Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

John 7 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 After this, Jesus traveled around Galilee, not wanting to go into Judea because Jewish leaders there were looking for a chance to kill him. און נאך דעם איז יהושע/ישוע ארומגעגאנגען אין גליל; ווארום ער האט נישט געוואלט ארומגיין אין (לאנד) יהודה, ווייל די יידן האבן געזוכט אים צו טייטן.
2 But the Jewish Festival of Booths was near. און עס איז געווען נאענט פאר דעם יידישן יום טוב סוכות,
3 His brothers told him, "Leave here and go to Judea, so your disciples can also see the works you do. אזוי האבן זיינע ברידער צו אים געזאגט: הויב דיך אויף פונדאנען, און גיי קיין יהודה, כדי אויך דיינע תלמידים זאלן זען דיינע מעשים, וואס דו טוסט.
4 No one seeking public attention hides what he does. If you're doing these things, show yourself to the world." ווארום קיינער טוט גארנישט אין פארבארגעניש, און זוכט דאך עפנטלעך באקאנט צו זיין. אויב דו טוסט די דאזיקע זאכן, זיי דיך מתגלה צו דער וועלט.
5 For not even his brothers believed in him. ווארום אפילו זיינע ברידער האבן נישט געגלויבט אין אים.
6 So Jesus told them, "My time has not yet come, but for you any time is right. יהושע/ישוע האט דעריבער צו זיי געזאגט: מיין צייט איז נאך נישט געקומען; אייער צייט אבער איז תמיד גרייט.
7 "The world cannot hate you, but it hates me, because I testify that its works are evil. אייך קען די וועלט נישט האסן; מיך אבער האסט זי יא, ווייל איך זאג עדות וועגן איר, אז אירע מעשים זענען בייז.
8 You yourselves go up to the festival; I'm not going up to this festival, since my time hasn't yet fully come." זייט איר עולה רגל אויף יום טוב; איך גיי נאך נישט ארויף אויף דעם יום טוב, ווייל מיין צייט איז נאך נישט דערפילט געווארן.
9 After saying this, he stayed in Galilee. און ווען ער האט דאס געזאגט צו זיי, איז ער פארבלייבן אין גליל.
10 After his brothers went up to the festival, he too went up—not openly, but secretly. נאך דעם אבער ווי זיינע ברידער זענען ארויפגעגאנגען אויף יום טוב, איז ער דעמאלט אליין אויך ארויפגעגאנגען, נישט עפנטלעך, נאר ווי אין פארבארגן.
11 So the Jewish leaders were looking for him at the festival and asking, "Where is he?" און די יידן האבן אים געזוכט בשעת דעם יום טוב, און האבן געזאגט: וואו איז ער?
12 Much murmuring about him spread among the crowds: some said, "He's good," others, "No, he misleads the crowd." און עס איז געווארן א גרויסע מחלוקה איבער אים צווישן די מאסן; א טייל האבן געזאגט: ער איז א גוטער מענטש; אנדערע אבער האבן געזאגט: ניין, ער פארפירט נאר דעם עולם.
13 Yet no one spoke about him openly, for fear of the Jewish leaders. דאך האט קיינער נישט גערעדט וועגן אים בפרהסיא, אויס מורא פאר די יידן.
14 About the middle of the festival, Jesus went up into the temple and began to teach. און ווען עס איז שוין געווען אין מיטן יום טוב, איז יהושע/ישוע ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין און האט געלערנט.
15 The Jewish leaders were amazed and asked, "How does this man know so much without training?" און די יידן האבן זיך געוואונדערט און געזאגט: וויאזוי איז דער דאזיקער א יודע ספר, נישט האבנדיק געלערנט?
16 Jesus answered them, "My teaching isn't mine—it's from the one who sent me. האט יהושע/ישוע זיי דעריבער געענטפערט, און געזאגט: די לערנונג מיינע איז נישט מיין, נאר דעמס, וואס האט מיך געשיקט.
17 Whoever wants to do our Father's will knows if my teaching is from my Father or I speak on my own. ווען עמיצער וויל טאן זיין רצון, וועט ער וויסן וועגן דער לערנונג, צי זי איז פון ה׳, אדער איך רעד פון מיר אליין.
18 Whoever speaks on his own seeks his own glory, but whoever seeks the sender's glory is true, with no falsehood in him. ווער עס רעדט פון זיך אליין, דער זוכט זיין אייגענעם כבוד; ווער אבער עס זוכט דעם כבוד פון אים, וואס האט אים געשיקט, דער דאזיקער איז ווארהאפטיק, און קיין אומגערעכטיקייט איז אין אים נישט פאראן.
