Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 10 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 There was a man in Caesarea named Cornelius, a centurion of what was called the Italian Cohort. און עס איז געווען א מאן אין קיסריה מיטן נאמען קארנעליוס, אן אפיציר פון דער אפטיילונג, וואס האט געהייסן די איטאליענישע,
2 He was devout, feared our Father with his whole household, gave many gifts to the people, and prayed to our Father constantly. א פרומער (מענטש) און א ירא שמים מיט זיין גאנץ בני בית, טוענדיק פיל צדקה צום פאלק און תמיד מתפלל זייענדיק צו ה׳.
3 About three in the afternoon he saw clearly in a vision an angel of our Father come to him and say, "Cornelius." ער האט באשיימפערלעך געזען אין א חזיון, ווי ארום דער ניינטער שעה פונם טאג איז א מלאך פון ה׳ אריינגעקומען צו אים, און צו אים געזאגט: קארנעליוס!
4 Staring at him, terrified, he said, "What is it, sir?" The angel replied, "Your prayers and gifts to the poor have risen as a memorial before our Father." און ער האט א בליק געטאן אויף אים און זיך געפארכטן, און געזאגט: וואס איז עס, האר? און ער האט צו אים געזאגט: דיינע תפילות און דיינע צדקות זענען ארויפגעקומען לזכרון פאר ה׳.
5 Now send men to Joppa and bring a man named Simon, who is called Peter. און איצט שיק מענער קיין יפו און לאז רופן שמעונען, וועלכן מען רופט פעטרוס;
6 He is lodging with a tanner named Simon, whose house is by the sea. ער שטייט איין ביי א געוויסן שמעון, א גארבער, וועמעס הויז איז ביים ים.
7 When the angel who spoke to him left, Cornelius called two of his household servants and a devout soldier from among his regular attendants, און ווי דער מלאך, וואס האט גערעדט צו אים, איז אוועק, האט ער גערופן צוויי פון זיינע דינער, און א ג‑טספארכטיקן זעלנער פון די, וועלכע זענען תמיד ביי אים געווען;
8 and after explaining everything to them, he sent them to Joppa. און האט זיי אלץ דערקלערט, און זיי אוועקגעשיקט קיין יפו.
9 The next day, as they journeyed and neared the city, Peter went up on the roof to pray, about noon. און אויף צומארגנס, בשעת זיי זענען געווען אויפן וועג, און האבן זיך דערנענטערט צו דער שטאט, איז פעטרוס ארויפגעשטיגן אויפן דאך, תפילה צו טאן, ארום דער זעקסטער שעה;
10 He grew hungry and wanted to eat, but while they prepared food, a trance came over him, און איז הונגעריק געווארן, און געוואלט (עפעס) טועם זיין; נאר בשעת מען האט צוגעגרייט (דאס עסן), איז געפאלן אויף אים אן טראנס;
11 and saw heaven opened, and something like a large sheet coming down, lowered by its four corners to the earth. און ער האט געזען דעם הימל אויפגעמאכט, און עפעס א געפעס אראפקומען, ווי א גרויס ליילעך, אנגעבונדן אויף די פיר עקן, און אראפגעלאזט אויף דער ערד;
12 It held all kinds of four-footed animals and reptiles of the earth and birds of the air. אין וועלכן עס האבן זיך געפונען אלע פירפיסיקע חיות און שרצים פון דער ערד און פייגל פון הימל.
13 And a voice came to him: "Rise, Peter; kill and eat." און עס איז געקומען א קול צו אים: שטיי אויף, פעטרוס, שחט און עס.
14 But Peter said, "Absolutely not, Lord; for I have never eaten anything common or unclean." פעטרוס אבער האט געזאגט: האר, בשום אופן נישט, ווייל איך האב נאך קיינמאל נישט געגעסן וואס איז טמא און טריפה.
15 The voice came to him again, a second time: "What I have made clean, don't call common." און ווידער איז א קול געקומען צו אים צום צווייטן מאל: וואס ה׳ האט ריין געמאכט, דאס זאלסטו נישט (רופן) טמא.
16 This happened three times, and at once the sheet was taken up to heaven. און דאס איז געשען דריי מאל; און גלייך איז דאס געפעס ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין.
17 While Peter was puzzled over what the vision meant, suddenly the men sent by Cornelius, having asked the way to Simon's house, stood at the gate, און בשעת פעטרוס האט נישט געוואוסט וויאזוי זיך צו דערקלערן, וואס עס קען זיין די דערשיינונג, וועלכע ער האט געזען, זע, די מענער, וואס זענען געשיקט געווארן פון קארנעליוסן, האבנדיק זיך נאכגעפרעגט וועגן שמעונס הויז, זענען געשטאנען ביים טויער,
18 and called out to ask whether Simon who was called Peter was lodging there. און האבן גערופן און געפרעגט, צי שמעון, וועמען מען רופט פעטרוס, שטייט דא איין.
