Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

John 10 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 "Truly, truly, I tell you: whoever doesn't enter the sheepfold through the gate, but climbs in another way, is a thief and a robber. באמת, באמת זאג איך אייך; דער, וואס קומט נישט אריין דורך דער טיר אינם הויף פון די שאף, נאר שטייגט אריין דורך ערגעץ אנדערשוואו, יענער איז א גנב און א גזלן.
2 But the one who enters by the gate is the shepherd of the sheep. דער אבער וואס קומט אריין דורך דער טיר, איז דער פאסטוך פון די שאף.
3 The gatekeeper opens for him, and the sheep hear his voice. He calls his own sheep by name and leads them out. פאר אים עפנט דער שומר; און די שאף הערן זיין קול, און ער רופט זיינע שאף ביים נאמען, און פירט זיי ארויס.
4 After bringing all his own out, he goes ahead of them, and the sheep follow him because they know his voice. און ווען ער האט ארויסגעלאזט אלע זיינע אייגענע, גייט ער פארויס פאר זיי, און די שאף פאלגן אים נאך, ווייל זיי קענען זיין קול.
5 They will never follow a stranger—they'll run from him, since they don't know the voice of strangers." א פרעמדן אבער וועלן זיי בשום אופן נישט נאכפאלגן, נאר וועלן אנטלויפן פון אים, ווייל זיי קענען נישט דאס קול פון פרעמדע.
6 Jesus told them this figure of speech, but they didn't grasp what he meant. דאס דאזיקע משל האט יהושע/ישוע געזאגט צו זיי; אבער זיי האבן נישט פארשטאנען, וואס דאס איז, וואס ער האט צו זיי גערעדט.
7 So Jesus said again, "Truly, truly, I tell you, I am the gate for the sheep. יהושע/ישוע האט דעריבער ווידער צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: איך בין די טיר פון די שאף.
8 "All who came before me are thieves and robbers, but the sheep did not listen to them. אלע, וואס זענען געקומען פאר מיר, זענען גנבים און גזלנים; אבער די שאף האבן זיי נישט געהערט.
9 I am the gate; whoever enters through me will be saved, going in and out, finding pasture. איך בין די טיר; ווער עס וועט אריינגיין דורך מיר, דער וועט געראטעוועט ווערן; און וועט אריינגיין און ארויסגיין, און געפינען פאשע.
10 The thief comes only to steal, kill, and destroy. I came so they may have life, and have it in abundance. דער גנב קומט נישט אחוץ כדי צו גנבענען און הרגענען און צו פארדארבן; איך בין געקומען, כדי זיי זאלן האבן לעבן, און אז זיי זאלן האבן א שפע.
11 "I am the good shepherd. The good shepherd lays down his life for the sheep. איך בין דער גוטער פאסטוך; דער גוטער פאסטוך איז זיך מוסר נפש פאר די שאף.
12 The hired hand, not a shepherd, doesn't own the sheep. Seeing the wolf coming, he leaves the sheep and flees—the wolf snatches and scatters them. דער געדונגענער, און דער, וואס איז נישט קיין פאסטוך, צו וועמען עס געהערן נישט די שאף, זעט דעם וואלף קומען, און פארלאזט די שאף, און אנטלויפט; און דער וואלף פארצוקט און צעשפרייט זיי;
13 The man runs away because he is a hired hand and cares nothing for the sheep. ער אנטלויפט, ווייל ער איז א געדונגענער, און עס קימערט אים נישט וועגן די שאף.
14 "I am the good shepherd. I know my own and my own know me, איך בין דער גוטער פאסטוך, און איך קען די מייניקע, און די מייניקע קענען מיך,
15 as the Father knows me and I know the Father, and I lay down my life for the sheep. ווי דער פאטער קען מיך, און איך קען דעם פאטער; און מיין לעבן לייג איך אנידער פאר די שאף.
16 I have other sheep not of this fold; I must lead them too, and they will hear my voice. They will become one flock, one shepherd. און אנדערע שאף האב איך, וואס זענען נישט פון דעם דאזיקן הויף; זיי מוז איך אויך פירן, און זיי וועלן הערן מיין קול; און עס וועט ווערן איין סטאדע, איין פאסטוך.
17 This is why the Father loves me: I lay down my life only to take it up again. דערפאר האט דער פאטער מיך ליב, ווייל איך לייג אנידער מיין לעבן, כדי איך זאל עס ווידער נעמען.
18 No one takes it from me, but I lay it down on my own. I have authority to lay it down, and authority to take it up again. This charge I received from my Father." קיינער נעמט עס נישט אוועק פון מיר, נאר פון מיר אליין לייג איך עס אנידער. איך האב רשות עס אנידערצולייגן, און האב רשות עס ווידער צו נעמען. דאס דאזיקע געבאט האב איך באקומען פון מיין פאטער.
19 These words brought division among the Jews once again. ווידער איז געווארן א מחלוקה צווישן די יידן צוליב די דאזיקע ווערטער.
20 Many of them said, "He is demon-possessed and out of his mind. Why listen to him?" און א סך פון זיי האבן געזאגט: ער האט א בייזן גייסט, און איז אראפ פון זינען; פארוואס הערט איר אים?
