Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

John 8 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 But Jesus went to the Mount of Olives. (און יהושע/ישוע איז אוועקגעגאנגען צום הר הזיתים.
2 At dawn he came again to the temple; all the people came to him, and he sat down and taught them. און אינדערפרי איז ער ווידער געקומען אין בית המקדש אריין, און דער גאנצער עולם איז געקומען צו אים; און ער האט זיך אנידערגעזעצט, און זיי געלערנט.
3 The scribes and Pharisees brought a woman caught in adultery and stood her in the middle. און די סופרים און די פרושים האבן געברענגט א פרוי, וואס מען האט זי געכאפט אין דער מעשה פון זנות; און אנידערשטעלנדיק זי אין דער מיט,
4 They said to him, "Teacher, this woman was caught in the act of adultery. האבן זיי צו אים געזאגט; רבי, די דאזיקע פרוי איז געכאפט געווארן אין זנות, בשעת מעשה.
5 Now in the Law, Moses commanded us to stone such women. So what do you say? און אין דער תורה האט אונדז משה (רבינו) געבאטן, אזעלכע (פרויען) צו שטייניקן; וואס זשע זאגסטו?
6 They said this to test him, seeking grounds to accuse him. But Jesus bent down and wrote on the ground with his finger." און דאס דאזיקע האבן זיי געזאגט, אויספרואוונדיק אים, כדי זיי זאלן האבן עפעס, אים אנצוקלאגן. יהושע/ישוע אבער האט זיך אראפגעבויגן, און געשריבן מיטן פינגער אויף דער ערד.
7 When they kept questioning him, he stood up and said to them, "Whichever of you has no sin, cast the first stone at her." און ווי זיי האבן אנגעהאלטן מיט זייער פרעגן אים, האט ער זיך אויפגעשטעלט, און צו זיי געזאגט: דער פון אייך, וואס איז אָן א חטא, זאל זיין דער ערשטער צו ווארפן אויף איר א שטיין.
8 And once more he bent down and wrote on the ground. און ווידער האט ער זיך איינגעבויגן און געשריבן אויף דער ערד.
9 Hearing this, they left one by one, starting with the oldest, until Jesus was left alone with the woman standing there. ווי אבער זיי האבן דאס געהערט, זענען זיי ארויסגעגאנגען איינער נאכן אנדערן, אנהויבנדיק פון די זקנים ביז צו די לעצטע; און יהושע/ישוע איז איבערגעבליבן איינער אליין, און די פרוי שטייענדיק אין דער מיט.
10 Jesus stood up and said to her, "Woman, where are they? Has no one condemned you?" און יהושע/ישוע האט זיך אויפגעשטעלט, און צו איר געזאגט: אשה, וואו זענען זיי, דיינע באשולדיקער? האט דיך קיינער נישט פארמשפט?
11 She said, "No one, Lord." Jesus said, "I don't condemn you either. Go, and from now on, don't sin anymore." האט זי געזאגט: קיינער נישט, האר. האט יהושע/ישוע געזאגט: אפילו איך פארמשפט דיך נישט; גיי, און פון איצט אָן זינדיק נישט מער.)
12 Jesus spoke to them again: "I am the world's light. Whoever follows me will never walk in darkness but will have the light of life." דאן האט יהושע/ישוע ווידער צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן; איך בין דאס ליכט פון דער וועלט; דער, וואס פאלגט מיר נאך, וועט אויף קיין פאל נישט לעבן אין דער פינצטערניש, נאר וועט האבן דאס ליכט פון לעבן.
13 So the Pharisees said to him, "You are bearing witness about yourself; your testimony is not true." די פרושים האבן דעריבער צו אים געזאגט: דו זאגסט עדות וועגן דיר אליין; דיין עדות זאגן איז נישט אמת.
14 Jesus replied, "Even if I testify about myself, my testimony is true, because I know where I came from and where I'm going; but you don't know where I come from or where I'm going. האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: און ווען אפילו איך זאג עדות וועגן מיר אליין, איז דאך מיין עדות זאגן אמת; ווייל איך ווייס פונוואנען איך בין געקומען, און וואואהין איך גיי; איר אבער ווייסט נישט פונוואנען איך קום, אדער וואואהין איך גיי.
