Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

James 4 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Where do wars and fights among you come from? Isn't it your cravings warring inside you? פונוואנען זשע זענען מלחמות און פונוואנען זענען קריגערייען ביי אייך? צי דען נישט פונדאנען, פון אייערע תאוות, וואס ראנגלען זיך אין די אברים אייערע?
2 You want and don't have—you kill. You crave and can't get it—you quarrel and fight. You don't have because you don't ask. איר גלוסט, און האט נישט; איר הרגעט און זענט מקנא, און קענט עס נישט דערגרייכן; איר קריגט זיך ארום און האלט מלחמה; איר האט נישט צוליב דעם, וואס איר בעט נישט.
3 You ask and do not receive, because you ask wrongly, to spend it on your own pleasures. איר בעט יא און באקומט נישט, ווייל איר בעט שלעכט, כדי איר זאלט עס פארצערן אין אייערע תאוות.
4 You adulterous people! Don't you know friendship with the world is hostility toward our Father? Whoever chooses to be its friend becomes an enemy of our Father. איר נואפות, צי ווייסט איר דען נישט, אז די ליבע פון עולם הזה, איז פיינטשאפט פאר ה׳? דעריבער, ווער עס וויל זיין א ליבהאבער פון דער וועלט, דער ווערט א שונא פון ה׳.
5 Or does Scripture speak for nothing, saying the spirit he placed in us longs jealously? אדער מיינט איר, אז אומזיסט זאגט דער פסוק: צו קנאה גלוסט דער גייסט, וועלכן ער האט געמאכט וואוינען אין אונדז?
6 But he gives more grace. That is why Scripture says, "Our Father opposes the proud but gives grace to the humble." גרעסער אבער איז דער חסד, וועלכן ער גיט. דערפאר זאגט ער: ה׳ שטעלט זיך אנטקעגן די שטאלצע, די נידעריקע אבער גיט ער חן. (משלי ג, לד.)
7 Submit yourselves, then, to our Father. Resist the devil, and he will flee from you. אונטערטעניקט זשע זיך צו ה׳; און שטעלט זיך אנטקעגן דעם שׂטן, און ער וועט אנטלויפן פון אייך.
8 Come close to our Father, and he will come close to you. Cleanse your hands, sinners; purify your hearts, double-minded. דערנענטערט זיך צו ה׳, און ער וועט זיך דערנענטערן צו אייך. רייניקט אייערע הענט, איר חוטאים, און מאכט לויטער אייערע הערצער, איר צוויי-הארציקע.
9 Grieve, mourn, and weep. Turn your laughter to mourning and your joy to gloom. פייניקט זיך און טרויערט און וויינט; זאל אייער געלעכטער פארקערט ווערן צו געוויין, און אייער שמחה צו טרויער.
10 Humble yourselves before our Father, and he will lift you up. דערנידעריקט אייך פאר ה׳, און ער וועט אייך דערהייבן.
11 Don't speak against each other, brothers and sisters. Whoever speaks against a brother, or judges him, speaks against the law and judges it. But if you judge the law, you're not keeping it—you're judging it. בארעדט נישט איינער דעם אנדערן, ברידער. ווער עס בארעדט א ברודער אדער משפט זיין ברודער, דער בארעדט די תורה און משפט די תורה; אויב אבער דו משפטסט די תורה, ביסטו שוין נישט קיין עוסק אין דער תורה, נאר א שופט.
12 Only one gives the law and judges—able to save or destroy. Who are you to judge your neighbor? איינער איז דער געזעצגעבער און שופט, דער, וועלכער איז בכוח צו ראטעווען און צו פארדארבן; ווער אבער ביסטו, וואס משפטסט דיין חבר?
13 Come now, you who say, "Today or tomorrow we will go to this or that city, spend a year, trade, and profit." איצט קומט איר, וועלכע זאגן: היינט אדער מארגן וועלן מיר פארן אין דער און דער שטאט אריין און דארטן פארבלייבן א יאר און האנדלען און פארדינען;
14 You don't know what tomorrow brings. What is your life? For you're a mist, visible briefly, then gone. און איר ווייסט דאך נישט, וואס מארגן וועט זיין! וואס איז אייער לעבן? ווארום איר זענט א נעפל, וואס באווייזט זיך אויף א וויילע און שפעטער ווערט ער פארשווונדן. (לוקאס כד, לא.)
15 Instead you ought to say, "If our Father wills, we will live and do this or that." אנשטאט דעם זאלט איר זאגן: אם ירצה ה׳—און מיר וועלן לעבן, וועלן מיר טאן די דאזיקע זאך אדער יענע.
16 As it is, you boast in your arrogance. All such boasting is evil. און איצט בארימט איר זיך מיט אייער גאווה; יעדע אזעלכע בארימעריי איז בייז.
17 So whoever knows the good to do and fails to do it, sin is theirs. דעריבער ווער עס ווייסט צו טאן גוטס, און טוט עס נישט, איז עס פאר אים א זינד.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]