Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Luke 2 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 In those days Caesar Augustus issued a decree to register the whole inhabited world. און עס איז געשען אין יענע טעג, א דעקרעט איז ארויסגעגאנגען פון קיסר אויגוסטוס, אז די גאנצע וועלט זאל זיך רעגיסטרירן.
2 This was the first registration, when Quirinius was governor of Syria. דאס איז די ערשטע רעגיסטרירונג, וואס איז געמאכט געווארן בשעת קירעניוס איז געווען העגמון פון סיריען.
3 Everyone went to be registered, each to his own town. און אלע זענען געגאנגען זיך רעגיסטרירן, יעדער איינער אין זיין אייגענער שטאט אריין.
4 Joseph too went up from Galilee, from the town of Nazareth, to Judea, to the city of David called Bethlehem, since he belonged to David's house and family, און יוסף איז אויך ארויפגעגאנגען פון גליל, אויס דער שטאט נצרת, קיין יהודה, אין דער שטאט פון דוד, וועלכע הייסט בית‑לחם, ווייל ער איז געווען פון דעם הויז און משפחה פון דוד (המלך);
5 to be registered with Mary, his fiancée, who was expecting a child. אז ער זאל זיך לאזן רעגיסטרירן צוזאמען מיט מרים, וואס איז געווען פארקנסט צו אים, און איז געווען מעוברת.
6 While they were there, the time came for her to give birth. און עס איז געשען, בשעת זיי זענען דארט געווען, דאס די טעג פון איר קימפעט זענען דערפילט געווארן,
7 She gave birth to her firstborn son, wrapped him in cloths, and laid him in a manger, because the inn had no place for them. און זי האט געבוירן איר זון, דעם בכור, און האט אים איינגעוויקלט אין ווינדעלעך און אריינגעלייגט אין א מולטער, צוליב דעם וואס עס איז נישט געווען קיין ארט פאר זיי אין דער אכסניה.
8 Shepherds were in that same region, staying out in the fields, keeping watch over their flock by night. און אין דער זעלביקער געגנט זענען געווען פאסטוכער, וואס האבן זיך אויפגעהאלטן אויפן פעלד און געהאלטן וואך איבער זייער סטאדע ביינאכט.
9 An angel of our Father stood before them; the glory of our Father shone around them, and great fear seized them. און א מלאך פונם האר (ה׳) האט זיך אוועקגעשטעלט ביי זיי און דער כבוד פון האר (ה׳) האט זיי ארומגעלויכטן, און זיי האבן זיך געפארכטן מיט א גרויסער פורכט.
10 The angel told them, "Don't be afraid—I bring good news of great joy for everyone: און דער מלאך האט צו זיי געזאגט: פארכט זיך נישט! ווארום זע, איך זאג אייך אָן א גוטע בשורה פון גרויסער פרייד, וועלכע איז פארן גאנצן פאלק;
11 Today in the city of David, a Savior was born to you—Christ the Lord. אז אייך איז היינט געבוירן געווארן א גואל, וועלכער איז משיח, דער האר, אין דער שטאט פון דוד. (מיכה ה, א.)
12 This is your sign: you'll find a baby wrapped in cloths, lying in a manger." און דאס דאזיקע איז פאר אייך א צייכן: איר וועט געפינען א קליין קינד איינגעוויקלט אין ווינדלען און ליגנדיק אין א מולטער.
13 Suddenly there was with the angel a multitude of the heavenly host, praising our Father and saying, און פלוצלונג איז געווען אינאיינעם מיט דעם מלאך א מחנה פון הימלישע חיל וואס האבן געלויבט ה׳ און געזאגט:
14 "Glory to our Father in the highest, and on earth peace among those with whom he is pleased!" כבוד צו ה׳ אין די הויכקייטן, און אויף דער ערד שלום צווישן מענטשן אין וועמען ער האט א וואוילגעפעלן!
15 When the angels left them for heaven, the shepherds said to each other, "Let's go straight to Bethlehem and see this thing that has happened, which our Father has made known to us." און עס איז געשען, ווי די מלאכים זענען פון זיי אוועק אין הימל אריין, האבן די פאסטוכער געזאגט איינער צום אנדערן: לאמיר איצט גיין קיין בית‑לחם, און זען די דאזיקע זאך, וואס איז געשען, וועלכע דער האר (ה׳) האט אונדז צו וויסן געטאן.
16 They hurried off and found Mary and Joseph, and the baby lying in the manger. און זיי זענען געגאנגען איילנדיק און האבן געפונען מרים און יוספן, און דאס קליינע קינד ליגנדיק אין דער מולטער.
17 When they saw him, they made known what had been told them about this child. און ווען זיי האבן עס געזען האבן זיי באקאנט געמאכט דאס ווארט, וואס איז צו זיי גערעדט געווארן וועגן דעם דאזיקן קינד.