15 You judge according to the flesh; I judge no one. איר משפט לויטן פלייש; איך משפט נישט קיינעם.
16 Even if I judge, my judgment is true, since I do not judge alone, but I and the Father who sent me. און אויב איך משפט יא, איז מיין משפט אמת; ווייל איך בין נישט אליין, נאר איך און דער פאטער, וואס האט מיך געשיקט.
17 In your Law it is written that the testimony of two people is true. און אפילו אין דער תורה אייערער שטייט געשריבן, אז דאס עדות זאגן פון צוויי מענטשן איז אמת.
18 I testify about myself, and the Father who sent me testifies about me." איך בין עס, וואס זאגט עדות וועגן מיר אליין, און דער פאטער, וואס האט מיך געשיקט, זאגט אויך עדות וועגן מיר.
19 They asked, "Where is your Father?" Jesus answered, "You know neither me nor my Father. If you knew me, you would know my Father also." זיי האבן דעריבער געזאגט צו אים: וואו איז דיין פאטער? האט יהושע/ישוע געענטפערט: נישט איר קענט מיך, נישט דעם פאטער מיינעם; אויב איר וואלט מיך געקענט, וואלט איר אויך געקענט מיין פאטער.
20 He said this while teaching in the temple, in the treasury; no one seized him—his hour had not yet come. די דאזיקע ווערטער האט ער גערעדט אינם בית האוצר, בשעת ער האט געלערנט אין בית המקדש; און קיינער האט אים נישט געכאפט, ווייל זיין שעה איז נאך נישט געהאט געקומען.
21 So he told them again, "I am going away. You will look for me and die in your sin. Where I am going, you cannot come." און ער האט ווידער צו זיי געזאגט: איך גיי אוועק, און איר וועט מיך זוכן, און איר וועט שטארבן אין אייער זינד; וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען.
22 So the Jews said, "Will he kill himself, since he says, "You can't come where I'm going"?" די יידן האבן דעריבער געזאגט: נישט וועט ער זיך א מעשה אנטאן? ווייל ער זאגט: וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען.
23 He said to them, "You're from below; I'm from above. You're of this world; I'm not of this world. און ער האט צו זיי געזאגט: איר זענט פון אונטן, איך בין פון אויבן; איר זענט פון דער וועלט, איך בין נישט פון דער וועלט.
24 I told you that you'll die in your sins; if you don't believe I AM, you'll die in your sins." דערפאר האב איך אייך געזאגט, אז איר וועט שטארבן אין אייערע זינד; ווארום אויב איר וועט נישט גלויבן, אז איך בין עס, וועט איר שטארבן אין אייערע זינד.
25 So they said to him, "Just who are you?" Jesus said to them, "Exactly what I've said from the start. זיי האבן דעריבער געזאגט צו אים: ווער ביסטו דען? האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: דאס, וואס איך האב אייך געזאגט פון אנהויב אָן.
26 I have much to say and judge about you, but the One who sent me is true; what I heard from him, I tell the world." איך האב א סך צו זאגן וועגן אייך און צו משפטן; נאר דער, וואס האט מיך געשיקט, איז אמת; און וואס איך האב געהערט פון אים, דאס רעד איך צו דער וועלט.
27 They did not understand that he had been speaking to them about the Father. און זיי האבן נישט פארשטאנען, אז ער האט צו זיי גערעדט פון דעם פאטער.
28 So Jesus told them, "When you lift up the Son of Man, then you'll know that I AM, and that I do nothing on my own, but say these things as the Father taught me. דאן האט יהושע/ישוע געזאגט: ווען איר וועט אויפהויבן דעם בר אנש, דעמאלט וועט איר וויסן, אז איך בין עס, און אז פון מיר אליין טו איך קיין זאך נישט; נאר ווי דער פאטער האט מיך געלערנט, אזוי רעד איך דאס.
29 The one who sent me is with me; he hasn't left me alone, because I always do what pleases him." און דער, וואס האט מיך געשיקט, איז מיט מיר; ער האט מיך נישט איבערגעלאזט אליין; ווייל וואס איז וואוילגעפעליק פאר אים, דאס טו איך אלעמאל.