21 But others said, "These aren't a demon-possessed man's words. Can a demon open blind eyes?" אנדערע האבן געזאגט: דאס זענען נישט די רייד פון א באזעסענעם מיט א בייזן גייסט. צי קען דען א בייזער גייסט עפענען די אויגן פון בלינדע?
22 Then came the Feast of Dedication at Jerusalem. It was winter, עס איז דעמאלט געווען חנוכה אין ירושלים; עס איז געווען ווינטער,
23 and Jesus was walking in the temple, in Solomon's Colonnade. און יהושע/ישוע איז געגאנגען אינם בית המקדש אין אולם של שלמה ארויף און אראפ.
24 The Jews surrounded him and said, "How long will you hold us in suspense? If you are the Christ, tell us plainly." און די יידן האבן אים ארומגערינגלט, און האבן געזאגט צו אים: ביז ווען ווילסטו אויסציען אונדזער נשמה? אויב דו ביסט דער משיח, זאג אונדז אפן.
25 Jesus answered, "I told you, and you don't believe. The works I do in my Father's name testify about me, האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: איך האב אייך שוין געזאגט, און איר גלויבט נישט; די מעשים, וואס איך טו אין מיין פאטערס נאמען, זיי זאגן עדות וועגן מיר.
26 but you do not believe, because you are not my sheep. נאר איר גלויבט נישט, ווייל איר זענט נישט פון מיינע שאף.
27 My sheep listen to my voice; I know them, and they follow me. מיינע שאף הערן מיין קול, און איך קען זיי, און זיי פאלגן מיר נאך;
28 I give them eternal life, and they will never perish, and no one will snatch them from my hand. און איך גיב זיי אייביק לעבן: און זיי וועלן קיינמאל נישט פארלוירן ווערן, און קיינער וועט זיי נישט ארויסרייסן פון מיינע הענט.
29 My Father, who gave them to me, is greater than all; no one can snatch them out of the Father's hand. מיין פאטער, וואס האט זיי מיר געגעבן, איז גרעסער ווי אלע; און קיינער קען זיי נישט ארויסרייסן פון מיין פאטערס האנט.
30 I and the Father are one." איך און דער פאטער זענען מיר איינס.
31 Again the Jews picked up stones to stone him. האבן די יידן ווידער אויפגעהויבן שטיינער, כדי אים צו שטייניקן.
32 Jesus replied, "I have shown you many good works from the Father. For which of these are you going to stone me?" יהושע/ישוע האט זיי געענטפערט: א סך מעשים טובים האב איך אייך געוויזן פון דעם פאטער; צוליב וועלכער פון די דאזיקע מעשים, שטייניקט איר מיך?
33 "We're stoning you not for good work," they said, "but for blasphemy, because you, a mere man, claim to be God." האבן די יידן אים געענטפערט: פאר מעשים טובים שטייניקן מיר דיך נישט, נאר פאר חלול‑השם, און ווייל דו, זייענדיק א מענטש, מאכסט דיך פאר ג‑ט.
34 Jesus answered them, "Is it not written in your Law: 'I have said you are gods'? האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: צי שטייט דען נישט געשריבן אין אייער תורה: איך האב געזאגט: איר זענט ג‑טער? (תהלים פב, ו.)
35 If he called them 'gods,' to whom the word of my Father came—and Scripture cannot be broken, אויב ער האט זיי גערופן ג‑טער, צו וועמען ה׳ס ווארט איז געקומען—און די שריפט קען נישט בטל ווערן—
36 what about the one the Father set apart and sent into the world? Why accuse me of blasphemy for saying, 'I am the Son of our Father'? זאגט איר אויף אים, וועמען דער פאטער האט געהייליקט, און געשיקט אין דער וועלט אריין: דו לעסטערסט; ווייל איך האב געזאגט: איך בין דער זון פון דער אויבערשטער?
37 "If I am not doing the works of my Father, then do not believe me. אויב איך טו נישט די מעשים פון מיין פאטער, זאלט איר מיר נישט גלויבן.
38 But if I do them, even if you won't believe me, believe the works, so you'll know and keep knowing the Father is in me, and I in the Father." אויב אבער איך טו יא, אפילו ווען איר ווילט מיר נישט גלויבן, גלויבט די מעשים, כדי איר זאלט וויסן און פארשטיין, אז דער פאטער איז אין מיר, און איך בין אין דעם פאטער.
39 Again they tried to seize him, but he escaped their grasp. דעריבער האבן זיי ווידער געזוכט אים צו כאפן, און ער איז ארויס פון זייער האנט.
40 Jesus then went back across the Jordan, to the place where John had first been baptizing, and stayed there. און ער איז ווידער אוועק קיין עבר הירדן, צו דעם ארט, וואו יוחנן פלעגט צום ערשט טובל זיין אין דער מקווה, און איז דארט פארבלייבן.
41 Many came to him, saying, "John performed no sign, but all John said about this man was true." און א סך זענען געקומען צו אים, און האבן געזאגט: יוחנן האט טאקע נישט געטאן קיין נס, נאר אלץ, וואס יוחנן האט געזאגט וועגן דעם דאזיקן (יהושע/ישוע), איז אמת.
42 And in that place many believed in him. און א סך האבן דארט געגלויבט אין אים.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]