1After this, Jesus crossed the Sea of Galilee, also called the Sea of Tiberias.OYBCנאך דעם איז יהושע/ישוע אוועק אויף דער אנדערער זייט פון דעם ים פון גליל—ים כנרת (טבריה).
2A large crowd followed him, because they saw the signs he performed on the sick.OYBCאון א גרויסער המון מענטשן האט אים נאכגעפאלגט, ווייל זיי האבן געזען די נסים, וואס ער האט געטאן מיט די קראנקע.
3Jesus went up on the mountainside and sat down there with his disciples.OYBCאון יהושע/ישוע איז ארויפגעגאנגען אויף דעם בארג, און האט זיך דארט אנידערגעזעצט צוזאמען מיט זיינע תלמידים.
4Now the Passover, the feast of the Jews, was near.OYBCאון עס איז געווען נאענט צום יידישן יום טוב פסח.
5Looking up, Jesus saw a large crowd approaching and asked Philip, "Where can we buy bread for these people to eat?"OYBCאון ווי יהושע/ישוע האט אויפגעהויבן די אויגן און געזען, אז א גרויסער המון מענטשן קומט צו אים, זאגט ער צו פיליפוסן: פונוואנען זאלן מיר קויפן ברויט, כדי זיי זאלן האבן צו עסן?
6He said this to test Philip, for he himself already knew what he was going to do.OYBCדאס דאזיקע האט ער געזאגט, אויספרואוונדיק אים; ווארום ער אליין האט געוואוסט, וואס ער וועט טאן.
7Philip answered him, "200 days' wages of bread isn't enough for each of them to get a little."OYBCפיליפוס האט אים געענטפערט: צוויי הונדערט דינרים ברויט וועט פאר זיי נישט געניגן, אז יעדער איינער זאל בלויז נעמען א שטיקל.
8One of his disciples, Andrew, Simon Peter's brother, said to him,OYBCזאגט צו אים איינער פון זיינע תלמידים, אנדריי דער ברודער פון שמעון פעטרוס:
9"A boy here has five barley loaves and two fish—but what's that for so many?"OYBCעס איז דא דא א יינגל, וואס האט פינף גערשטן ברויט און צוויי פישלעך; נאר וואס איז דאס פאר אזויפיל (לייט)?
10Jesus said, "Have the people sit down." Much grass grew there, so about 5,000 men sat down.OYBCהאט יהושע/ישוע געזאגט: מאכט די מענטשן זיך אנידערזעצן. און אויף דעם ארט איז געווען א סך גראז. די מענער האבן זיך דעריבער אנידערגעזעצט, אין צאל אן ערך פינף טויזנט.
11Jesus then took the loaves, gave thanks, and distributed them to those seated; likewise with the fish, as much as they wanted.OYBCדאן האט יהושע/ישוע גענומען די ברויטן, האט געמאכט א ברכה און זיי צעטיילט צו די, וואס האבן זיך אנידערגעזעצט; דעסגלייכן אויך פון די פישלעך, וויפל זיי האבן געוואלט.
12When they were full, he told his disciples, "Gather the leftover pieces, so nothing is lost."OYBCאון ווען זיי זענען זאט געווארן, זאגט ער צו זיינע תלמידים: נעמט צונויף די איבערגעבליבענע ברעקלעך, כדי עס זאל גארנישט פארלוירן ווערן.
13So they gathered the fragments left over from the five barley loaves after the people ate, filling twelve baskets.OYBCאזוי האבן זיי צונויפגעזאמלט און אנגעפילט צוועלף קערב פון די ברעקלעך פון די פינף גערשטנברויטן, וואס זענען איבערגעבליבן צו די, וואס האבן געגעסן.
14So when the people saw the sign he did, they said, "This really is the Prophet coming into the world!"OYBCווען דעריבער די מענטשן האבן געזען דאס נס, וואס ער האט געטאן, האבן זיי געזאגט: דאס איז באמת דער נביא, וועלכער דארף קומען אין דער וועלט אריין.
