Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 9 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 But Saul, still breathing threats and murder against the Lord's disciples, went to the high priest, שאול אבער האט נאך אלץ געאטעמט מיט דראונג און רציחה קעגן די תלמידים פון דעם האר, און איז געגאנגען צום כהן גדול,
2 and asked him for letters to Damascus's synagogues, so that if he found any of the Way, men or women, he could bring them bound to Jerusalem. און ביי אים געבעטן בריוו צו די שולן אין דמשק, כדי ווען ער וועט געפינען אייניקע, וואס האלטן זיך ביי דעם דרך (ה׳), סאי מענער סאי פרויען, זאל ער זיי ברענגען אין קייטן קיין ירושלים.
3 As he traveled and was approaching Damascus, suddenly a light from heaven flashed around him. און בשעת ער איז געפארן, איז געשען, אז ווען ער האט זיך דערנענטערט צו דמשק, האט פלוצלונג א ליכט פון הימל אים ארומגעשטראלט;
4 He fell to the ground and heard a voice saying, "Saul, Saul, why are you persecuting me?" און ער איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד, און געהערט א קול, וואס האט געזאגט צו אים: שאול, שאול, וואס פארפאלגסטו מיך?
5 He said, "Who are you, Lord?" And he said, "I am Jesus, whom you are persecuting. האט ער געזאגט: ווער ביסטו, האר? און ער (האט געזאגט): איך בין יהושע/ישוע, וועמען דו פארפאלגסט.
6 But rise and enter the city, and you will be told what you must do." נאר שטיי אויף, און גיי אריין אין דער שטאט, און עס וועט דיר געזאגט ווערן, וואס דו זאלסט טאן.
7 The men traveling with him stood speechless, hearing the voice but seeing no one. און די לייט, וואס האבן מיטגערייזט מיט אים, זענען (דערנאך) געבליבן שטיין אָן לשון, הערנדיק דאס קול, און נישט זעענדיק קיינעם.
8 Saul got up from the ground, but with eyes open he saw nothing; they led him by the hand and brought him into Damascus. און שאול האט זיך אויפגעהויבן פון דער ערד; און הגם די אויגן האבן זיך אים אויפגעמאכט, האט ער דאך גארנישט געזען; און מען האט אים אנגענומען ביי דער האנט, און אריינגעפירט קיין דמשק.
9 He was blind for three days and neither ate nor drank. און דריי טעג איז ער געווען אָן ראיה; און האט נישט געגעסן און נישט געטרונקען.
10 A disciple named Ananias lived in Damascus. In a vision the Lord said, "Ananias." He answered, "Here I am, Lord." און אין דמשק איז געווען א געוויסער תלמיד מיטן נאמען חנניה; און דער האר האט צו אים געזאגט אין א חזיון: חנניה! און ער האט געזאגט: אָט בין איך, האר!
11 The Lord said to him, "Get up, go to the street called Straight, and look in Judas's house for a man from Tarsus named Saul—he is praying, און דער האר האט צו אים געזאגט: שטיי אויף, און גיי צו דער גאס, וואס מען רופט זי די גלייכע, און זוך אין יהודהס הויז שאולן מיטן צונאמען הטרסי, ווארום זע, ער טוט תפילה,
12 and in a vision has seen a man named Ananias come in and place his hands on him so he may see again." און האט געזען אין א חזיון א מאן, וועלכער הייסט חנניה, אריינקומען און ארויפלייגן די הענט אויף אים, כדי ער זאל ווידער זען.
13 Ananias replied, "Lord, many have told me about this man—the harm he's done your holy ones in Jerusalem. האט חנניה געענטפערט: האר, איך האב געהערט פון פילע וועגן דעם דאזיקן מאן, וויפל שלעכטס ער האט געטאן צו דיינע קדושים אין ירושלים;
14 And here he has authority from the chief priests to bind all who call on your name." אויך דא האט ער רשות פון די הויפט כהנים צו בינדן אלע, וואס רופן אָן דיין נאמען.
15 But the Lord said to him, "Go, for this man is my chosen instrument to carry my name before nations, kings, and Israel's people. דער האר אבער האט צו אים געזאגט: גיי, ווייל ער איז פאר מיר א כלי חפץ, צו טראגן מיין נאמען פאר די אומות און מלכים און קינדער ישראל;
16 For I will show him how much he must suffer for the sake of my name." ווארום איך וועל אים ווייזן וואס ער וועט מוזן ליידן צוליב מיין נאמען.