18 All who heard were amazed at what the shepherds told them. און אלע, וואס האבן דאס געהערט, האבן זיך געוואונדערט איבער דעם, וואס איז געזאגט געווארן פון די פאסטוכער.
19 But Mary treasured up all these things, pondering them in her heart. מרים אבער האט אפגעהיטן אלע די דאזיקע רייד און האט נאכגעטראכט איבער זיי אין איר הארץ.
20 The shepherds returned, glorifying and praising our Father for all they'd heard and seen, just as they were told. און די פאסטוכער האבן זיך אומגעקערט אפגעבנדיק כבוד צו ה׳ און לויבנדיק אים פאר אלעם, וואס זיי האבן געהערט און געזען, אזוי ווי עס איז צו זיי גערעדט געווארן.
21 When eight days for his circumcision were complete, he was named Jesus, the name the angel gave before he was conceived in the womb. און ווען אכט טעג זענען דערפילט געווארן, אז מען זאל אים מל זיין, האט מען אים א נאמען געגעבן יהושע/ישוע, ווי ער איז גערופן געווארן פון דעם מלאך איידער ער איז געשאפן געווארן אינם מוטערלייב.
22 When their days of purification under the Law of Moses ended, they brought him up to Jerusalem to present him to our Father, און ווען די טעג זענען דערפילט געווארן פון זייער רייניקונג לויט תורת משה, האבן זיי אים ארויפגעברענגט קיין ירושלים, כדי אים אוועקצושטעלן פאר דעם האר (ה׳) (ויקרא יב, א-ח.)
23 (as it is written in our Father's Law, "Every firstborn male will be called holy to our Father"), אזוי ווי עס שטייט געשריבן אין דער תורה פון דעם האר (ה׳): יעדער זכר, וואס עפנט די מוטערטראכט, זאל גערופן ווערן הייליק צום האר (ה׳); (שמות יג, א-ב.)
24 and to offer a sacrifice as the Law of our Father says: a pair of turtledoves or two young pigeons. און צו ברענגען א קרבן לויט ווי עס איז געזאגט געווארן אין דער תורה פונם האר (ה׳): א *פאר טערקל‑טויבן אדער צוויי יונגע טויבן.
25 In Jerusalem lived a man named Simeon, righteous and devout, waiting for Israel's comfort, with the Holy Spirit on him. און זע, עס איז געווען א מענטש אין ירושלים, וועלכער האט געהייסן שמעון, און דער דאזיקער איז געווען אן איש צדיק און א ג‑טספארכטיקער מענטש, און האט געהאפט אויף דער נחמה פון ישראל; און דער רוח הקודש האט גערוט אויף אים.
26 The Holy Spirit had revealed to him he wouldn't die before seeing our Father's Christ. און עס איז אים אנטפלעקט געווארן דורך דעם רוח הקודש, אז ער וועט נישט זען דעם טויט איידער ער וועט זען דעם משיח פון דעם האר ה׳.
27 Prompted by the Spirit, he entered the temple. As the parents brought in the child Jesus to do for him what the Law required, און ער איז געקומען דורך דעם גייסט אין בית המקדש אריין! און בשעת די עלטערן האבן אריינגעברענגט דאס קינד יהושע/ישוע, כדי צו טאן מיט אים לויט דעם מנהג פון דער תורה,
28 Simeon took him up in his arms and blessed our Father, saying, האט ער (שמעון) עס גענומען אויף זיינע ארעמס און געלויבט ה׳ און געזאגט:
29 "Sovereign Father, now you are letting your servant depart in peace, according to your word. איצט, אָ, האר, לאזטו דיין קנעכט גיין, לויט דיין ווארט, בשלום,
30 For my eyes have seen your salvation, ווייל געזען האבן מיינע אויגן דיין רעטונג,
31 which you have prepared in the presence of all peoples: וואס דו האסט צוגעגרייט פאר אלע פעלקער,
32 a light for revelation to the Gentiles, and for glory to your people Israel." א ליכט צו דער באלויכטונג פון די אומות (העולם) און א הערלעכקייט פאר דיין פאלק ישראל. (ישעיהו מב, ו.)
33 His father and mother were amazed at what was said about him. און זיין פאטער און מוטער האבן זיך געוואונדערט איבער דעם, וואס איז געזאגט געווארן וועגן אים;
34 And Simeon blessed them and told Mary, his mother, "This child is appointed for the fall and rising of many in Israel, and to be a sign that is opposed, און שמעון האט זיי געבענטשט און געזאגט צו מרים, זיין מוטער: זע, ער איז באשטימט צום פאלן און אויפשטיין פון א סך אין ישראל, און אלס א צייכן, וואס וועט ווידערגעשפראכן ווערן; (ישעיהו ח, יד-טו.)
35 and a sword will pierce through your own soul also—so that thoughts from many hearts may be revealed." און אויך דיין אייגענער זעל וועט דורכדרינגען א שווערד; כדי די מחשבות פון א סך הערצער זאלן אנטפלעקט ווערן.
