Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

John 4 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 So when Jesus knew the Pharisees heard he was making and baptizing more disciples than John. ווען דעריבער דער האר האט זיך דערוואוסט, אז די פרושים האבן געהערט, אז יהושע/ישוע מאכט און איז טובל אין דער מקווה מער תלמידים ווי יוחנן—
2 (though Jesus himself was not baptizing, but his disciples were), הגם יהושע/ישוע אליין האט נישט געטובלט אין דער מקווה, נאר זיינע תלמידים—
3 he left Judea and went back to Galilee. האט ער פארלאזט דאס לאנד יהודה, און איז ווידער אוועק קיין גליל.
4 And he had to pass through Samaria. און האט געמוזט דורכגיין דורך שומרון.
5 So he came to a town of Samaria called Sychar, near the field Jacob gave his son Joseph. און אזוי קומט ער אין א שטאט פון שומרון, וועלכע מען רופט סוכר, נאענט ביי דעם פעלד, וואס יעקב האט געגעבן צו זיין זון יוסף;
6 Jacob's well was there. Jesus, tired from the trip, sat down at the well—about noon. און דארט איז געווען יעקבס ברונעם. און זייענדיק מיד פון דער נסיעה, האט יהושע/ישוע זיך אזוי אנידערגעזעצט ביים ברונעם; עס איז געווען ארום דער זעקסטער שעה.
7 A woman of Samaria came to draw water. Jesus said to her, "Give me a drink." קומט א פרוי פון שומרון שעפן וואסער; זאגט יהושע/ישוע צו איר: גיב מיר צו טרינקען.
8 (For his disciples had gone into the town to buy food.). ווארום די תלמידים זיינע זענען אוועקגעגאנגען אין שטאט אריין, כדי איינצוקויפן שפייז.
9 The Samaritan woman said, "You're a Jew; why ask me, a Samaritan woman, for a drink?" (Jews don't associate with Samaritans.). זאגט דעריבער צו אים די שומרונישע פרוי: וויאזוי בעטסטו, א ייד, צו טרינקען פון מיר, וואס איך בין א שומרונישע פרוי? ווארום יידן האבן נישט קיין מגע־משא מיט שומרונים.
10 Jesus answered her, "If you knew our Father's gift, and who asks you, 'Give me a drink,' you'd have asked him, and he'd have given you living water." האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו איר: אויב דו וואלסט געקענט די מתנה פון ה׳, און ווער דער איז, וואס זאגט צו דיר: גיב מיר צו טרינקען, וואלסטו אים געבעטן, און ער וואלט דיר געגעבן לעבעדיק וואסער.
11 The woman said to him, "Sir, you have nothing to draw with, and the well is deep. Where then do you get this living water? זאגט די פרוי צו אים: האר, דו האסט נישט מיט וואס אנצושעפן, און דער ברונעם איז טיף; פונוואנען זשע האסטו דאס לעבעדיקע וואסער?
12 Are you greater than our father Jacob, who gave us the well, drank from it himself, with his sons and livestock?" צי ביסטו דען גרעסער ווי אונדזער פאטער יעקב, וועלכער האט אונדז געגעבן דעם ברונעם, און אליין פון אים געטרונקען, און זיינע זין און זיינע סטאדעס?
13 Jesus said to her, "Everyone who drinks of this water will be thirsty again, האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו איר: יעדער איינער, וואס טרינקט פון דעם דאזיקן וואסער, וועט ווידער דארשטיק ווערן;
14 but whoever drinks the water I give him will never thirst again; that water will become in him a spring of water welling up to eternal life." ווער אבער עס וועט טרינקען פון דעם וואסער, וואס איך וועל אים געבן, דער וועט ביז אויף אייביק מער נישט דארשטיק ווערן; נאר דאס וואסער, וואס איך וועל אים געבן, וועט ווערן אין אים א וואסער קוואל, וואס שפרודלט צום אייביקן לעבן.
15 The woman said to him, "Sir, give me this water, so I won't get thirsty or come here to draw water." זאגט די פרוי צו אים: האר, גיב מיר דאס דאזיקע וואסער, כדי איך זאל נישט דורשטן, און נישט דארפן אהערקומען אנצושעפן.
16 Jesus said to her, "Go, call your husband, and come back here." זאגט יהושע/ישוע צו איר: גיי רוף דיין מאן, און קום אהער.
17 The woman answered, "I have no husband." Jesus told her, "You're right to say you have no husband. האט די פרוי געענטפערט און געזאגט: איך האב נישט קיין מאן. זאגט יהושע/ישוע צו איר: דו האסט ריכטיק געזאגט: איך האב נישט קיין מאן;
18 For you've had five husbands, and the man you have now isn't your husband. You've spoken the truth." ווארום דו האסט שוין געהאט פינף מענער, און ער, וועמען דו האסט איצט, איז נישט דיין מאן; דאס דאזיקע האסטו אמת געזאגט.
