Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

John 5 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 After this there was a feast of the Jews, and Jesus went up to Jerusalem. נאך דעם איז געווען א יידישער יום טוב, און יהושע/ישוע איז ארויפגעגאנגען קיין ירושלים.
2 By the Sheep Gate in Jerusalem is a pool with five covered porches, called Bethesda in Aramaic. און אין ירושלים ביים שער הצאן איז דא א טייך, וואס הייסט אויף לשון קודש בית-חסדא, און האט פינף זאלן.
3 In these lay a multitude of the sick—blind, lame, and paralyzed. אין די דאזיקע איז געלעגן א מאסע קראנקע, בלינדע, הינקענדיקע, אויסגעצערטע, (וואס האבן געווארט, אז דאס וואסער זאל זיך באוועגן;
4 Not in this edition ווארום פון צייט צו צייט פלעגט אראפקומען א מלאך פון דעם האר (ג‑ט) אין דעם טייך אריין און באוועגן דאס וואסער; דעריבער ווער עס איז אריינגעגאנגען דער ערשטער נאך דער באוועגונג פונם וואסער, דער איז געזונט געווארן, פון יעדער קראנקייט וואס ער האט נאר געהאט.)
5 One man was there who had been sick for thirty-eight years. און דארט איז געווען א מענטש, וואס איז קראנק געווען אכט און דרייסיק יאר לאנג.
6 Seeing him lying there and knowing he had already been there a long time, Jesus asked, "Do you want to be healed?" ווען יהושע/ישוע האט געזען דעם דאזיקן ליגן, און האט זיך דערוואוסט, אז ער ליגט שוין דארט א לאנגע צייט, זאגט ער צו אים: ווילסט געזונט ווערן?
7 The sick man answered him, "Sir, I have no one to put me in the pool once the water stirs—while I'm on my way, someone else gets in first." האט דער חולה אים געענטפערט: האר, איך האב נישט קיין מענטשן, מיך אריינצואווארפן אין טייך אריין, ווען דאס וואסער ווערט באוועגט; נאר בשעת איך קום, גייט אן אנדערער אראפ פאר מיר.
8 Jesus said to him, "Get up, take up your mat, and walk." זאגט יהושע/ישוע צו אים: שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי.
9 At once the man became well, picked up his mat, and walked. That day was the Sabbath. און גלייך איז דער מענטש געזונט געווארן, און האט גענומען זיין בעט, און איז ארומגעגאנגען. און יענער טאג איז געווען א שבת.
10 So the Jews told the healed man, "It's the Sabbath—you're not allowed to carry your mat." די יידן האבן דעריבער געזאגט צום געהיילטן: עס איז שבת, און דו טארסט נישט טראגן דאס בעט.
11 He answered them, "The man who healed me told me, 'Take up your mat and walk.'" ער אבער האט זיי געענטפערט: דער, וואס האט מיך געזונט געמאכט, האט צו מיר געזאגט: נעם דיין בעט און גיי.
12 They asked him, "Who is the man who told you, 'Take it up and walk'?" האבן זיי אים געפרעגט: ווער איז דער מענטש, וואס האט צו דיר געזאגט: נעם און גיי?
13 But the healed man didn't know who it was, since Jesus had slipped away into the crowd there. און דער, וואס איז געהיילט געווארן, האט נישט געוואוסט, ווער עס איז; ווארום יהושע/ישוע האט זיך אוועקגעקערט, מחמת עס איז געווען א המון מענטשן אויף דעם ארט.
14 Later Jesus found him in the temple and said, "You are healed now. Stop sinning, or something worse may happen to you." שפעטער האט יהושע/ישוע אים געפונען אין בית המקדש, און צו אים געזאגט: זע, דו ביסט געזונט געווארן; זינדיק נישט מער, כדי קיין ערגערס זאל דיר נישט געשען.
15 The man went away and told the Jews that it was Jesus who had made him well. איז דער מענטש אוועקגעגאנגען, און האט געזאגט צו די יידן, אז עס איז יהושע/ישוע, וואס האט אים געזונט געמאכט.
16 And so the Jews began persecuting Jesus, because he was doing these things on the Sabbath. און צוליב דעם האבן די יידן גערודפט יהושען/ישוען, ווייל ער האט עס געטאן אין שבת.
