Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

John 12 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Six days before Passover, Jesus came to Bethany, where Lazarus, whom Jesus raised from death, lived. און זעקס טעג פאר פסח איז יהושע/ישוע געקומען קיין בית‑היני, וואו אלעזר איז געווען, וועמען יהושע/ישוע האט אויפגעוועקט פון די טויטע.
2 There they gave him a dinner; Martha served, and Lazarus was one of those at the table with him. מען האט דעריבער דארטן פאר אים געמאכט א סעודה, און מרתא האט באדינט; אלעזר אבער איז געווען איינער פון די, וואס זענען געזעסן מיט אים ביים טיש.
3 Mary took about a pint of pure nard perfume, expensive, and anointed Jesus' feet, then wiped his feet with her hair. The house filled with the fragrance of the perfume. און מרים האט גענומען א פונט לויטערן, קאסטבארן נרדזאלבאייל, און געזאלבט (דערמיט) די פיס פון יהושען/ישוען, און אפגעווישט זיינע פיס מיט אירע האר; און דאס הויז האט זיך אנגעפילט מיט דעם ריח פון דעם זאלבאייל.
4 But Judas Iscariot, one of his disciples, the one who was about to betray him, said, אבער יהודה איש‑קריות, איינער פון זיינע תלמידים, דער, וואס האט אים געזאלט פארראטן, האט געזאגט:
5 "Why was this perfume not sold for about a year's wages and given to the poor?" פארוואס האט מען נישט פארקויפט דעם דאזיקן זאלבאייל פאר דריי הונדערט דינרים און געגעבן (דאס געלט) צו ארעמעלייט?
6 He said this not because he cared about the poor, but because he was a thief who kept the money box, taking what was put in it. און דאס דאזיקע האט ער געזאגט, נישט ווייל ער האט זיך געדאגהט וועגן די ארעמעלייט; נאר ווייל ער איז געווען א גנב, און געהאט די פושקע און פלעגט אונטערשלאגן, וואס מען האט אריינגעלייגט.
7 So Jesus said, "Leave her alone. She has kept this for the day of my burial. יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט: לאז זי צופרידן, צום טאג פון מיין קבורה האט זי עס באהאלטן.
8 You will always have the poor among you, but you will not always have me." ווארום די ארעמעלייט האט איר תמיד ביי זיך, מיך אבער האט איר נישט אלעמאל.
9 A large crowd of Jews learned Jesus was there and came, not only for him but to see Lazarus, whom he had raised from the dead. און א גרויסער המון יידן האט זיך דערוואוסט, אז ער געפינט זיך דארטן; און זיי זענען געקומען נישט בלויז צוליב יהושען/ישוען, נאר אויך כדי צו זען אלעזרן, וועמען ער האט אויפגעוועקט פון די טויטע.
10 So the chief priests planned to kill Lazarus as well, די הויפט כהנים אבער האבן זיך באראטן, אפילו אלעזרן צו טייטן;
11 because on account of him many of the Jews were going over and believing in Jesus. ווייל א סך פון די יידן זענען צוליב אים אוועקגעגאנגען, און האבן געגלויבט אין יהושען/ישוען.
12 The next day, the large crowd that came for the feast heard Jesus was coming to Jerusalem. צומארגנס האט דער המון עם, וואס איז געקומען אויף יום טוב, געהערט, אז יהושע/ישוע קומט קיין ירושלים,
13 They took palm branches and went out to meet him, shouting, "Hosanna! Blessed is he who comes in the name of our Father—the King of Israel!" האבן זיי גענומען פאלמענצווייגן, און זענען ארויס אים אנטקעגנצוגיין, און האבן געשריגן: הושענא, ברוך הבא בשם ה׳, מלך ישראל! (תהלים קיח, כה.) (געבענטשט איז דער, וואס קומט אינם נאמען פון דעם האר ג‑ט, דער מלך פון ישראל).
14 Jesus found a young donkey and rode on it, just as it is written: און געפינענדיק א יונג אייזעלע, האט זיך יהושע/ישוע דערויף ארויפגעזעצט, ווי עס שטייט געשריבן:
15 "Do not be afraid, daughter of Zion; look, your king is coming, seated on a donkey's colt." פארכט דיך נישט, דו טאכטער פון ציון, זע, דיין מלך קומט, רייטנדיק אויף א יונג אייזעלע. (זכריה ט, ט.)
16 His disciples didn't understand these things at first; but when Jesus was glorified, they remembered these things were written about him, and that they had done these things to him. דאס האבן זיינע תלמידים צום ערשט נישט פארשטאנען; נאר ווען יהושע/ישוע איז שוין געווען פארהערלעכט, האבן זיי זיך דעמאלט דערמאנט, אז עס איז געווען געשריבן וועגן אים, און אז דאס האט מען געטאן צו אים.