30 As he was saying these things, many believed in him. און בשעת ער האט דאס גערעדט, האבן א סך געגלויבט אין אים.
31 Jesus then told the Jews who had believed him, "If you remain in my word, you are truly my disciples, דאן האט יהושע/ישוע געזאגט צו די יידן, וואס האבן געגלויבט אין אים: אויב איר וועט בלייבן אין מיין ווארט, זענט איר באמת מיינע תלמידים;
32 and you will know the truth, and the truth will set you free." און איר וועט דערקענען דעם אמת, און דער אמת וועט אייך באפרייען.
33 They answered him, "We are Abraham's descendants, never enslaved to anyone. How can you say, 'You will become free'?" האבן זיי אים געענטפערט: מיר זענען אברהמס זאמען, און זענען קיינמאל נישט געווען פארשקלאפט צו קיינעם; וויאזוי זשע זאגסטו: איר וועט ווערן פריי?
34 Jesus answered them, "Truly, truly, I tell you: everyone who keeps sinning is sin's slave. האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: באמת, באמת זאג איך אייך: יעדער איינער, וואס טוט זינד, איז א קנעכט פון דער זינד.
35 The slave does not remain in the house forever; the son remains forever. און דער קנעכט בלייבט נישט אייביק אין הויז, דער זון אבער בלייבט יא אייביק.
36 So if the Son sets you free, you will be free indeed. דעריבער אויב דער זון וועט אייך באפרייען, וועט איר וויקלעך זיין פריי.
37 I know you are Abraham's descendants; yet you seek to kill me because my word has no space in you. איך ווייס, אז איר זענט אברהמס זאמען; נאר איר זוכט מיך צו טייטן, ווייל מיין ווארט געפינט נישט קיין ארט אין אייך.
38 I speak what I've seen with my Father, and you do what you heard from your father." איך רעד דאס, וואס איך האב געזען ביי מיין פאטער, און איר טוט אויך דאס, וואס איר האט געהערט ביי אייער פאטער.
39 They answered, "Abraham is our father." Jesus said, "If you were Abraham's children, you'd do the works Abraham did, האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: אברהם איז אונדזער פאטער (זכות‑אבות). זאגט יהושע/ישוע צו זיי: אויב איר זענט קינדער פון אברהם, טוט די מעשים פון אברהם.
40 but now you want to kill me—a man who told you the truth I heard from my Father. Abraham didn't do this. איצט אבער זוכט איר מיך צו טייטן, א מענטשן, וואס האט אייך געזאגט דעם אמת, וועלכן איך האב געהערט ביי ה׳. דאס דאזיקע האט אברהם נישט געטאן.
41 You do your father's works." They said to him, "We weren't born of sexual sin. We have one Father—God himself." איר טוט די מעשים פון אייער פאטער. האבן זיי צו אים געזאגט: מיר זענען נישט געבוירן געווארן דורך זנות; מיר האבן איין פאטער—ה׳.
42 Jesus said to them, "If God were your Father, you'd love me, for I came from God and am here. I didn't come on my own—he sent me. האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: אויב ה׳ וואלט טאקע געווען אייער פאטער, וואלט איר מיך ליב געהאט; ווארום איך בין ארויסגעגאנגען און בין געקומען פון ה׳; ווארום פון מיר אליין בין איך נישט געקומען, נאר ער האט מיך געשיקט.
43 Why don't you understand my speech? Because you cannot bear to hear my word. פארוואס פארשטייט איר נישט מיין רעדן? ווייל איר קענט נישט הערן דאס ווארט מיינס.
44 You belong to your father, the devil, and want to carry out his desires. He was a murderer from the beginning, not standing in truth, since no truth is in him. When he lies, he speaks from his own nature, since he's a liar and the lie's father. איר זענט פון אייער פאטער, דעם שׂטן, און די שלעכטע גלוסטונגען פון אייער פאטער ווילט איר טאן. ער איז געווען א רוצח פון אנהויב אָן, און איז נישט געשטאנען אין דעם אמת, ווייל עס איז קיין אמת אין אים נישט פאראן. ווען ער רעדט שקר, רעדט ער פון דעם, וואס איז זיין אייגן, ווייל ער איז א ליגנער, און דער פאטער פון שקר.