15Knowing they meant to come and seize him to make him king, Jesus withdrew again to the mountain alone.OYBCדעריבער ווי יהושע/ישוע האט זיך דערוואוסט, אז זיי ווילן קומען און אים כאפן, כדי אים צו מאכן פאר א קעניג, האט ער זיך ווידער צוריקגעצויגן אויף דעם בארג ארויף איינער אליין.
16When evening came, his disciples went down to the sea,OYBCאון ווען עס איז געווארן אוונט, זענען זיינע תלמידים אראפגעגאנגען צום ים;
17got in a boat and headed across the sea to Capernaum. It was already dark, and Jesus had not yet reached them.OYBCאון זענען איינגעשטיגן אין א שיפל און אריבערגעפארן אויף דער אנדערער זייט ים קיין כפר‑נחום. און עס איז שוין געווען פינסטער, און יהושע/ישוע איז נאך נישט געהאט געקומען צו זיי.
18A strong wind was blowing, and the sea grew rough.OYBCאון דער ים האט זיך אויפגעהויבן, ווייל עס האט געבלאזן א שטארקער ווינט.
19After rowing three or four miles, they saw Jesus walking on the water, approaching the boat, and were afraid.OYBCאון ווען זיי האבן געהאט גערודערט אן ערך פינף און צוואנציק אדער דרייסיק סטאדיען, האבן זיי געזען יהושען/ישוען ארומגיין אויפן ים, און זיך דערנענטערן צום שיפל; און זיי האבן מורא געהאט.
20But he said to them, "It is I; do not be afraid."OYBCער אבער האט צו זיי געזאגט: איך בין עס; האט נישט קיין מורא!
21So they were glad to take him into the boat, and instantly it reached the shore they were heading toward.OYBCאון זיי האבן געוואלט אים נעמען אין שיפל אריין, און גלייך איז דאס שיפל געקומען צום לאנד, וואואהין זיי זענען געפארן.
22The next day, the crowd remaining on the far shore saw that only one boat had been there, that Jesus had not boarded it with his disciples, but that his disciples had gone off alone.OYBCצומארגנס האט דער המון מענטשן, וואס איז געשטאנען אויף יענער זייט ים, געזען, אז עס איז דארט נישט געווען קיין אנדער שיפל אחוץ איינס, און אז יהושע/ישוע איז נישט איינגעשטיגן מיט זיינע תלמידים אין דעם שיפל, נאר זיינע תלמידים אליין זענען אוועקגעפארן;
23Other boats came from Tiberias near the place where they ate bread after the Lord gave thanks.OYBCעס זענען אבער אנגעקומען שיפלעך פון טבריה נאענט צום ארט, וואו זיי האבן געגעסן דאס ברויט, נאך דעם ווי דער האר האט געמאכט א ברכה.
24So when the crowd saw Jesus and his disciples weren't there, they got in boats and went to Capernaum to look for Jesus.OYBCווען דעריבער דער המון מענטשן האט געזען, אז יהושע/ישוע איז דארטן נישטא, נישט די תלמידים זיינע, זענען זיי איינגעשטיגן אין די שיפלעך, און זענען געקומען קיין כפר‑נחום, און האבן געזוכט יהושען/ישוען.
25Finding him across the sea, they asked, "Rabbi, when did you get here?"OYBCאון געפינענדיק אים אויף דער אנדערער זייט ים, האבן זיי געזאגט צו אים: רבי, ווען ביסטו דא אהערגעקומען?
26Jesus answered them, "Truly, truly, I tell you: you seek me not because you saw signs, but because you ate the loaves and were filled.OYBCהאט יהושע/ישוע זיי געענטפערט און געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: איר זוכט מיך, נישט ווייל איר האט געזען נסים נאר ווייל איר האט געגעסן פון די ברויטן און זענט זאט געווארן.
