him from generation to generation. און זיין בארעמהארציקייט איז פון דור צו דור צו די, וואס פארכטן זיך פאר אים.
51 He has shown strength with his arm; he has scattered the proud in the thoughts of their hearts; מאכט האט ער באוויזן מיט זיין ארעם, צעשפרייט האט ער די שטאלצע אין דער מחשבה פון זייער הארץ.
52 he has brought down the mighty from their thrones and lifted up the humble; פון טראנען האט ער אראפגעזעצט מעכטיקע, און נידריקע האט ער דערהייבט;
53 he has filled the hungry with good things, and the rich he has sent away empty. הונגריקע האט ער אנגעפילט מיט אלעם גוטן, און רייכע אוועקגעשיקט מיט גארנישט.
54 He has helped his servant Israel, in remembrance of his mercy, געהאלפן האט ער זיין קנעכט ישראל, געדענקענדיק זיין רחמנות,
55 just as he spoke to our fathers, to Abraham and to his offspring forever." אזוי ווי ער האט גערעדט צו אונדזערע אבות, צו אברהם און זיין זאמען אויף אייביק.
56 And Mary remained with her about three months and then returned to her home. און מרים איז געבליבן ביי איר אן ערך דריי חדשים, און האט זיך אומגעקערט אהיים.
57 Now the time came for Elizabeth to give birth, and she bore a son. פאר אלישבען אבער האט זיך דערפילט די צייט פון איר קימפעט, און זי האט געבוירן א זון.
58 Her neighbors and relatives heard our Father had shown her great mercy, and rejoiced with her. און אירע שכנים און קרובים האבן געהערט, אז דער האר (ה׳) האט איר ארויסגעוויזן גרויס חסד, און האבן זיך געפריידט מיט איר.
59 On the eighth day they came to circumcise the child, and were going to call him Zechariah after his father, און עס איז געשען, דעם אכטן טאג איז מען געקומען מל זיין דאס קינד, און מען האט אים א נאמען געגעבן נאך זיין פאטער זכריה.
60 but his mother answered, "No; he will be called John." און זיין מוטער האט ענטפערנדיק געזאגט: ניין; נאר ער זאל הייסן יוחנן.
61 And they said to her, "None of your relatives is called by this name." און זיי האבן צו איר געזאגט: אין דיין משפחה איז דאך נישטא קיינער, וואס האט דעם דאזיקן נאמען!
62 And they made signs to his father, asking what Zechariah wanted the child to be called. און זיי האבן געוואונקען צו זיין פאטער, ווי וואלט ער געוואלט אים א נאמען געבן.
63 He asked for a tablet and wrote, "His name is John." And everyone was amazed. און ער האט געבעטן א שרייב טעוועלע און האט אויפגעשריבן, אזוי צו זאגן; זיין נאמען איז יוחנן! און אלע האבן זיך געוואונדערט.
64 And immediately his mouth was opened and his tongue loosed, and he spoke, blessing our Father. און אין אן אויגנבליק האבן זיך זיין מויל און צונג געעפנט; און ער האט גערעדט, לויבנדיק ה׳.
65 Fear fell on all their neighbors, and all these things were talked about throughout Judea's hill country. און א מורא איז געקומען אויף אלע זייערע שכנים, און אין דעם גאנצן בארגלאנד פון יהודה האט מען גערעדט פון אלע די דאזיקע זאכן.
66 And all who heard kept these things in their hearts, saying, "What then will this child become?" For our Father's hand was with him. און אלע, וואס האבן דאס געהערט, האבן עס זיך גענומען צום הארצן, אזוי צו זאגן: וואס וועט דאס דאזיקע קינד זיין? ווארום אויך די האנט פון דעם האר (ה׳) איז געווען מיט אים.
67 And his father Zechariah was filled with the Holy Spirit and prophesied, saying, און זכריה, זיין פאטער, איז פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האט נבואות געזאגט, אזוי צו זאגן:
68 "Blessed be our Father of Israel, for he has visited and redeemed his people, געלויבט זאל זיין דער האר, דער ג‑ט פון ישראל. ווייל ער האט השגחה געהאט און געשאפן א ישועה פאר זיין פאלק,
69 and has raised up a mighty Savior for us in the house of his servant David, און אויפגעשטעלט א הארן פון גאולה פאר אונדזערטוועגן אין דעם הויז פון דוד זיין קנעכט,
70 as he spoke through the mouth of his holy prophets long ago, לויט ווי ער האט גערעדט דורך דעם מויל פון זיינע הייליקע נביאים. פון אייביק אָן,
71 that we should be saved from our enemies and from the hand of all who hate us; א רעטונג פון אונדזערע שונאים און אויס דער האנט פון אלע, וואס האסן אונדז;
72 to show the mercy promised to our fathers and to remember his holy covenant, צו טאן חסד מיט אונדזערע אבות, און צו געדענקען זיין הייליקן בונד;
73 the oath that he swore to our father Abraham, to grant us, די שבועה, וואס ער האט געשוואוירן צו אונדזער פאטער אברהם;
74 that we, being delivered from the hand of our enemies, might serve him without fear, אונדז צו געבן, זייענדיק באפרייט אויס דער האנט פון אונדזערע שונאים, מיר זאלן אים דינען אָן מורא,
75 in holiness and righteousness before him all our days. אין קדושה און גערעכטיקייט פאר אים אלע אונדזערע טעג.
76 And you, child, will be called the prophet of the Most High; for you will go before the Lord to prepare his ways, און דו, קינד, וועסט גערופן ווערן: נביא פון דעם אויבערשטער, ווארום דו וועסט גיין פארויס פאר דעם האר צוצוגרייטן זיינע וועגן, (ישעיהו מ, ג.)
77 to give his people the knowledge of salvation through the forgiveness of their sins, כדי צו געבן זיין פאלק דערקענטעניש פון ישועה דורך דער פארגעבונג פון זייערע זינד,
78 because of the tender mercy of our Father, by which the sunrise from on high will visit us, דורך דער הערצלעכער דערבארמונג פון אונדזער ג‑ט, דורך וועלכן א זונאויפגאנג פון אויבן וועט קומען צו אונדז,
79 to give light to those who sit in darkness and in the shadow of death, to guide our feet into the way of peace." זיי צו געבן ליכט וואס זיצן אין פינצטערניש און אין שאטן פון טויט, צו פירן אונדזערע פיס אינם וועג פון שלום.
80 The child grew, became strong in spirit, and lived in the wilderness until the day he appeared publicly to Israel. און דאס קינד איז געוואקסן און איז שטארק געווארן אינם גייסט, און איז געווען אין מדבריות ביז צום טאג פון זיין באווייזן זיך צו ישראל.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]