17 The crowd that was with him when he called Lazarus from the tomb and raised him from the dead kept testifying. און די מאסע מענטשן, וואס איז געווען מיט אים, ווען ער האט אלעזרן ארויסגערופן פונם קבר, און אים אויפגעוועקט פון די טויטע, האט עדות געזאגט וועגן אים.
18 The crowd went to meet him because they heard he had done this sign. צוליב דעם טאקע איז דער עולם אים אנטקעגנגעגאנגען, ווייל זיי האבן געהערט, אז ער האט געטאן דאס דאזיקע נס.
19 So the Pharisees said to each other, "See, you're accomplishing nothing—the whole world has gone after him." דעריבער האבן די פרושים געזאגט איינער צום אנדערן: איר זעט, אז איר פועלט גארנישט; זע, די גאנצע וועלט לויפט אים שוין נאך!
20 Now there were some Greeks among those who went up to worship at the feast. און עס זענען געווען אייניקע גריכן צווישן די, וואס האבן עולה רגל געווען, כדי זיך צו בוקן דעם יום טוב;
21 These came to Philip, from Bethsaida in Galilee, and asked him, "Sir, we want to see Jesus." און זיי זענען צוגעקומען צו פיליפוסן, וואס האט געשטאמט פון בית‑צידה אין גליל, און האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: האר, מיר ווילן זען יהושען/ישוען.
22 Philip went and told Andrew; then Andrew and Philip went and told Jesus. קומט פיליפוס און זאגט עס צו אנדריי; קומט אנדריי מיט פיליפוסן און זאגן עס צו יהושען/ישוען;
23 Jesus replied to them, "The hour has come for the Son of Man to be glorified. יהושע/ישוע אבער האט זיי געענטפערט, אזוי צו זאגן: עס איז געקומען די שעה, אז דער בר אנש זאל פארהערלעכט ווערן.
24 Truly, truly, I tell you, unless a wheat grain falls to the ground and dies, it stays alone; but if it dies, it bears much fruit. באמת, באמת זאג איך אייך: אויב דאס קערנדל ווייץ פאלט אין דער ערד אריין און שטארבט נישט, בלייבט עס אליין; אויב אבער עס שטארבט יא, ברענגט עס א סך פירות.
25 Whoever loves his life loses it; whoever hates his life in this world keeps it for eternal life. דער, וואס האט ליב זיין נפש, פארלירט עס; און דער, וואס האט פיינט זיין נפש אין דער דאזיקער וועלט, וועט עס אפהיטן צום אייביקן לעבן.
26 Whoever serves me must follow me, so my servant will be where I am. Whoever serves me, my Father will honor him." אויב עמיצער דינט מיך, זאל ער מיר נאכפאלגן; און וואו איך בין, דארט וועט אויך מיין דינער זיין; אויב עמיצער דינט מיך, וועט דער פאטער אים אפגעבן כבוד.
27 "Now my soul is troubled. What should I say—'Father, save me from this hour'? But this is why I came to this hour. Father, glorify your name." איצט איז מיין נפש באאומרואיקט; און וואס זאל איך זאגן? פאטער, זיי מיך מציל פון דער דאזיקער שעה? אבער צוליב דעם בין איך דאך געקומען צו דער דאזיקער שעה.
28 Then a voice came from heaven: "I have glorified it, and I will glorify it again." פאטער, פארהערלעך דיין נאמען! און עס איז געקומען א קול פון הימל: איך האב שוין פארהערלעכט און וועל ווידער פארהערלעכן.
29 The crowd standing there heard it and said it thundered; others said an angel spoke to him. דער המון מענטשן, וואס איז געשטאנען און זיך צוגעהערט, האט געזאגט, עס האט געדונערט; אנדערע האבן געזאגט: א מלאך האט גערעדט צו אים.
30 Jesus said, "This voice came for your sake, not mine. האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט; נישט צוליב מיר איז דאס דאזיקע קול געקומען, נאר צוליב אייך.
31 Now is the judgment of this world; now the ruler of this world will be cast out. איצט איז דאס משפט פון דער דאזיקער וועלט; איצט וועט דער שר פון דער דאזיקער וועלט ארויסגעווארפן ווערן אינדרויסן.
32 And I, when I am lifted up from the earth, will draw all people to myself." און איך, ווען איך וועל אויפגעהויבן ווערן פון דער ערד, וועל ציען אלעמען צו מיר.
33 He said this to show by what kind of death he was going to die. דאס דאזיקע האט ער געזאגט, מרמז צו זיין, מיט וואס פאר א טויט ער גייט שטארבן.
34 The crowd replied, "We've heard from the Law that the Christ stays forever. How can you say the Son of Man must be lifted up? Who is this Son of Man?" דער עולם האט דעריבער געענטפערט צו אים: מיר האבן געהערט פון דער תורה, אז דער משיח בלייבט אויף אייביק; און וויאזוי זשע זאגסטו: דער בר אנש מוז אויפגעהויבן ווערן? ווער איז דאס דער דאזיקער בר אנש?