17 Ananias went and entered the house. He laid hands on Saul and said, "Brother Saul, the Lord Jesus—who appeared to you on the road you traveled—sent me so you may see again and be filled with the Holy Spirit." און חנניה איז אוועק, און אריינגעגאנגען אין דעם הויז, האט ארויפגעלייגט די הענט אויף אים און געזאגט: ברודער שאול, דער האר האט מיך געשיקט, יהושע/ישוע, וואס האט זיך צו דיר באוויזן אויפן וועג, אויף וועלכן דו ביסט געפארן, כדי דו זאלסט ווידער זען און פול ווערן מיט דעם רוח הקודש.
18 Immediately something like scales fell from his eyes, and he could see again. He got up and was baptized, און גלייך זענען אראפגעפאלן פון זיינע אויגן עפעס ווי שופן, און ער האט ווידער געזען, און איז אויפגעשטאנען און זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה;
19 and after eating, he regained his strength. For some days he was with the disciples in Damascus, און האט גענומען שפייז און זיך געשטארקט. און ער איז געווען אייניקע טעג מיט די תלמידים אין דמשק.
20 and immediately he began proclaiming Jesus in the synagogues, that he is the Son of our Father. און האט גלייך אויסגערופן אין די שולן, אז יהושע/ישוע איז דער זון פון דער אויבערשטער.
21 All who heard were amazed and said, "Isn't this the man who caused such havoc in Jerusalem among those calling on this name? And hasn't he come here for this: to bring them bound before the chief priests?" און אלע, וואס האבן (אים) געהערט, זענען דערשטוינט געווארן, און האבן געזאגט: צי איז ער דען נישט דער דאזיקער, וואס פלעגט פארטיליקן אין ירושלים די, וועלכע האבן אנגערופן דעם דאזיקן נאמען? און איז אהערגעקומען פאר דעם זעלביקן צוועק, כדי זיי אוועקצופירן אין קייטן צו די הויפט כהנים?
22 But Saul grew stronger still, bewildering the Jews living in Damascus by proving this one is the Christ. שאול אבער האט זיך נאך מער געשטארקט, און האט צעמישט די יידן, וועלכע האבן געוואוינט אין דמשק, אויפווייזנדיק, אז דער דאזיקער איז דער משיח.
23 After many days had passed, the Jews plotted to kill him, און ווען עס זענען פארביי א סך טעג, האבן די יידן זיך באראטן אים אומצוברענגען;
24 but Saul learned of their plot; they watched the gates day and night to kill him, נאר זייער פארשווערונג איז באקאנט געווארן צו שאולן. און זיי האבן אפילו באוואכט די טויערן בייטאג און ביינאכט, כדי אים צו טייטן.
25 but at night his disciples lowered him through the wall in a basket. זיינע תלמידים אבער האבן אים גענומען ביינאכט, און אראפגעלאזט פון דער שטאטמויער, אראפנידערנדיק אים אין א קארב.
26 Arriving in Jerusalem, he tried to join the disciples, but all feared him, not believing he was a disciple. און ווען ער איז געקומען קיין ירושלים, האט ער געפרואווט זיך צו באהעפטן צו די תלמידים; און אלע האבן מורא געהאט פאר אים, נישט גלויבנדיק, אז ער איז א תלמיד.
27 But Barnabas took him to the apostles and explained how Saul had seen the Lord on the road, who spoke to him, and how in Damascus he had spoken boldly in Jesus' name. בר‑נבא אבער האט אים גענומען, און אוועקגעפירט צו די שליחים, און זיי דערציילט, וויאזוי ער האט געזען דעם האר אויפן וועג, און אז ער האט צו אים גערעדט, און ווי ער האט מיט דרייסטקייט גערעדט אין דמשק אין ישועס נאמען.
28 So he was with them, moving freely about Jerusalem, speaking boldly in the name of the Lord. און ער איז געווען מיט זיי, א יוצא ונכנס אין ירושלים, אויפטרעטנדיק מיט דרייסטקייט אין דעם הארס נאמען;
29 He spoke and debated with the Hellenists, but they were seeking to kill him. און האט גערעדט און זיך מתווכח געווען מיט גריכישע יידן; זיי אבער האבן געזוכט אים א מעשה אנצוטאן.
30 When the brothers learned this, they brought him down to Caesarea and sent him off to Tarsus. און ווי די ברידער האבן זיך דערוואוסט, האבן זיי אים אראפגעפירט קיין קיסריה און אים אוועקגעשיקט קיין טרסוס.
