Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

James 5 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Come now, you who are rich, weep and wail over the miseries that are coming upon you. איצט קומט איר, די עשירים; וויינט און קלאגט אויף אייערע צרות, וועלכע קומען (אויף אייך).
2 Your riches have rotted, and your clothes have become moth-eaten. אייער רייכקייט איז פארפוילט געווארן, און אייערע מלבושים זענען מילביק.
3 Your gold and silver have rusted; their rust will witness against you and burn your flesh like fire. You piled up riches in the last days. אייער גאלד און זילבער איז פארזשאווערט; און זייער זשאווער וועט זיין פאר אן עדות צו אייך, און עס וועט פארצערן אייערע לייבער ווי פייער. איר האט אייך איינגעזאמלט אוצרות אין די לעצטע טעג.
4 Look: the wages you held back from the workers who mowed your fields cry out, and the harvesters' cries have reached the ears of the Father of heaven's armies. זע, דער לוין פון די ארבעטער, וועלכע האבן איינגעזאמלט דעם שניט פון אייערע פעלדער, (דער לוין), וועלכער איז פון אייך צוריקגעהאלטן, שרייט; און די געשרייען פון די שניטער זענען אריינגעקומען אין די אויערן פון דעם האר, (דעם ג‑ט פון) צבאות.
5 You lived on earth in luxury and indulgence. You fattened your hearts in a day of slaughter. איר האט געלעבט אין תענוגים אויף דער ערד און זיך אנגעטאן פארגעניגנס; איר האט געפאשעט אייערע הערצער ווי אינם טאג פון דער שחיטה.
6 You have condemned and murdered the righteous one, who does not resist you. איר האט פארמשפט, איר האט געהרגעט דעם צדיק; ער שטעלט זיך אייך נישט אנטקעגן.
7 So be patient, brothers and sisters, until the Lord's coming. Think of the farmer: he waits patiently for the land's precious fruit, until it gets the early and late rains. זייט געדולדיק דעריבער, ברידער, ביז צום קומען פון דעם האר. זע, דער פארמער ווארט אויף דער טייערער פרוכט פון דער ערד, און האט געדולד מיט איר, ביז זי באקומט דעם פריען און שפעטן רעגן.
8 You too must be patient. Strengthen your hearts, because the coming of the Lord is near. זייט אויך געדולדיק; שטארקט זיך די הערצער אייערע; ווייל דעם הארס קומען האט זיך שוין דערנענטערט.
9 Don't grumble against each other, brothers and sisters, or you'll be judged. Look—the Judge stands at the doors. זיפצט נישט, ברידער, איינער קעגן דעם אנדערן; כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן; אָט שטייט (שוין) דער שופט פאר די טירן.
10 Brothers and sisters, take the prophets who spoke in the name of our Father as examples of suffering and patience. נעמט אייך אלס א ביישפיל, ברידער, פון ליידן בייז און פון געדולד, די נביאים, וועלכע האבן גערעדט אין דעם נאמען פון דעם האר (ג‑ט).
11 See, we call those who endured blessed. You've heard of Job's endurance and seen what our Father brought about—our Father is rich in compassion and mercy. זע, מיר האלטן פאר געבענטשט די, וועלכע האבן אויסגעהאלטן סבלנותדיק; איר האט (דאך) געהערט פון איובס סבלנות, און געזען דעם סוף פון דעם האר, אז דער האר (ג‑ט) איז א רחום וחנון (איוב מב, י-יב.)
12 Above all, my brothers and sisters, do not swear—neither by heaven, nor earth, nor any other oath. Let your yes be yes and your no, no, so you won't fall under judgment. נאר פריער פאר אלעם, שווערט נישט, ברידער מיינע, נישט ביים הימל, נישט ביי דער ערד, נישט ביי קיין שום אנדערער שבועה; נאר זאל אייער יא זיין יא, און אייער ניין זאל זיין ניין; כדי איר זאלט נישט פאלן אונטער א משפט.
13 Is anyone among you suffering? Let them pray. Is anyone cheerful? Let them sing praises. ליידט עמיצער צווישן אייך? זאל ער תפילה טאן. איז עמיצער אין גוטער שטימונג? זאל ער זינגען שירות ותשבחות.
14 Anyone sick among you? Have them call for the church elders, and have the elders pray over them, anointing them with oil in the name of the Lord. איז עמיצער שלאף ביי אייך? זאל ער לאזן רופן צו זיך די זקנים פון דער קהלה; און זאלן זיי תפילה טאן איבער אים, זאלבנדיק אים מיט אייל אין דעם נאמען פון דעם האר;
15 The prayer of faith will save the sick person, and the Lord will raise him up. And if he has sinned, he will be forgiven. און די תפילה פון אמונה וועט ראטעווען דעם חולה, און דער האר וועט אים אויפשטעלן; און אויב ער האט געהאט געטאן א זינד, וועט עס אים פארגעבן ווערן.
16 So confess your sins to each other and pray for each other, that you may be healed. A righteous person's prayer is powerful and effective. זייט זיך דעריבער מתוודה אייערע זינד איינער צום אנדערן, און טוט תפילה איינער פארן אנדערן, כדי איר זאלט געהיילט ווערן. די תפילה פון א צדיק האט א גרויסן כוח און פועלט זייער פיל.
17 Elijah was a man like us, and he prayed hard that it not rain; it did not rain on the land for three years and six months. אליהו (הנביא) איז געווען א מענטש גלייך צו אונדז, און האט מתפלל געווען א תפילה, אז עס זאל נישט רעגענען; און עס האט נישט גערעגנט אויף דער ערד דריי יאר און זעקס חדשים לאנג.
18 Then he prayed again, and the heavens gave rain, and the earth produced its fruit. און ער האט ווידער תפילה געטאן; און דער הימל האט געגעבן רעגן, און די ערד האט ארויסגעשפראצט איר פרוכט. (מלכים א יז, א; יח, א.)
19 My brothers and sisters, if anyone among you wanders from the truth and someone turns them back, ברידער מיינע, אויב איינער צווישן אייך וועט פארבלאנדזשען פון דעם אמת, און עמיצער וועט אים אומקערן,
20 know this: whoever turns a sinner from their wrong way saves that person's soul from death and covers a multitude of sins. זאלט איר וויסן זיין, אז ווער עס קערט אום א חוטא פון זיין פאלשן וועג, דער איז מציל זיין נפש פונם טויט און וועט פארדעקן א מאסע זינד.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]