27Don't work for food that spoils, but for food that lasts to eternal life, which the Son of Man will give you. For on him our Father has set his seal."OYBCארבעט נישט פאר דער שפייז, וואס ווערט פארדארבן, נאר פאר דער שפייז, וואס בלייבט צום אייביקן לעבן, וואס דער בר אנש וועט אייך געבן; ווארום אויף אים האט ג‑ט דער פאטער געלייגט זיין חותם.
28Then they said to him, "What must we do to be doing the works of our Father?"OYBCהאבן זיי געזאגט צו אים: וואס זאלן מיר טאן, כדי מיר זאלן עוסק זיין אין די מעשים פון ה׳?
29Jesus answered them, "This is our Father's work: that you believe in the one he sent."OYBCהאט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: דאס דאזיקע איז דאס ווערק פון ה׳, אז איר זאלט גלויבן אין אים, וועמען ער האט געשיקט.
30So they asked him, "What sign will you give, so we may see and believe you? What work will you do?OYBCהאבן זיי געזאגט צו אים: וואס פאר א נס טוסטו דען, אז מיר זאלן זען און דיר גלויבן? וואס טוסטו?
31Our ancestors ate manna in the wilderness, as it is written: 'He gave them bread from heaven to eat.'"OYBCאונדזערע עלטערן האבן געגעסן מן אין דער מדבר, אזויווי עס שטייט געשריבן: ברויט פונם הימל האט ער זיי געגעבן צו עסן.
32Jesus told them, "Truly, truly, I tell you: Moses didn't give you the bread from heaven—my Father gives you the true bread from heaven.OYBCהאט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: נישט משה האט אייך געגעבן דאס ברויט פונם הימל; נאר דער פאטער מיינער גיט אייך דאס אמתע ברויט פונם הימל.
33For the bread of our Father is he who comes down from heaven and gives the world life."OYBCווארום דאס ברויט פון ה׳ איז ער, וואס קומט אראפ פונם הימל און גיט לעבן צו דער וועלט.
34So they said to him, "Lord, give us this bread always."OYBCהאבן זיי דעריבער געזאגט צו אים: האר, גיב אונדז תמיד דאס דאזיקע ברויט.
35Jesus told them, "I am the bread of life. Whoever comes to me will never hunger; whoever believes in me will never thirst.OYBCהאט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: איך בין דאס ברויט פון לעבן; דער, וואס קומט צו מיר, וועט קיינמאל נישט הונגערן, און דער, וואס גלויבט אין מיר, וועט קיינמאל נישט דורשטן.
36But as I told you, you have seen me and still do not believe.OYBCאיך האב אייך אבער געזאגט, אז איר האט מיך געזען און דאך גלויבט איר נישט.
37All the Father gives me will come to me, and the one who comes to me I will never drive away.OYBCאלץ, וואס דער פאטער גיט מיר, וועט קומען צו מיר; און דעם, וואס קומט צו מיר, וועל איך בשום אופן נישט ארויסווארפן אינדרויסן.
38For I came down from heaven not to do my own will, but the will of him who sent me.OYBCווייל איך בין אראפגעקומען פון הימל, נישט כדי איך זאל טאן מיין ווילן, נאר דעם רצון פון אים, וואס האט מיך געשיקט.
39This is the will of him who sent me: that I lose none of all he has given me, but raise them up on the last day.OYBCאון דאס דאזיקע איז דער רצון פון אים, וואס האט מיך געשיקט, אז פון אלעם, וואס ער האט מיר געגעבן, זאל איך גארנישט פארלירן, נאר איך זאל עס אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג.
40For this is the will of my Father: that everyone who looks to the Son and believes in him should have eternal life, and I will raise them up on the last day."OYBCווארום דאס דאזיקע איז מיין פאטערס רצון, אז יעדער איינער, וואס זעט דעם זון און גלויבט אין אים, זאל האבן אייביק לעבן; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג.