31 So the church throughout Judea, Galilee, and Samaria had peace and was strengthened; walking in the fear of the Lord and comforted by the Holy Spirit, it multiplied in number. און די קהילה איבער גאנץ יהודה און גליל און שומרון האט געהאט שלום. איז דערבויט געווארן; און איז געגאנגען אין דער פורכט פון דעם האר; און דורך דער טרייסט פון דעם רוח הקודש האט זי זיך פארמערט.
32 As Peter traveled among all the believers, he also went down to the holy ones living in Lydda. און עס איז געשען, בשעת פעטרוס איז געגאנגען פון ארט צו ארט, איז ער אויך געקומען צו די קדושים, וואס האבן געוואוינט אין לוד.
33 There he found a man named Aeneas, bedridden for eight years, who was paralyzed. און דארטן האט ער געפונען א געוויסן מענטשן מיטן נאמען ענעאס, וועלכער איז שוין געלעגן אכט יאר לאנג צו בעט; ווייל ער איז געווען פאראליזשירט.
34 Peter said to him, "Aeneas, Jesus Christ heals you. Get up, make your bed." He got up at once. און פעטרוס האט צו אים געזאגט: ענעאס, יהושע/ישוע המשיח מאכט דיך געזונט; שטיי אויף און מאך דיר דאס בעט! און ער איז גלייך אויפגעשטאנען.
35 And all who lived in Lydda and Sharon saw him, and they turned to the Lord. און אלע איינוואוינער פון לוד און שרון האבן אים געזען און האבן זיך געקערט צום האר (אין גלויבן).
36 In Joppa lived a disciple named Tabitha, meaning Dorcas. She was full of good works and help for the poor. און אין יפו איז געווען א תלמידה מיטן נאמען טביתא, אויף א (גריכישער) איבערזעצונג האט מען זי גערופן דארקאס; זי איז געווען פול מיט מעשים טובים און צדקות, וואס זי האט געטאן.
37 In those days she got sick and died; they washed her and laid her in an upstairs room. און עס איז געשען אין יענע טעג, (דאס) זי איז קראנק געווארן און געשטארבן, און מען האט זי אפגעוואשן און געלייגט אין אן אויבערשטיבל.
38 Since Lydda was near Joppa, disciples who heard Peter was there sent two men to him, urging, "Don't delay coming to us." און אזויווי לוד איז נאענט ביי יפו, ווייל די תלמידים האבן געהערט, אז פעטרוס געפינט זיך דארטן, האבן זיי געשיקט צוויי מענער צו אים און געבעטן: פארזאם דיך נישט צו קומען צו אונדז.
39 So Peter got up and went with them. When he arrived, they brought him to the upper room. All the widows stood beside him crying, showing the tunics and cloaks Dorcas had made while with them. און פעטרוס איז אויפגעשטאנען און מיטגעגאנגען מיט זיי. ווען ער איז אהינגעקומען, האבן זיי אים ארויפגעפירט אין אויבערשטיבל אריין; און אלע אלמנות האבן זיך ארומגעשטעלט ארום אים, וויינענדיק און ווייזנדיק אים העמדער און קליידער, וואס דארקאס האט געמאכט, ווען זי איז נאך געווען מיט זיי.
40 Peter sent everyone out, knelt, and prayed. Turning to the body, he said, "Tabitha, get up." She opened her eyes, saw Peter, and sat up. פעטרוס אבער האט אלעמען ארויסגעשיקט אינדרויסן, האט גענייגט די קניען און תפילה געטאן, און זיך דאן געווענדט צום קערפער און געזאגט: טביתא, שטיי אויף! און זי האט אויפגעמאכט אירע אויגן, און זעענדיק פעטרוסן, האט זי זיך אויפגעזעצט.
41 Giving her his hand, he raised her up. Calling the holy ones and the widows, he presented her alive. און ער האט איר געגעבן די האנט און זי אויפגעשטעלט, און גערופן די קדושים און די אלמנות, און זי אוועקגעשטעלט פאר זיי א לעבעדיקע.
42 And it became known throughout all Joppa, and many believed in the Lord. און דאס איז באקאנט געווארן איבער גאנץ יפו, און א סך האבן געגלויבט אין דעם האר.
43 And he stayed in Joppa for many days with a man named Simon, a tanner. און עס איז געשען, אז במשך פון מערערע טעג איז ער איינגעשטאנען אין יפו ביי א געוויסן שמעון, א גארבער.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]