Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

John 9 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 As Jesus passed by, he saw a man who had been blind from birth. און פארבייגייענדיק האט ער געזען א מענטשן, א בלינדן פון דער געבורט אָן.
2 His disciples asked him, "Rabbi, who sinned, this man or his parents, that he was born blind?" און זיינע תלמידים האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן; רבי, ווער האט געזינדיקט, דער דאזיקער אדער זיינע עלטערן, אז ער איז געבוירן געווארן בלינד?
3 "Neither this man nor his parents sinned,' Jesus answered, 'but this happened so the works of our Father might be revealed in him. האט יהושע/ישוע געענטפערט: נישט ער האט געזינדיקט, נישט די עלטערן זיינע; נאר כדי די מעשים פון ה׳ זאלן אנטפלעקט ווערן אין אים.
4 We must do the works of the one who sent me while it is day; night comes, when no one can work. מיר מוזן טאן די מעשים פון אים, וואס האט מיך געשיקט, כל זמן עס איז טאג; די נאכט קומט אָן, ווען קיינער קען נישט ארבעטן.
5 As long as I am in the world, I am the light of the world.'" בשעת איך בין אין דער וועלט, בין איך דאס ליכט פון דער וועלט.
6 Saying this, he spat on the ground, made mud from the saliva, and smeared it on the man's eyes. דאס זאגנדיק, האט ער אויסגעשפיגן אויף דער ערד און געמאכט ליים פון דעם שפייעכץ און אים באשמירט די אויגן מיט דעם ליים,
7 He told him, "Go, wash in the pool of Siloam" (meaning Sent). So the man went, washed, and returned able to see. און האט צו אים געזאגט: גיי, וואש דיך אין טייך שילוח, (פארטייטשט הייסט עס, געשיקט). ער איז דעריבער אוועקגעגאנגען, און האט זיך געוואשן, און איז צוריקגעקומען זעענדיק.
8 Neighbors and those who'd seen him begging before said, "Isn't this the one who used to sit and beg?" און די שכנים, און די, וואס האבן אים פריער געזען, אז ער איז געווען א בעטלער, האבן געזאגט: צי איז עס דען נישט דער, וואס איז געזעסן און געבעטלט?
9 Some said, "That's him." Others said, "No, he just looks like him." He kept saying, "I'm the one." אנדערע האבן געזאגט: ער איז עס; אנדערע האבן געזאגט: ניין, נאר ער איז ענלעך צו אים. יענער האט געזאגט: איך בין עס.
10 So they asked him, "Then how were your eyes opened?" האבן זיי צו אים געזאגט: וויאזוי זשע זענען דיינע אויגן געעפנט געווארן?
11 He replied, "The man called Jesus made mud, smeared it on my eyes, and told me, 'Go to Siloam and wash.' So I went, washed, and could see." יענער האט געענטפערט: דער מענטש, וועמען מען רופט יהושע/ישוע, האט געמאכט ליים, און אנגעשמירט מיינע אויגן, און צו מיר געזאגט: גיי צום שילוח און וואש דיך; און איך בין געגאנגען און האב מיך געוואשן, און בין זעענדיק געווארן.
12 They said to him, "Where is he?" He said, "I do not know." האבן זיי צו אים געזאגט: וואו איז ער? זאגט ער: איך ווייס נישט.
13 They brought the man who had been blind to the Pharisees. נעמען זיי און פירן צו די פרושים דעם, וואס איז פריער געווען בלינד.
14 Now it was a Sabbath day when Jesus made the mud and opened his eyes. און דער טאג איז געווען א שבת, ווען יהושע/ישוע האט געמאכט דאס ליים, און אים געעפנט זיינע אויגן.
15 So the Pharisees also asked him again how he had gained sight. He told them, "He put mud on my eyes, and I washed, and I see." דעריבער האבן אויך די פרושים אים ווידער געפרעגט, וויאזוי ער איז זעענדיק געווארן. און ער האט צו זיי געזאגט: ער האט ארויפגעלייגט ליים אויף מיינע אויגן, און איך האב מיך געוואשן, און איך זע.
16 Some Pharisees said, "This man isn't from God—he doesn't keep the Sabbath." Others said, "How can a sinful man do such signs?" So they were divided among them. האבן אייניקע פון די פרושים געזאגט: דער דאזיקער מענטש איז נישט פון ה׳, ווייל ער היט נישט אפ שבת. און אנדערע האבן געזאגט: וויאזוי קען א מענטש, א חוטא, טאן אזעלכע נסים? און עס איז געווארן א מחלוקה צווישן זיי.
17 Again they asked the blind man, "What do you say about him, since he opened your eyes?" He said, "He is a prophet." און ווידער האבן זיי געזאגט צום בלינדן: וואס זאגסטו וועגן אים, אז ער האט דיר געעפנט דיינע אויגן? ער אבער האט געזאגט: ער איז א נביא.
18 The Jews did not believe he had been blind and gained sight, until they summoned the parents of the man who had gained sight. די יידן האבן דעריבער נישט געגלויבט וועגן אים, אז ער איז געווען בלינד, און איז זעענדיק געווארן, ביז זיי האבן גערופן די עלטערן פון דעם זעענדיק געווארענעם,
19 They asked them, "Is this your son you say was born blind? How then does he now see?" און זיי געפרעגט, אזוי צו זאגן: צי איז דער דאזיקער אייער זון, וואס איר זאגט, אז ער איז געבוירן געווארן בלינד? וויאזוי זשע זעט ער איצט?