17 But Jesus answered them, "My Father is working until now, and I too am working." יהושע/ישוע אבער האט זיי געענטפערט: מיין פאטער ארבעט ביז אצונד, און איך ארבעט אויך.
18 So the Jews sought even more to kill him: he not only broke the Sabbath but called our Father his own Father, making himself equal to him. דערפאר טאקע האבן די יידן נאך מער געזוכט אים צו טייטן, ווייל נישט נאר האט ער מחלל שבת געווען, נאר האט געזאגט, אז ה׳ איז זיין פאטער (ישעיהו ד, ב.), מאכנדיק זיך גלייך צו ג‑ט.
19 So Jesus said to them, "Truly, truly, I tell you: the Son can do nothing on his own, but only what he sees the Father doing. Whatever the Father does, the Son does the same. יהושע/ישוע האט דעריבער געענטפערט און געזאגט צו זיי: באמת, באמת זאג איך אייך: דער זון קען פון זיך אליין גארנישט טאן, אחוץ דאס, וואס ער זעט דעם פאטער טאן; ווארום וואס ער טוט, דאס טוט אויך דער זון אויף אן ענלעכן אופן.
20 "For the Father loves the Son and shows him everything he does; he will show him greater works than these, so you will be amazed. ווארום דער פאטער האט ליב דעם זון, און ווייזט אים אלץ, וואס ער אליין טוט; און גרעסערע מעשים ווי די דאזיקע וועט ער אים ווייזן, כדי איר זאלט זיך וואונדערן.
21 For as the Father raises the dead and gives life, so the Son too gives life to anyone he wants. ווארום ווי דער פאטער וועקט אויף די טויטע און מאכט לעבעדיק, אזוי אויך מאכט דער זון לעבעדיק וועמען ער וויל.
22 For the Father judges no one, but has entrusted all judgment to the Son, ווארום דער פאטער משפט נישט קיינעם, נאר האט איבערגעגעבן דאס גאנצע משפט צום זון,
23 so everyone honors the Son as they honor the Father; whoever doesn't honor the Son doesn't honor the Father who sent him. כדי אלע זאלן אפגעבן כבוד דעם זון, ווי זיי גיבן אפ כבוד דעם פאטער. ווער עס גיט נישט אפ כבוד דעם זון, דער גיט נישט אפ כבוד דעם פאטער, וואס האט אים געשיקט.
24 Truly, truly, I tell you: whoever hears my word and believes the one who sent me has eternal life and won't face judgment—they have passed from death to life. באמת, באמת זאג איך אייך: ווער עס הערט מיין ווארט, און גלויבט אין אים, וואס האט מיך געשיקט, דער האט אייביק לעבן, און קומט נישט צום משפט, נאר איז שוין אריבער פון טויט אין לעבן אריין.
25 Truly, truly, I tell you, an hour comes, and is now here, when the dead will hear the voice of the Son of our Father, and those hearing will live. באמת, באמת זאג איך אייך: עס קומט אָן א שעה, און איז שוין, ווען די מתים וועלן הערן דאס קול פון דעם זון פון דער אויבערשטער; און די, וואס הערן עס, וועלן לעבן.
26 For as the Father has life in himself, he gave the Son to also have life in himself. ווארום ווי דער פאטער האט לעבן אין זיך אליין, אזוי האט ער אויך געגעבן דעם זון, צו האבן לעבן אין זיך אליין;
27 And he has given him authority to execute judgment, because he is the Son of Man. אויך האט ער אים געגעבן רשות צו טאן משפט, ווייל ער איז דער בר אנש.
28 Don't be astonished at this—an hour is coming when everyone in the tombs will hear his voice, וואונדערט זיך נישט איבער דעם; ווייל א שעה קומט אָן, אין וועלכער אלע, וואס זענען אין די קברים, וועלן הערן זיין קול,
29 and come out—those who did good, to the resurrection of life; those who did evil, to the resurrection of judgment. און וועלן ארויסקומען; די, וואס האבן געטאן (מעשים) טובים, צו דער אויפשטייאונג פון לעבן; אבער די, וואס האבן געטאן (מעשים) רעים, צו דער אויפשטייאונג פון משפט.