19 The woman said to him, "Sir, I see that you are a prophet. זאגט די פרוי צו אים: האר, איך זע, אז דו ביסט א נביא.
20 Our fathers worshiped on this mountain, but you say Jerusalem is where people must worship." אונדזערע אבות האבן זיך געבוקט (צו ה׳) אויף דעם דאזיקן בארג; און איר זאגט, אז אין ירושלים איז דאס ארט, וואו מען דארף זיך בוקן (צו ה׳).
21 Jesus told her, "Woman, believe me: an hour is coming when you'll worship the Father neither on this mountain nor in Jerusalem. זאגט יהושע/ישוע צו איר: גלויב מיר, אשה, אז עס קומט א שעה, ווען נישט אויף דעם דאזיקן בארג, נישט אין ירושלים וועט איר זיך בוקן צום פאטער.
22 You worship what you don't know; we worship what we know—salvation comes from the Jews. איר בוקט זיך צו וואס איר ווייסט נישט, מיר ווייסן יא צו וועמען מיר בוקן זיך; ווייל די ישועה איז פון די יידן.
23 But a time is coming, and now is, when true worshipers worship the Father in spirit and truth—for the Father seeks such worshipers. נאר עס קומט א שעה, און איז שוין איצט, ווען די ווארהאפטיקע דינער פון ה׳, וועלן זיך בוקן צום פאטער אין גייסט און אין דער ווארהייט; ווארום דער פאטער זוכט אזעלכע, וואס זאלן זיך בוקן צו אים.
24 The Father is spirit, and those who worship him must worship in spirit and truth." ה׳ איז א גייסט, און די, וואס בוקן זיך צו אים, מוזן זיך בוקן אין גייסט און אין דער ווארהייט.
25 The woman said to him, "I know Messiah—the one called Christ—is coming. When he comes, he will tell us everything." זאגט צו אים די פרוי: איך ווייס, אז דער משיח קומט, (וואס הייסט געזאלבטער) ווען ער וועט קומען, וועט ער אונדז אלץ זאגן.
26 Jesus said to her, "I am he—the one speaking to you." זאגט צו איר יהושע/ישוע: איך בין עס, וואס רעדט מיט דיר.
27 Just then his disciples returned, amazed he was talking with a woman. Yet no one said, "What do you want?" or, "Why talk with her?" און ביי דעם דאזיקן זענען זיינע תלמידים אנגעקומען, און האבן זיך געוואונדערט, אז ער רעדט מיט א פרוי; דאך האט קיינער נישט געזאגט: וואס ווילסטו? אדער: פארוואס רעדסטו מיט איר?
28 So the woman left her water jar and went back to town and said to the people, און די פרוי האט איבערגעלאזט איר וואסער קרוג, און איז אוועק אין שטאט אריין, און זאגט צו די מענטשן:
29 "Come, see a man who told me everything I ever did. Could this be the Christ?" קומט, זעט א מענטשן, וועלכער האט מיר געזאגט אלץ, וואס איך האב געטאן; איז דאס נישט אפשר דער משיח?
30 They left the town and were coming to him. זענען זיי ארויסגעגאנגען אויס דער שטאט, און זענען געקומען צו אים.
31 Meanwhile the disciples were urging him, "Rabbi, eat." דערווייל האבן אים די תלמידים געבעטן, אזוי צו זאגן: רבי, עס.
32 But he said to them, "I have food to eat that you know nothing about." ער אבער האט צו זיי געזאגט: איך האב א שפייז צו עסן, וואס איר קענט זי נישט.
33 So the disciples said to one another, "Has anyone brought him something to eat?" האבן די תלמידים דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: צי האט אים דען עמיצער געברענגט עפעס צו עסן?
34 Jesus said to them, "My food is doing the will of the one who sent me and finishing his work. זאגט יהושע/ישוע צו זיי: מיין שפייז איז, אז איך זאל טאן דעם רצון פון דעם, וועלכער האט מיך געשיקט, און צו ענדיקן זיין ווערק.
35 Don't you say, 'Four months more, then harvest comes'? Look, I tell you: raise your eyes, see the fields—white for harvest. צי זאגט איר דען נישט: נאך פיר חדשים, און עס קומט דער שניט? זע, איך זאג אייך: הייבט אויף אייערע אויגן און זעט די פעלדער, אז זיי זענען שוין ווייס צום שניט.
36 Already the harvester earns wages, gathering fruit for eternal life, so that planter and harvester may rejoice together. דער שניטער באקומט א שכר, און זאמלט איין פירות צום אייביקן לעבן, כדי דער פארזייער און דער שניטער זאלן זיך פרייען צוזאמען.
37 For here the saying holds true: 'One plants and another harvests.' ווארום אין דעם דאזיקן (פאל) איז דאס שפריכווארט אמת: איינער זייעט, אן אנדערער שניידט.