41So the Jews grumbled about him because he said, "I am the bread that came down from heaven."OYBCדי יידן האבן דעריבער געמורמלט קעגן אים, ווייל ער האט געזאגט: איך בין דאס ברויט, וואס איז אראפגעקומען פונם הימל.
42They said, "Isn't this Jesus, Joseph's son, whose father and mother we know? How can he now say, 'I have come down from heaven'?"OYBCאון זיי האבן געזאגט; צי איז דען דער דאזיקער נישט יהושע/ישוע בן יוסף, וועמעס פאטער און מוטער מיר קענען? וויאזוי זאגט ער דאס איצט: איך בין אראפגעקומען פון הימל?
43Jesus answered them, "Stop grumbling among yourselves.OYBCהאט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: מורמלט נישט צווישן זיך.
44"No one can come to me unless the Father who sent me draws him, and I will raise him on the last day.OYBCקיינער קען נישט קומען צו מיר, אויב דער פאטער, וואס האט מיך געשיקט, ציט אים נישט; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג.
45It is written in the Prophets: 'And they will all be taught by our Father.' Everyone who has heard and learned from the Father comes to me.OYBCעס שטייט געשריבן אין די נביאים: און אלע וועלן זיין געלערנט פון ה׳. יעדער איינער, וואס האט געהערט פון דעם פאטער און האט געלערנט, קומט צו מיר.
46Not that anyone has seen the Father except the one from him; he has seen the Father.OYBCנישט אז עמיצער האט געזען דעם פאטער, אחוץ דער, וואס איז פון ה׳; דער דאזיקער האט געזען דעם פאטער.
47Truly, truly, I tell you, whoever believes has eternal life.OYBCבאמת, באמת זאג איך אייך: דער מאמין האט אייביק לעבן.
48I am the bread of life.OYBCאיך בין דאס ברויט פון לעבן.
49Your ancestors ate the manna in the wilderness, yet they died.OYBCאייערע עלטערן האבן געגעסן מן אין דער מדבר, און זענען געשטארבן.
50This is the bread that comes down from heaven, so anyone may eat it and not die.OYBCדאס דאזיקע איז דאס ברויט, וואס קומט אראפ פון הימל, אז ווער עס עסט דערפון, זאל נישט שטארבן.
51I am the living bread come down from heaven. Whoever eats this bread will live forever. The bread I will give is my flesh, for the life of the world."OYBCאיך בין דאס לעבעדיקע ברויט, וואס איז אראפגעקומען פון הימל; אויב עמיצער וועט עסן פון דעם דאזיקן ברויט, וועט ער לעבן ביז אויף אייביק; און דאס ברויט, וואס איך וועל געבן, איז מיין פלייש, פאר דעם לעבן פון דער וועלט.
52Then the Jews argued sharply among themselves, "How can this man give us his flesh to eat?"OYBCדי יידן האבן זיך דעריבער געאמפערט איינער מיטן אנדערן, און געזאגט: וויאזוי קען דער דאזיקער אונדז געבן זיין פלייש צו עסן?
53Jesus told them, "Truly, truly, I tell you, unless you eat the flesh of the Son of Man and drink his blood, you have no life in yourselves.OYBCהאט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: אויב איר וועט נישט עסן דאס פלייש פון דעם בר אנש און טרינקען זיין בלוט, האט איר נישט קיין לעבן אין זיך.
54Whoever feeds on my flesh and drinks my blood has eternal life, and I will raise him on the last day.OYBCווער עס עסט מיין פלייש און טרינקט מיין בלוט, דער האט אייביק לעבן; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג.
55For my flesh is true food, and my blood is true drink.OYBCווארום מיין פלייש איז ווארהאפטיקע שפייז, און מיין בלוט איז ווארהאפטיק געטראנק.
56Whoever feeds on my flesh and drinks my blood remains in me, and I in him.OYBCדער, וואס עסט מיין פלייש און טרינקט מיין בלוט, בלייבט אין מיר, און איך אין אים.