45 But because I tell the truth, you do not believe me. אבער ווייל איך זאג דעם אמת, גלויבט איר מיר נישט.
46 Who among you convicts me of sin? If I speak truth, why don't you believe me? ווער פון אייך באשולדיקט מיך וועגן א חטא? אויב איך זאג דעם אמת, פארוואס גלויבט איר מיר נישט?
47 Whoever is from our Father hears his words; you don't hear because you're not from our Father." ווער עס איז פון ה׳, דער הערט די ווערטער פון ה׳; צוליב דעם הערט איר נישט, ווייל איר זענט נישט פון ה׳.
48 The Jews replied, "Aren't we right in saying that you are a Samaritan and have a demon?" די יידן האבן געענטפערט, און געזאגט צו אים: צי זאגן מיר דען נישט ריכטיק, אז דו ביסט א שומרוני, און האסט א בייזן גייסט?
49 Jesus answered, "I do not have a demon, but I honor my Father, and you dishonor me. האט יהושע/ישוע געענטפערט: איך האב נישט קיין בייזן גייסט, נאר איך גיב אפ כבוד צו מיין פאטער, און איר זענט מיך מבזה.
50 But I'm not seeking my own glory; our Father seeks it, and he judges. איך אבער זוך נישט מיין כבוד. עס איז פאראן איינער, וואס זוכט און משפט.
51 Truly, truly, I say to you, if anyone keeps my word, he will never see death." באמת, באמת זאג איך אייך: אויב עמיצער וועט אפהיטן מיין ווארט, וועט ער בשום אופן נישט זען דעם טויט אויף אייביק.
52 The Jews said to him, "Now we know you have a demon. Abraham died, as did the prophets, yet you say, 'Whoever keeps my word will never taste death.' האבן די יידן צו אים געזאגט: איצט ווייסן מיר, אז דו האסט א בייזן גייסט. אברהם איז געשטארבן, און די נביאים; און דו זאגסט: אויב עמיצער וועט אפהיטן מיין ווארט, וועט ער בשום אופן נישט טועם זיין פונם טויט אויף אייביק.
53 Are you greater than our father Abraham, who died? The prophets died too! Who do you claim to be?" ביסטו דען גרעסער פון אברהם אבינו, וועלכער איז געשטארבן? אויך די נביאים זענען געשטארבן; פאר וועמען מאכסטו דיך?
54 Jesus answered, "If I glorify myself, my glory is nothing. It is my Father who glorifies me, of whom you say, 'He is our God.' יהושע/ישוע האט געענטפערט: אויב איך פארהערלעך מיך אליין, איז מיין כבוד גארנישט. עס איז מיין פאטער, וועלכער פארהערלעכט מיך, וועגן וועמען איר זאגט, אז ער איז אייער ג‑ט;
55 You don't know him, but I know him. If I said I didn't know him, I'd be a liar like you. But I know him and keep his word. און איר האט אים דאך נישט דערקענט, איך אבער קען אים יא; און אויב איך זאל זאגן, אז איך קען אים נישט, וועל איך זיין א ליגנער גלייך צו אייך; נאר איך קען אים, און היט אפ זיין ווארט.
56 Your father Abraham rejoiced that he would see my day. He saw it and was glad." אברהם, אייער פאטער, האט זיך געפריידט, אז ער זאל זען מיין טאג, און האט געזען, און זיך משמח געווען.
57 So the Jews said to him, "You're not yet fifty years old, and you've seen Abraham?" די יידן האבן דעריבער געזאגט צו אים: דו ביסט נאך נישט פיפציק יאר אלט, און האסט שוין געזען אברהמען?
58 Jesus said to them, "Truly, truly, I say to you, before Abraham was, I AM." האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך; איידער אברהם איז געווען, בין איך.
59 So they grabbed stones to throw at him, but Jesus hid himself and slipped out of the temple. זיי האבן דעריבער אויפגעהויבן שטיינער, כדי אים צו באווארפן; יהושע/ישוע אבער האט זיך פארבארגן, און איז ארויסגעגאנגען אויס דעם בית המקדש.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]