Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

John 11 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 A man named Lazarus was sick, from Bethany, the village of Mary and her sister Martha. און עס איז איינער געלעגן קראנק, אלעזר פון בית‑היני, דאס דארף פון מרים און איר שוועסטער מרתא.
2 Mary—whose brother Lazarus was sick—anointed the Lord with fragrant oil and dried his feet with her hair. און די מרים איז עס געווען, וואס האט געזאלבט דעם האר מיט טייער זאלב, און אים אפגעווישט זיינע פיס מיט אירע האר, וועמעס ברודער אלעזר איז געלעגן קראנק.
3 So the sisters sent word to him, saying, "Lord, the one you love is sick." די שוועסטער האבן דעריבער געשיקט צו אים, אזוי צו זאגן: האר, זע, ער וועמען דו האסט ליב, ליגט קראנק.
4 Hearing this, Jesus said, "This sickness won't end in death, but is for the glory of our Father, so the Son of our Father may be glorified through it." און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: די דאזיקע קראנקייט איז נישט צום טויט, נאר צום כבוד פון ה׳, כדי דער זון פון דער אויבערשטער זאל פארהערלעכט ווערן דורך איר.
5 Now Jesus loved Martha and her sister and Lazarus. און יהושע/ישוע האט ליב געהאט מרתאן און איר שוועסטער און אלעזרן.
6 So when he heard Lazarus was sick, he stayed two more days where he was. און ווען ער האט געהערט, אז ער ליגט קראנק, איז ער דעמאלט נאך פארבלייבן צוויי טעג אויף דעם ארט, וואו ער איז געווען.
7 Then after this he said to the disciples, "Let us go back to Judea." דערנאך האט ער ערשט געזאגט צו די תלמידים: לאמיר ווידער גיין קיין יהודה.
8 The disciples said to him, "Rabbi, the Jews just now tried to stone you, and you're going back there?" זאגן די תלמידים צו אים: רבי, איצט האבן די יידן דיך געזוכט צו שטייניקן, און דו גייסט ווידער דארטן אהין?
9 Jesus answered, "Aren't there twelve hours in the day? Anyone who walks by day won't stumble - he sees the light of this world. האט יהושע/ישוע געענטפערט: צי האט דען נישט דער טאג צוועלף שעה? ווער עס גייט ארום בייטאג, דער שטרויכלט נישט, ווייל ער זעט דאס ליכט פון דער דאזיקער וועלט.
10 But if anyone walks at night, he stumbles, because the light is not in him." ווער אבער עס גייט ארום ביינאכט, דער שטרויכלט, ווייל דאס ליכט איז נישט אין אים.
11 After this, he told them, "Our friend Lazarus has fallen asleep, but I'm going to wake him." דאס האט ער גערעדט, און נאך דעם זאגט ער צו זיי: אלעזר, אונדזער פריינד איז אנטשלאפן געווארן; נאר איך גיי, כדי אים אויפצוועקן פון שלאף.
12 So the disciples said to him, "Lord, if he has fallen asleep, he will get better." די תלמידים האבן דעריבער געזאגט צו אים: אויב ער איז איינגעשלאפן, וועט ער גענעזן ווערן.
13 Now Jesus had been speaking about his death, but they thought he meant natural sleep. יהושע/ישוע אבער האט גערעדט וועגן זיין טויט; און זיי האבן געמיינט, אז ער רעדט וועגן דעם רואיקן שלומער פון שלאף.
14 So then Jesus told them plainly, "Lazarus has died, דעריבער האט יהושע/ישוע דעמאלט צו זיי געזאגט גאנץ אפן: אלעזר איז געשטארבן.
15 I'm glad for your sake I wasn't there, so you'll believe. But let's go to him." און איך פריי מיך צוליב אייך, אז איך בין דארטן נישט געווען, כדי איר זאלט גלויבן; נאר לאמיר גיין צו אים.
16 So Thomas, called the Twin, told the other disciples, "Let's go too, and die with him." דאן האט תומא, וואס מען האט אים גערופן דידומאס, געזאגט צו זיינע חברים תלמידים: לאמיר אויך גיין, כדי מיר זאלן שטארבן מיט אים.
17 So when Jesus arrived, he found that Lazarus had already been in the tomb four days. און אהין קומענדיק, האט יהושע/ישוע אים געפונען שוין ליגן זינט פיר טעג אין קבר.
18 Bethany was near Jerusalem, about two miles away, און בית‑היני איז געווען נאענט צו ירושלים, אן ערך פיפצן אקערפעלד ווייט;
19 and many of the Jews had come to Martha and Mary to console them about their brother. און א סך יידן זענען ארויסגעקומען צו מרתאן און מרים, כדי זיי מנחם-אבל צו זיין וועגן דעם ברודער זייערן.
20 When Martha heard Jesus was coming, she went to meet him; Mary stayed sitting in the house. און ווי מרתא האט געהערט, אז יהושע/ישוע קומט, איז זי אים אנטקייגן געגאנגען; מרים אבער איז געבליבן זיצן אין הויז.