20 His parents answered, "We know that this is our son and that he was born blind. האבן זיינע עלטערן געענטפערט און געזאגט: מיר ווייסן, אז דער דאזיקער איז אונדזער זון, און אז ער איז געבוירן געווארן בלינד;
21 But how he now sees, we don't know; or who opened his eyes, we don't know. Ask him—he's an adult; he'll speak for himself." וויאזוי אבער ער זעט איצט, ווייסן מיר נישט; אדער ווער עס האט אים געעפנט זיינע אויגן, ווייסן מיר נישט; פרעגט אים, ער איז א דערוואקסענער, ער וועט רעדן פאר זיך אליין.
22 His parents said this, fearing the Jews, since the Jews had already agreed that if anyone confessed Jesus as the Christ, he would be expelled from the synagogue. דאס האבן זיינע עלטערן געזאגט, ווייל זיי האבן מורא געהאט פאר די יידן: ווארום די יידן האבן שוין געהאט אפגעמאכט, אז ווען עמיצער וועט אים אנערקענען פאר דעם משיח, זאל ער געלייגט ווערן אין חרם אריין.
23 That was why his parents said, "He is of age; ask him." דערפאר האבן זיינע עלטערן געזאגט: ער איז א דערוואקסענער, פרעגט אים.
24 So they called the once-blind man again and said, "Give God the glory. We know this man is a sinner." זיי האבן דעריבער צום צווייטן מאל גערופן דעם מענטשן, וואס איז געווען בלינד, און געזאגט צו אים: גיב אפ כבוד צו ה׳; מיר ווייסן, אז דער דאזיקער מענטש איז א חוטא.
25 He replied, "Whether he's a sinner, I don't know. I know one thing: I was blind, now I see." האט יענער געענטפערט: צי ער איז זינדיק ווייס איך נישט; איין זאך ווייס איך יא, אז איך בין געווען בלינד און איצט זע איך.
26 They said to him, "What did he do to you? How did he open your eyes?" זיי האבן דעריבער געזאגט צו אים: וואס האט ער דיר געטאן? וויאזוי האט ער געעפנט דיינע אויגן?
27 He answered them, "I already told you, and you didn't listen. Why do you want to hear it again? Do you also want to become his disciples?" האט ער זיי געענטפערט: איך האב דאך אייך שוין געזאגט, און איר האט זיך נישט צוגעהערט; פארוואס ווילט איר נאכאמאל הערן? צי ווילט איר אויך ווערן זיינע תלמידים?
28 And they reviled him, saying, "You are his disciple, but we are disciples of Moses. און זיי האבן אים געזידלט, און געזאגט; דו ביסט יענעמס תלמיד, מיר אבער זענען משהס תלמידים.
29 We know God spoke to Moses, but we don't know where this man is from." מיר ווייסן, אז ה׳ האט גערעדט צו משהן; אבער וואס שייך דעם דאזיקן, ווייסן מיר נישט, פונוואנען ער איז.
30 The man answered them, "Here's the amazing thing: you don't know where he's from, yet he opened my eyes. האט דער מענטש געענטפערט און געזאגט צו זיי: אָט אין דעם דאזיקן ליגט דאָ דער חידוש, אז איר ווייסט נישט פונוואנען ער איז, און ער האט מיר געעפנט מיינע אויגן.
31 We know God doesn't listen to sinners, but if anyone reveres God and does his will, God listens to him. מיר ווייסן, אז ה׳ דערהערט נישט קיין חוטאים; נאר אויב עמיצער איז א ירא שמים און טוט זיין רצון, דעם דאזיקן דערהערט ער יא.
32 Never since the world began has anyone heard of someone opening the eyes of a person born blind. פון אייביק אָן איז עס נישט געהערט געווארן, אז עמיצער זאל האבן געעפנט די אויגן פון א בלינד געבוירענעם.
33 If this man were not from God, he could do nothing." אויב דער דאזיקער וואלט נישט געווען פון ה׳, וואלט ער גארנישט געקענט טאן.
34 They answered him, "You were born entirely in sin, yet you teach us?" and threw him out. האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: דו ביסט אינגאנצן געבוירן געווארן אין זינד, און דו לערנסט אונדז? און האבן אים ארויסגעווארפן אינדרויסן.
35 Jesus heard they had thrown him out, and finding him, said, "Do you believe in the Son of Man?" יהושע/ישוע האט געהערט, אז זיי האבן אים ארויסגעווארפן; און געפינענדיק אים, האט ער געזאגט: צי גלויבסטו אין דעם בר אנש?
36 He answered, "And who is he, sir, so I can believe in him?" יענער האט געענטפערט און געזאגט; און ווער איז עס, האר, אז איך זאל גלויבן אין אים?
37 Jesus said to him, "You have seen him, and it is he who is speaking with you." האט יהושע/ישוע געזאגט צו אים: דו האסט אים געזען, און דער, וואס רעדט מיט דיר, איז עס.
38 He said, "Lord, I believe," and he worshiped him. און ער האט געזאגט: האר, איך גלויב! און האט זיך געבוקט צו אים.
39 Jesus said, "I came into this world for judgment, so those who don't see may see, and those who see may become blind." און יהושע/ישוע האט געזאגט: צום משפט בין איך געקומען אין דער וועלט אריין, כדי די, וואס זען נישט, זאלן זען, און די זעענדיקע זאלן ווערן בלינד.
40 Some Pharisees with him heard this and said, "Are we blind too?" און אייניקע פון די פרושים, וואס זענען געווען מיט אים, האבן דאס געהערט, און האבן געזאגט צו אים: צי זענען מיר אויך בלינד?
41 Jesus told them, "If you were blind, you would have no sin; but since you say, 'We see,' your sin remains." האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: אויב איר וואלט געווען בלינד, וואלט איר נישט געהאט קיין חטא; איצט אבער זאגט איר: מיר זען; דערפאר בלייבט אייער זינד.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]