19 Didn't Moses give you the law? Yet none of you obeys the law. Why are you trying to kill me?" צי האט משה (רבינו) אייך דען נישט געגעבן די תורה? און (דאך) האלט קיינער פון אייך די תורה נישט. פארוואס זוכט איר מיך צו טייטן?
20 The crowd answered, "You have a demon! Who is trying to kill you?" האט דער המון מענטשן געענטפערט: דו האסט א בייזן גייסט; ווער זוכט דיך צו טייטן?
21 Jesus replied, "I did one work, and you are all amazed. האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: איין זאך האב איך געטאן, און איר אלע וואונדערט זיך.
22 "Moses gave you circumcision—not from Moses, but the patriarchs—and you circumcise a man on the Sabbath. משה האט אייך געגעבן די מילה—נישט דאס זי איז פון משהן, נאר פון די אבות—און איר זענט מל א מענטשן אין שבת.
23 If a man is circumcised on the Sabbath so the law of Moses isn't broken, why are you angry at me for making a whole man well on the Sabbath? אויב דער מענטש ווערט געמלט אין שבת, כדי מען זאל נישט עובר זיין אויף תורת משה, זענט איר צארנדיק אויף מיר, ווייל איך האב א גאנצן מענטשן געזונט געמאכט אין שבת?
24 Stop judging by appearances, and judge with right judgment." משפט נישט לויט דעם אויסערלעכן שיין, נאר א גערעכט משפט זאלט איר משפטן.
25 Then some Jerusalemites said, "Isn't this the man they want to kill? אייניקע פון די לייט פון ירושלים האבן דעריבער געזאגט: צי איז ער דען נישט דער, וועמען מען זוכט צו טייטן?
26 Yet he speaks openly, and they say nothing to him. Can the rulers truly know this is the Christ? און זע, ער רעדט בפרהסיא, און מען זאגט אים גארנישט. קען עס זיין, אז אונדזערע שרים ווייסן באמת, אז ער איז דער משיח?
27 But we know this man's origin. When the Christ comes, no one will know his origin." מיר קענען דאך דעם דאזיקן, פונוואנען ער איז: אבער ווען דער משיח וועט קומען, ווייסט קיינער נישט פונוואנען ער איז.
28 Then Jesus, teaching in the temple, cried out: "You know me, and know where I'm from. Yet I didn't come on my own—the one who sent me is true, and you don't know him. יהושע/ישוע האט דעריבער אויסגעשריגן אינם בית המקדש, בשעת ער האט געלערנט, און געזאגט: איר קענט מיך, און איר ווייסט, פונוואנען איך בין: און פון מיר אליין בין איך נישט געקומען; נאר ווארהאפטיק איז דער, וואס האט מיך געשיקט, וועמען איר קענט נישט.
29 I know him, because I am from him, and he sent me." איך קען אים, ווייל איך בין פון אים; און ער האט מיך געשיקט.
30 So they tried to grab him, but no one touched him, because his hour had not yet come. זיי האבן דעריבער געזוכט אים צו כאפן; און קיינער האט נישט ארויפגעלייגט אויף אים די האנט, ווייל זיין שעה איז נאך נישט געקומען.
31 But many in the crowd believed in him, asking, "When the Christ comes, will he do more signs than this man did?" און א סך פון דעם המון מענטשן האבן געגלויבט אין אים, און געזאגט: ווען משיח וועט קומען, צי וועט ער דען טאן מער נסים, ווי דער דאזיקער האט געטאן?
32 The Pharisees heard the crowd murmuring these things about him, so the chief priests and Pharisees sent temple guards to seize him. די פרושים האבן געהערט דעם המון דאס שטילערהייט רעדן וועגן אים; און די הויפט כהנים און די פרושים האבן געשיקט משרתים, כדי זיי זאלן אים כאפן.
33 So Jesus said, "I'm with you a little while longer, and then I go to the one who sent me. יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט: נאך א קליינע וויילע בין איך מיט אייך, און איך גיי צו אים, וואס האט מיך געשיקט.
34 You will search for me and not find me; you cannot come where I am." איר וועט מיך זוכן, און נישט געפינען; און וואו איך בין, (דארט אהין) קענט איר נישט קומען.
35 So the Jewish leaders asked each other, "Where does he intend to go that we won't find him? Does he intend to go to our people dispersed among the Greeks and teach the Greeks? די יידן האבן דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: וואו וועט דאס דער דאזיקער גיין, אז מיר זאלן אים נישט געפינען? נישט וועט ער דען גיין צו די, וואס זענען צעשפרייט צווישן די גריכן, און לערנען די גריכן?