21 Martha said to Jesus, "Lord, if you had been here, my brother would not have died. און מרתא האט געזאגט צו יהושען/ישוען: האר, אויב דו וואלסט דא געווען, וואלט מיין ברודער נישט געשטארבן.
22 But even now I know that whatever you ask of our Father, he will give you." און אפילו איצט ווייס איך, אז אלץ, וואס דו וועסט נאר בעטן ביי ה׳, וועט ה׳ דיר געבן.
23 Jesus said to her, "Your brother will rise again." זאגט יהושע/ישוע צו איר: דיין ברודער וועט אויפשטיין.
24 Martha said to him, "I know he'll rise again in the resurrection on the last day." זאגט מרתא צו אים: איך ווייס, אז ער וועט אויפשטיין אין דער אויפשטייאונג אין דעם לעצטן טאג.
25 Jesus told her, "I am the resurrection and the life. Whoever believes in me will live, even though he dies, האט יהושע/ישוע געזאגט צו איר: איך בין די אויפשטייאונג און דאס לעבן; ווער עס גלויבט אין מיר, אפילו ווען ער איז שוין געשטארבן, וועט ער לעבן,
26 and everyone who lives and believes in me will never die. Do you believe this?" און יעדער איינער, וואס לעבט און גלויבט אין מיר, וועט אויף אייביק נישט שטארבן. צי גלויבסטו דאס דאזיקע?
27 She said to him, "Yes, Lord; I believe you are the Christ, the Son of our Father, the one coming into the world." זאגט זי צו אים: יא, האר, איך גלויב, אז דו ביסט דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער, וואס זאל קומען אין דער וועלט אריין.
28 After saying this, she went and called her sister Mary privately: "The Teacher is here—he's calling for you." און האבנדיק דאס געזאגט, איז זי אוועקגעגאנגען, און האט גערופן איר שוועסטער שטילערהייט, און געזאגט צו איר: דער רבי איז דא און רופט דיך.
29 When Mary heard this, she rose quickly and went to him. און ווי יענע האט עס געהערט, איז זי גיך אויפגעשטאנען, און געקומען צו אים.
30 Jesus had not yet entered the village; he was still where Martha met him. און יהושע/ישוע איז נאך נישט אריינגעגאנגען אין דארף אריין, נאר איז נאך געווען אויף דעם ארט, וואו מרתא האט אים באגעגענט.
31 The Jews with her in the house, comforting her, saw Mary rise quickly and leave; they followed, thinking she was going to the tomb to weep there. און די יידן, וואס זענען מיט איר געווען אינם הויז, און האבן זי געטרייסט, זעענדיק, אז מרים האט זיך גיך אויפגעהויבן און איז ארויסגעגאנגען, האבן איר נאכגעפאלגט, מיינענדיק, אז זי גייט צום קבר, כדי דארט צו וויינען.
32 Mary came to Jesus, saw him, fell at his feet, and said, "Lord, if you had been here, my brother would not have died." און ווי מרים איז אהינגעקומען, וואו יהושע/ישוע איז געווען, און האט אים געזען, איז זי אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, און האט צו אים געזאגט: אויב דו וואלסט דא געווען, וואלט דער ברודער מיינער נישט געשטארבן.
33 When Jesus saw her weeping, and the Jews who came with her also weeping, he groaned in spirit and was troubled. און ווי יהושע/ישוע האט זי געזען וויינען און די יידן, וואס זענען מיטגעקומען מיט איר, אויך וויינען, האט ער א זיפץ געטאן אין זיין גייסט, און זיך מצער געווען,
34 And he said, "Where have you laid him?" They said to him, "Lord, come and see." און געזאגט: וואו האט איר אים געלייגט? זאגן זיי צו אים: האר, קום און זע.
35 Jesus wept. יהושע/ישוע האט פארגאסן א טרער.
36 So the Jews said, "See how he loved him!" די יידן האבן דעריבער געזאגט: אָט זעט, ווי ער האט אים ליב געהאט!
37 But some of them said, "Could this man who opened the blind man's eyes not have kept him from dying?" אייניקע אבער פון זיי האבן געזאגט: צי האט ער, וואס האט אויפגעעפנט די אויגן פון דעם בלינדן, דען נישט געקענט מאכן, אז אויך דער (אלעזר) זאל נישט שטארבן?
38 So Jesus, again deeply moved in himself, came to the tomb—a cave with a stone against it. און ווידער א זיפץ טוענדיק אין זיך אליין, קומט יהושע/ישוע צום קבר. און עס איז געווען א הייל, און א שטיין איז געלעגן אויף איר.
39 Jesus said, "Take away the stone." Martha, the dead man's sister, said to him, "Lord, he must smell by now—he's been dead four days." זאגט יהושע/ישוע: נעמט אוועק דעם שטיין. זאגט מרתא, די שוועסטער פון דעם בר מינה, צו אים: האר, ער שטינקט שוין, ווארום ער ליגט שוין פיר טעג.
40 Jesus said to her, "Didn't I tell you: if you believe you'll see our Father's glory?" זאגט יהושע/ישוע צו איר; צי האב איך דיר דען נישט געזאגט, אז אויב דו וועסט גלויבן, וועסטו זען דעם כבוד פון ה׳?