36 Also there was Anna, a woman prophet, daughter of Phanuel of Asher's tribe, very old, having lived with her husband seven years after her virginity, און עס איז געווען א נביאה, חנה בת פנואל, פונם שבט אשר. זי האט שוין געהאט דערגרייכט א זייער טיפע עלטער, האבנדיק געלעבט מיט א מאן זיבן יאר פון איר יונגפרוישאפט אָן,
37 and a widow until eighty-four, never leaving the temple, worshiping with fasting and prayer night and day. און איז געווען אן אלמנה ביז צו פיר און אכציק יאר, וואס האט נישט פארלאזט דאס בית המקדש, און האט געדינט ה׳ מיט תעניתים און תפילות בייטאג און ביינאכט.
38 Coming up at that same hour, she gave thanks to our Father and spoke of the child to all awaiting Jerusalem's redemption. אויך זי איז געקומען אין דער זעלביקער שעה, האט געלויבט ה׳, און גערעדט וועגן אים צו אלע, וואס האבן געהאפט אויף דער אויסלייזונג פון ירושלים.
39 When they finished everything required by our Father's Law, they returned to Galilee, to their own town of Nazareth. און ווי זיי האבן אלץ מקיים געווען לויט דער תורה פונם האר (ה׳), האבן זיי זיך אומגעקערט קיין גליל, אין זייער אייגענער שטאט נצרת.
40 The child grew, becoming strong, filled with wisdom, and our Father's favor was on him. און דאס קינד איז געוואקסן און איז געווארן שטארק, ווערנדיק פול מיט חכמה, און ה׳ס חן איז געווען אויף אים.
41 Now his parents went to Jerusalem every year at the Feast of Passover. און זיינע עלטערן פלעגן עולה רגל זיין יעדעס יאר קיין ירושלים אויף יום טוב פסח.
42 When he was twelve years old, they went up according to the custom of the feast. און ווען ער איז אלט געווארן צוועלף יאר זענען זיי ארויפגעגאנגען לויט דעם מנהג פונם יום טוב;
43 When the festival ended and they left for home, the boy Jesus stayed behind in Jerusalem, unknown to his parents. און ווען די טעג האבן זיך געענדיקט און זיי האבן זיך אומגעקערט (אהיים), איז דאס יינגל יהושע/ישוע איבערגעבליבן אין ירושלים, און זיינע עלטערן האבן עס נישט געוואוסט;
44 Thinking he was in the group, they traveled a day's journey, then searched for him among relatives and acquaintances. נאר מיינענדיק, אז ער איז מיט די עולי רגל, זענען זיי געגאנגען א טאג רייזע און האבן אים געזוכט צווישן די קרובים און באקאנטע.
45 When they did not find him, they returned to Jerusalem, searching for him. און (אזוי ווי) זיי האבן אים נישט געפונען, האבן זיי זיך אומגעקערט קיין ירושלים און אים געזוכט.
46 After three days they found him in the temple, sitting among the teachers, listening to them and asking them questions. און עס איז געשען, אין דריי טעג ארום האבן זיי אים געפונען אין בית המקדש זיצנדיק אין דער מיט צווישן די תנאים, און ער האט זיך צוגעהערט צו זיי און זיי געשטעלט קשיות;
47 All who heard him were amazed at his understanding and his answers. און אלע, וואס האבן אים געהערט, האבן געשטוינט איבער זיין שכל און זיינע תשובות.
48 When his parents saw him, they were astonished. His mother said, "Child, why have you done this to us? Look, your father and I have been anguished, searching for you." און ווען זיי האבן אים דערזען, זענען זיי געווארן אויסער זיך, און זיין מוטער האט צו אים געזאגט; קינד, פארוואס האסטו אונדז אזוי געטאן? זע, דיין פאטער און איך האבן דיך געזוכט מיט אנגסט.
49 He said to them, "Why were you searching for me? Didn't you know I must be in my Father's house?" און ער האט צו זיי געזאגט; פארוואס האט איר מיך געזוכט? צי האט איר דען נישט געוואוסט, אז איך מוז זיין אין מיין פאטערס הויז?
50 But they did not understand the saying that he spoke to them. און זיי האבן נישט משיג געווען דאס ווארט, וואס ער האט צו זיי גערעדט.
51 Then he went down with them and came to Nazareth, remaining obedient to them. His mother kept all these things in her heart. און ער איז אראפגעגאנגען מיט זיי און איז געקומען קיין נצרת און געווען אונטערטעניק צו זיי; און די מוטער זיינע האט אפגעהיטן די אלע ווערטער אין איר הארץ.
52 Jesus increased in wisdom and stature and in favor with our Father and with people. און יהושע/ישוע איז געוואקסן אין דער חכמה און אין קערפערלעכן געשטאלט, און אין חן ביי ה׳ און ביי לייטן.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]