36 What does he mean: 'You will look for me, but you will not find me,' and 'Where I am, you cannot come'?" וואס זאל דאס דאזיקע ווארט באטייטן, וואס ער האט געזאגט: איר וועט מיך זוכן און נישט געפינען און: וואו איך בין, קענט איר נישט קומען?
37 On the last, great day of the festival, Jesus stood and called out, "Whoever is thirsty, let him come to me and drink. און אין דעם לעצטן טאג, דעם גרויסן טאג פון דעם יום טוב, איז יהושע/ישוע געשטאנען און האט אויסגעשריגן, אזוי צו זאגן: אויב עמיצער איז דארשטיק, זאל ער קומען צו מיר און טרינקען.
38 Whoever believes in me, as Scripture said, rivers of living water will flow from his heart." דער, וואס גלויבט אין מיר, לויט ווי די שריפט (כתבי הקודש) זאגט, וועלן פון זיין לייב פליסן טייכן פון לעבעדיק וואסער.
39 He said this about the Holy Spirit, whom believers in him were to receive; the Spirit had not yet been given, since Jesus had not yet been glorified. דאס דאזיקע אבער האט ער געזאגט וועגן דעם רוח (הקודש), וואס די מאמינים אין אים, האבן געזאלט מקבל זיין; ווארום דער גייסט איז נאך נישט געהאט געגעבן געווארן, ווייל יהושע/ישוע איז נאך נישט געווען פארהערלעכט.
40 When they heard these words, some of the crowd said, "This really is the Prophet." און אייניקע פון דעם המון, וואס האבן געהערט די דאזיקע ווערטער, האבן געזאגט: דאס איז באמת דער נביא!
41 Others said, "This is the Christ." But others asked, "How can the Christ come from Galilee? אנדערע האבן געזאגט: דאס איז דער משיח! אנדערע האבן געזאגט: ניין, דער משיח קומט דאך נישט ארויס פון גליל?
42 Doesn't Scripture say the Christ comes from David's line and from Bethlehem, David's village?" צי האט דען נישט דער פסוק געזאגט, אז פון דער זרע דוד און פון בית‑לחם דעם דארף, וואו דוד איז געווען, קומט דער משיח? (שמואל ב ז, יב; מיכה ה, א.)
43 So the crowd was divided over him. עס איז דעריבער געווארן א מחלוקה צווישן דעם המון צוליב אים.
44 Some of them wanted to seize him, but no one laid a hand on him. אייניקע פון זיי האבן אים געוואלט כאפן, נאר קיינער האט נישט ארויפגעלייגט די הענט אויף אים.
45 So the temple guards returned to the chief priests and Pharisees, who asked, "Why didn't you bring him?" און די משרתים זענען צוריקגעקומען צו די הויפט כהנים און פרושים, און זיי האבן צו זיי געזאגט: פארוואס האט איר אים נישט געברענגט?
46 The guards answered, "No one ever spoke the way this man does." האבן די משרתים געענטפערט: עס האט נאך קיינמאל קיין מענטש נישט אזוי גערעדט, ווי דער דאזיקער מענטש רעדט.
47 "Have you also been deceived?" the Pharisees answered. די פרושים האבן דעריבער געענטפערט צו זיי: זענט איר אויך פארפירט געווארן?
48 "Has any of the rulers or of the Pharisees believed in him? צי האט דען עמיצער פון די שרים געגלויבט אין אים, אדער (עמיצער) פון די פרושים?
49 But this crowd, who knows nothing of the law—they are under a curse." נאר דער דאזיקער המון, וואס קען נישט די תורה, פארשאלטן זענען זיי.
50 Nicodemus, who had gone to Jesus earlier and was one of their own number, asked them, זאגט נקדימון צו זיי (דער, וואס איז פריער געקומען צו אים, און איז געווען איינער פון זיי):
51 "Does our law condemn a man without first hearing him and finding out what he does?" צי משפט דען אונדזער תורה דעם מענטשן, איידער מען האט אים קודם כל אויסגעהערט, און מען ווייסט וואס ער האט געטאן?
52 They replied, "Are you from Galilee too? Search, and see: no prophet arises from Galilee." האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: צי ביסטו אויך פון גליל? פארש און זע, אז פון גליל שטייט נישט אויף קיין נביא.
53 Then they all went home. (און יעדער איינער איז זיך אהיים געגאנגען.)
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]