41 So they removed the stone. Jesus looked up and said, "Father, I thank you that you heard me. און זיי האבן אוועקגענומען דעם שטיין. און יהושע/ישוע האט אויפגעהויבן די אויגן (צום הימל) ארויף און געזאגט: פאטער, איך דאנק דיר, אז דו האסט מיך דערהערט.
42 I knew you always hear me, but I said this for the crowd standing here, so they may believe you sent me." און איך האב געוואוסט, אז דו הערסט מיך תמיד; נאר צוליב דעם המון, וואס שטייט ארום, האב איך עס געזאגט, כדי זיי זאלן גלויבן, אז דו האסט מיך געשיקט.
43 When he had said this, he cried out with a loud voice, "Lazarus, come out!" און האבנדיק דאס געזאגט, האט ער א געשריי געטאן מיט א הויך קול: אלעזר, קום ארויס.
44 The dead man came out, feet and hands bound with strips of linen, and his face wrapped in cloth. Jesus said to them, "Untie him; let him go." און דאס מת איז ארויסגעקומען, און זיינע הענט און פיס זענען געווען ארומגעוויקלט מיט תכריכים; און זיין פנים איז געווען פארבונדן מיט א טיכל. זאגט יהושע/ישוע צו זיי: בינדט אים אויף, און לאזט אים גיין.
45 So many of the Jews who came to Mary and saw what Jesus did believed in him. און א סך פון די יידן, וואס זענען געקומען צו מרים, זעענדיק וואס ער האט געטאן, האבן געגלויבט אין אים.
46 But some of them went to the Pharisees and told them what Jesus had done. אייניקע אבער פון זיי זענען אוועקגעגאנגען צו די פרושים, און האבן זיי דערציילט, וואס יהושע/ישוע האט געטאן.
47 So the chief priests and Pharisees convened the council and said, "What are we doing? For this man performs many signs. די הויפט כהנים און די פרושים האבן דעריבער צוזאמענגעברענגט דאס סנהדרין, און געזאגט: וואס זאלן מיר טאן? ווייל דער דאזיקער מענטש טוט א סך נסים!
48 If we leave him alone, everyone will believe in him, and the Romans will come and take away both our place and our nation." אויב מיר וועלן אים אזוי לאזן, וועלן אלע גלויבן אין אים, און די רוימער וועלן קומען און אוועקנעמען אונדזער לאנד און פאלק.
49 But one of them, Caiaphas, high priest that year, told them, "You know nothing at all. נאר איינער פון זיי, קיפא, זייענדיק כהן גדול אין יענעם יאר, האט צו זיי געזאגט: איר ווייסט גארנישט,
50 Don't you see it's better for you that one man die for the people than the whole nation perish?" און בארעכנט אפילו נישט, אז עס טויג פאר אייך, אז איין מענטש זאל שטארבן פארן פאלק, און דאס גאנצע פאלק זאל נישט פארלוירן גיין.
51 He didn't say this on his own; as high priest that year, he prophesied Jesus would die for the nation, דאס דאזיקע אבער האט ער פון זיך אליין נישט געזאגט, נאר ווייל ער איז געווען כהן גדול אין יענעם יאר, האט ער געזאגט נבואות, אז יהושע/ישוע וועט שטארבן פאר דעם פאלק (ישעיהו נג, ח.);
52 not only for the nation, but also to gather into one the scattered children of our Father. און נישט בלויז פאר דעם פאלק אליין, נאר כדי אויך די צעשפרייטע קינדער פון ה׳ זאל ער איינזאמלען אינאיינעם.
53 So from that day on they plotted to put him to death. און פון יענעם טאג אָן האבן זיי זיך באראטן, אים צו טייטן.
54 So Jesus no longer moved about openly among the Jews, but withdrew to a town called Ephraim near the wilderness, and stayed there with his disciples. יהושע/ישוע איז דעריבער מער נישט ארומגעגאנגען עפנטלעך צווישן די יידן, נאר איז אוועק פון דארטן צו דער געגנט נאענט פון דער מדבר, אין א שטאט, וואס מען רופט זי עפרים, און איז דארט פארבלייבן מיט די תלמידים.
55 The Jews' Passover was near, and many went up from the country to Jerusalem before it to purify themselves. און עס איז געווען נאענט פאר דעם יידישן פסח, און א סך זענען ארויפגעגאנגען קיין ירושלים פון דער געגנט אויף פסח, כדי זיך צו הייליקן.
56 So they looked for Jesus, asking each other as they stood in the temple, "What do you think? Surely he won't come to the feast?" און האבן געזוכט יהושען/ישוען, און געזאגט איינער צום אנדערן שטייענדיק אין בית המקדש: וואס מיינט איר? אז ער קומט נישט אויף יום טוב?
57 The chief priests and Pharisees had ordered that anyone who knew his whereabouts must report it, so they could arrest him. און די הויפט כהנים און די פרושים האבן ארויסגעגעבן א באפעל, אז ווען עמיצער ווייסט וואו ער שטייט איין, זאל ער עס צו וויסן געבן, כדי זיי זאלן אים כאפן.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]