57As the living Father sent me and I live because of the Father, so whoever feeds on me will live because of me.OYBCווי דער לעבעדיקער פאטער האט מיך געשיקט, און איך לעב דורך דעם פאטער, אזוי דער, וואס עסט מיך, וועט לעבן דורך מיר.
58This is the bread that came down from heaven. It is not like the bread your ancestors ate and still died. Whoever feeds on this bread will live forever."OYBCדאס דאזיקע איז דאס ברויט, וואס איז אראפגעקומען פון הימל; נישט ווי אייערע עלטערן האבן געגעסן, און זענען געשטארבן; ווער עס עסט דאס דאזיקע ברויט, דער וועט לעבן אייביק.
59He said these things while teaching in the synagogue at Capernaum.OYBCדאס האט ער געזאגט, בשעת ער האט געלערנט אין דער שול אין כפר‑נחום.
60On hearing it, many of his disciples said, "This is a hard teaching. Who can accept it?"OYBCאון א סך פון זיינע תלמידים האבן געזאגט, ווען זיי האבן עס געהערט: דאס דאזיקע איז א הארב ווארט; ווער קען עס הערן?
61Aware that his disciples were grumbling about this, Jesus said to them, "Does this offend you?OYBCוויסנדיק אבער אין זיך אליין, אז זיינע תלמידים האבן געמורמלט וועגן דעם, האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: דאס דאזיקע מאכט אייך שטרויכלען?
62"Then what if you see the Son of Man ascending to where he was before?OYBCאון וואס וועט זיין, ווען איר וועט זען דעם בר אנש ארויפגיין, וואו ער איז פריער געווען?
63The Spirit gives life; the flesh helps nothing. The words I have spoken to you are spirit and life.OYBCדער גייסט איז עס, וואס מאכט לעבעדיק; דאס פלייש נוצט צו גארנישט; די ווערטער, וואס איך האב גערעדט צו אייך, זענען גייסט, און זענען לעבן.
64But some of you don't believe." For Jesus knew from the start who didn't believe, and who would betray him.OYBCנאר צווישן אייך זענען פאראן אייניקע, וועלכע גלויבן נישט. ווארום יהושע/ישוע האט געוואוסט פונם אנהויב אָן, ווער עס זענען די, וואס גלויבן נישט, און ווער עס איז, וואס וועט אים פארראטן.
65And he said, "This is why I told you: no one can come to me unless the Father enables him."OYBCאון ער האט געזאגט: דערפאר האב איך אייך געזאגט: קיינער קען נישט קומען צו מיר, אויב עס איז אים נישט באשערט געווארן פון מיין פאטער.
66From this time many of his disciples turned back and no longer walked with him.OYBCפון דעמאלט אָן האבן א סך פון זיינע תלמידים זיך צוריקגעצויגן, און זענען מיט אים מער נישט ארומגעגאנגען.
67So Jesus asked the Twelve, "Do you want to leave too?"OYBCיהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט צו די צוועלף: צי ווילט איר אויך אוועקגיין?
68Simon Peter answered him, "Lord, to whom should we go? You have the words of eternal life.OYBCהאט שמעון פעטרוס אים געענטפערט: האר, צו וועמען זאלן מיר גיין? דו האסט די ווערטער פון אייביקן לעבן.
69We have believed and known you are the Holy One of our Father."OYBCאון מיר גלויבן און ווייסן, אז דו ביסט דער קדוש אלקים.
70Jesus answered them, "Have I not chosen you, the Twelve? Yet one of you is a devil."OYBCהאט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: צי האב איך דען נישט אייך—די צוועלף—אויסדערוויילט? און איינער פון אייך איז א טייוול.
71He meant Judas, son of Simon Iscariot, one of the Twelve, who was about to betray him.OYBCאון ער האט גערעדט פון יהודה בן שמעון איש‑קריות; ווארום דער דאזיקער האט אים געזאלט פארראטן, איינער פון די צוועלף.