38 I sent you to reap what you didn't work for. Others worked, and you have entered into their labor." איך האב אייך געשיקט צו שניידן, וואס איר האט נישט באארבעט; אנדערע האבן געארבעט, און איר זענט אריינגעקומען אין זייער ארבעט אריין.
39 Many Samaritans from that town believed in him because of the woman's testimony: "He told me everything I ever did." און פון יענער שטאט האבן א סך שומרונים געגלויבט אין אים דורך דעם ווארט פון דער פרוי, וואס האט עדות געזאגט: ער האט מיר געזאגט אלץ, וואס איך האב געטאן.
40 When the Samaritans came to him, they asked him to stay with them; he stayed two days. און ווי די שומרונים זענען געקומען צו אים, האבן זיי אים געבעטן צו בלייבן ביי זיי; און ער איז דארט געבליבן צוויי טעג.
41 And many more believed because of his word. און א סך מער האבן געגלויבט דורך זיין ווארט,
42 They told the woman, "It is no longer because of what you said that we believe—we've heard for ourselves, and we know this man truly is the Savior of the world." און האבן געזאגט צו דער פרוי: מיר גלויבן מער נישט צוליב דיין רעדן, ווארום מיר אליין האבן אים געהערט; און ווייסן, אז ער איז באמת דער משיח, דער גואל פון דער וועלט.
43 After the two days he departed from there for Galilee. און אין צוויי טעג ארום איז ער פון דארטן ארויסגעגאנגען קיין גליל.
44 (For Jesus himself had testified that a prophet has no honor in his own hometown.). ווארום יהושע/ישוע אליין האט עדות געזאגט, אז א נביא האט נישט קיין כבוד אין זיין אייגן היימלאנד.
45 When he arrived in Galilee, the Galileans welcomed him, having seen all he did in Jerusalem at the feast—they too had gone to the feast. ווען דעריבער ער איז געקומען קיין גליל, האבן די לייט פון גליל אים אויפגענומען, ווייל זיי האבן געזען אלץ, וואס ער האט געטאן אין ירושלים דעם יום טוב; ווארום זיי אליין זענען אויך ארויפגעגאנגען אויף יום טוב.
46 He went again to Cana in Galilee, where he had turned water to wine. A royal official's son was sick at Capernaum. און ער איז ווידעראמאל געקומען קיין קנה פון גליל, וואו ער האט געמאכט פון דעם וואסער וויין. און עס איז געווען א געוויסער קעניגלעכער באאמטער, וועמעס זון איז געלעגן קראנק אין כפר‑נחום.
47 Hearing that Jesus had come from Judea to Galilee, he went to him and begged him to come down and heal his son, who was about to die. ווי דער דאזיקער האט געהערט, אז יהושע/ישוע איז אנגעקומען פון יהודה קיין גליל, איז ער אוועק צו אים, און אים געבעטן, אז ער זאל אראפגיין און היילן זיין זון; ווייל ער האט געהאלטן ביים שטארבן.
48 So Jesus said to him, "Unless you people see signs and wonders, you will never believe." און יהושע/ישוע האט געזאגט צו אים: אויב איר זעט נישט קיין אותות ומופתים, ווילט איר בשום אופן נישט גלויבן.
49 The royal official said to him, "Sir, come down before my child dies." זאגט דער קעניגלעכער באאמטער צו אים: האר, קום אראפ, איידער מיין קינד שטארבט.
50 Jesus said to him, "Go; your son will live." The man believed what Jesus told him and left. זאגט יהושע/ישוע צו אים: גיי, דיין זון לעבט! דער מענטש האט געגלויבט אין דעם ווארט, וואס יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט, און איז געגאנגען.
51 As he was going down, his servants met him and told him that his boy was living. און בשעת ער איז אראפגעגאנגען, האבן אים זיינע קנעכט באגעגענט, און געזאגט, אז זיין יינגל לעבט.
52 So he asked them the hour he improved, and they said, "Yesterday at the seventh hour, the fever left him." ער האט זיך דעריבער נאכגעפרעגט ביי זיי די שעה, אין וועלכער עס איז אים בעסער געווארן. האבן זיי אים געזאגט: נעכטן אין דער זיבעטער שעה האט דאס פיבער אים פארלאזט.
53 So the father knew this was the hour when Jesus told him, "Your son will live." He and his whole household believed. דער פאטער האט דעריבער געוואוסט, אז עס איז געווען אין יענער שעה, איז וועלכער יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: דיין זון לעבט; און ער האט געגלויבט און דאס גאנצע הויז זיינס.
54 This was now the second sign that Jesus did when he had come from Judea to Galilee. דאס דאזיקע איז שוין דאס צווייטע נס, וואס יהושע/ישוע האט געטאן, ווען ער איז געקומען פון יהודה קיין גליל.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]