30 By myself I can do nothing. I judge as I hear; my judgment is fair, because I seek not my own will but the will of the One who sent me. איך קען פון מיר אליין גארנישט טאן; ווי איך הער, אזוי משפט איך; און מיין משפט איז גערעכט, ווייל איך זוך נישט מיין ווילן, נאר דעם רצון פון דעם פאטער, וואס האט מיך געשיקט.
31 "If I testify about myself, my testimony is not valid. אויב איך זאג עדות וועגן מיר אליין, איז מיין עדות זאגן נישט אמת.
32 There is another who testifies about me, and I know his testimony about me is true. אן אנדערער איז עס, וואס זאגט עדות וועגן מיר; און איך ווייס, אז ווארהאפטיק איז דאס עדות זאגן, וואס ער זאגט וועגן מיר.
33 You sent messengers to John, and he has testified to the truth. איר האט געשיקט צו יוחנן, און ער האט עדות געזאגט אויף דעם אמת.
34 Not that I accept human testimony, but I say these things so that you may be saved. איך אבער נעם נישט אָן דאס עדות זאגן פון א מענטשן, נאר דאס זאג איך, כדי איר זאלט געראטעוועט ווערן.
35 John was a burning, shining lamp, and you were willing to rejoice briefly in his light. ער איז געווען דאס ברענענדיקע און שיינענדיקע ליכט; און איר האט זיך געוואלט משמח זיין לפי שעה אין זיין ליכט.
36 But I have testimony greater than John's: the works my Father gave me to finish—the very works I'm doing—testify that my Father sent me. איך אבער האב דאס עדות זאגן, וואס איז גרעסער ווי יוחננס; ווארום די מעשים, וואס דער פאטער האט מיר געגעבן, כדי איך זאל זיי פארענדיקן, די זעלביקע מעשים, וואס איך טו, זאגן עדות וועגן מיר, אז דער פאטער האט מיך געשיקט.
37 And my Father who sent me has himself testified about me. You've never heard his voice or seen his form, און דער פאטער, וואס האט מיך געשיקט, האט עדות געזאגט וועגן מיר. נישט האט איר, ווען עס איז, געהערט זיין קול, נישט האט איר זיין געזען געשטאלט.
38 and you don't have his word remaining in you, since you don't believe the one he sent. און זיין ווארט האט איר נישט וואוינען אין אייך, ווייל איר גלויבט נישט אין דעם דאזיקן, וועמען ער האט געשיקט.
39 You search the Scriptures, thinking they hold eternal life—yet they themselves testify about me, איר פארשט (דאך) אין די כתבי (הקודש), ווייל איר מיינט, אז אין זיי האט איר אייביק לעבן; און זיי זענען עס, וואס זאגן עדות וועגן מיר.
40 yet you refuse to come to me so that you may have life. און איר ווילט נישט קומען צו מיר, כדי איר זאלט האבן לעבן.
41 I do not accept glory from people, כבוד פון מענטשן נעם איך נישט אָן.
42 but I know you—that you do not have the love of our Father within you. נאר איך קען אייך, אז איר האט נישט די ליבע פון ה׳ אין זיך.
43 I have come in my Father's name, and you don't receive me; if another comes in his own name, you'll receive him. איך בין געקומען אין דעם נאמען פון מיין פאטער, און איר נעמט מיך נישט אויף; ווען אן אנדערער וועט קומען אין זיין אייגענעם נאמען, וועט איר אים יא אויפנעמען.
44 How can you believe, when you accept glory from one another and don't seek the glory from the only God? וויאזוי קענט איר גלויבן, איר, וואס נעמט אָן כבוד איינער פונם אנדערן, און דעם כבוד, וואס קומט פון דעם איינציקן ג-ט, זוכט איר נישט?
45 Don't think I will accuse you before my Father. Moses, in whom you've hoped, accuses you. מיינט נישט אז איך וועל אייך מקטרג זיין ביי דעם פאטער; אייער מקטרג איז משה, אויף וועמען איר האט געהאפט.
46 For if you believed Moses, you would believe me, because he wrote about me. ווייל וואלט איר געגלויבט משהן, וואלט איר אויך מיר געגלויבט, ווארום ער האט געשריבן וועגן מיר.
47 But if you do not believe his writings, how will you believe my words?" אויב אבער איר גלויבט נישט זיינע שריפטן, וויאזוי זשע וועט איר גלויבן מיינע רייד? (דברים יח, טו.)
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]