35 So Jesus said, "The light is with you a little while longer. Walk while you have light, so darkness doesn't overtake you. Whoever walks in darkness doesn't know where he's going. האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: נאך א קליינע וויילע איז דאס ליכט צווישן אייך. גייט זשע אינם ליכט בשעת איר האט עס, כדי די פינצטערניש זאל אייך נישט איבערפאלן; און דער, וואס גייט אין דער פינצטערניש, ווייסט נישט וואו ער גייט.
36 While you have light, believe in the light, so you become children of light." Having said this, Jesus left and hid from them. בשעת איר האט דאס ליכט, גלויבט אינם ליכט, כדי איר זאלט ווערן קינדער פונם ליכט. דאס האט יהושע/ישוע גערעדט, און איז אוועקגעגאנגען, און האט זיך פארבארגן פון זיי.
37 Though he had performed so many signs in their presence, they still would not believe in him, און הגם ער האט געטאן פאר זיי אזויפיל נסים, האבן זיי (אלץ) נישט געגלויבט אין אים;
38 so that the word of Isaiah the prophet would be fulfilled, which he spoke: "Father, who has believed our message? And to whom has the arm of our Father been revealed?" כדי דאס ווארט פון ישעיהו הנביא זאל מקוים ווערן, וואס ער האט געזאגט: אָ האר, ווער האט געגלויבט אונדזער שמועה? און אויף וועמען האט זיך אנטפלעקט דער ארעם פון האר (ה׳)? (ישעיהו נג, א.)
39 This is why they could not believe, for Isaiah said again: דערפאר האבן זיי נישט געקענט גלויבן, ווייל ישעיהו האט ווידער געזאגט:
40 "He has blinded their eyes and hardened their heart, so that they would not see with their eyes, nor understand with their heart, nor turn—and I would heal them." און ער האט בלינד געמאכט זייערע אויגן, הארט געמאכט זייער הארץ, כדי זיי זאלן נישט זען מיט די אויגן, און באנעמען מיטן הארץ, און תשובה טאן, און איך זאל זיי היילן. (ישעיהו ו, ט, י.)
41 Isaiah said these things because he saw Jesus' glory and spoke about him. דאס האט ישעיהו געזאגט, ווייל ער האט געזען זיין כבוד, און גערעדט וועגן אים.
42 Still, many even of the rulers believed in him, but they didn't admit it because of the Pharisees, so they wouldn't be expelled from the synagogue, דאך האבן א סך אפילו פון די שרים געגלויבט אין אים, נאר צוליב די פרושים האבן זיי עס נישט מודה געווען, כדי זיי זאלן נישט געלייגט ווערן אין חרם אריין;
43 for they loved the glory that comes from people more than the glory that comes from our Father. ווארום זיי האבן ליבער געהאט דעם כבוד פון מענטשן, ווי דעם כבוד פון ה׳.
44 Jesus cried out, "Whoever believes in me does not believe in me only, but in the one who sent me. און יהושע/ישוע האט אויסגערופן און געזאגט: דער, וואס גלויבט אין מיר, גלויבט נישט אין מיר, נאר אין דעם, וואס האט מיך געשיקט.
45 And whoever sees me sees the one who sent me. און דער, וואס זעט מיך, זעט דעם, וואס האט מיך געשיקט.
46 I came into the world as light, so no one who believes in me stays in the darkness. איך בין געקומען א ליכט אין דער וועלט אריין, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין מיר, זאל נישט בלייבן אין דער פינצטערניש.
47 If anyone hears my words and doesn't keep them, I don't judge him—I didn't come to judge the world, but to save the world. און אויב עמיצער הערט מיינע רייד, און היט זיי נישט, וועל איך אים נישט משפטן; ווארום איך בין נישט געקומען, כדי איך זאל משפטן די וועלט, נאר כדי איך זאל ראטעווען די וועלט.
48 Whoever rejects me and doesn't accept my words already has a judge: my spoken word will judge him on the last day. דער, וואס ווארפט מיך אפ און נעמט נישט אָן מיינע רייד, האט שוין זיין שופט; דאס ווארט, וואס איך האב גערעדט, דאס וועט אים משפטן אין דעם לעצטן טאג.
49 I have not spoken on my own; but the Father who sent me himself commanded me what to say and how to speak. ווייל איך האב פון מיר אליין נישט גערעדט; נאר ער, וואס האט מיך געשיקט, דער פאטער אליין, האט מיר געגעבן א געבאט, וואס איך זאל זאגן, און וואס איך זאל רעדן.
50 I know his commandment is eternal life, so I say only what the Father told me to say." און איך ווייס, אז זיין געבאט איז אייביק לעבן. דעריבער וואס איך רעד, רעד איך אזוי, ווי דער פאטער האט צו מיר גערעדט.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]