19 As Peter thought about the vision, the Holy Spirit said to him, "Three men are looking for you. און בשעת פעטרוס האט נאכגעטראכט וועגן דעם חזיון, האט דער גייסט צו אים געזאגט: זע, דריי מענער זוכן דיך.
20 Get up, go downstairs, and go with them without hesitation, for I have sent them." נאר שטיי אויף, גיי אראפ, און פאר מיט זיי, צווייפל גארנישט; ווייל איך האב זיי געשיקט.
21 Peter went down to the men and said, "I'm the one you're looking for. Why have you come?" און פעטרוס איז אראפגעגאנגען צו די מענער, און האט געזאגט: אָט בין איך, וועמען איר זוכט; וואס פאר א סיבה איז עס, צוליב וועלכער איר זענט געקומען?
22 They said, "Cornelius, a centurion, upright, fears our Father, and respected by the whole Jewish nation, was told by a holy angel to summon you to his house and hear what you have to say." האבן זיי געזאגט: קארנעליוס, אן אפיציר, אן איש צדיק און ירא שמים, און וואס האט א גוטן שם ביים גאנצן יידישן פאלק, האט באקומען א באפעל פון א הייליקן מלאך, צו שיקן דיך רופן אין זיין הויז אריין, און צו הערן רייד פון דיר.
23 So he invited them in and hosted them. Next day he set out with them, joined by some brothers from Joppa. דעמאלט האט פעטרוס זיי אריינגערופן און אויפגענומען גאסטפריינדלעך. און צומארגנס איז ער אויפגעשטאנען און איז אוועק מיט זיי, און אייניקע פון די ברידער אין יפו זענען מיטגעגאנגען מיט אים.
24 The next day he entered Caesarea. Cornelius, expecting them, had gathered his relatives and close friends. און דעם אנדערן טאג זענען זיי אריינגעקומען קיין קיסריה. קארנעליוס אבער האט שוין געווארט אויף זיי, האבנדיק צוזאמענגערופן זיינע קרובים און די אינטימע פריינד.
25 When Peter entered, Cornelius met him and fell down at his feet and worshiped him. און עס איז געשען, בשעת פעטרוס איז אריינגעקומען, אז אנטקעגנגייענדיק אים, איז קארנעליוס אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס און האט זיך געבוקט.
26 But Peter lifted him up, saying, "Stand up! I'm a man too." פעטרוס אבער האט אים אויפגעהויבן, און געזאגט: שטיי אויף; איך אליין בין אויך נאר א מענטש.
27 While talking with Cornelius, Peter went in and found many people gathered. און רעדנדיק מיט אים, איז ער אריינגעגאנגען, און האט געפונען א סך צונויפגעקומענע;
28 He said to them, "You yourselves know it's unlawful for a Jew to associate with or visit someone of another nation. But our Father showed me I should call no one common or unclean. און האט צו זיי געזאגט: איר ווייסט אליין ווי עס איז אסור פאר א יידן זיך צו באהעפטן אדער צו קומען צו איינעם פון א פרעמד פאלק; נאר ה׳ האט מיר געוויזן, קיין מענטשן נישט צו רופן געמיין אדער טמא.
29 So, sent for, I came without objection. Now, why did you send for me?" היות איך בין גערופן געווארן, בין איך דערפאר געקומען אָן איינווענד. איך פרעג דעריבער, צוליב וואס האט איר מיך געלאזט רופן?
30 Cornelius said, "Four days ago at this hour, three in the afternoon, I was praying in my house, and suddenly a man in bright clothing stood before me, און קארנעליוס האט געזאגט: מיט פיר טעג צוריק ביז צו דער דאזיקער שעה, דער ניינטער, האב איך תפילה געטאן אין מיין הויז; און זע פאר מיר איז געשטאנען א מאן אין שיינענדיקע מלבושים,
31 and said, 'Cornelius, your prayer was heard and your gifts to the poor remembered before our Father. און האט געזאגט; קארנעליוס, דיין תפילה איז דערהערט געווארן, און דיינע צדקות זענען דערמאנט געווארן פאר ה׳.
32 So send to Joppa and call for Simon, known as Peter. He's staying in Simon the tanner's house, by the sea.' שיק דעריבער קיין יפו, און לאד איין שמעונען, וועלכן מען רופט פעטרוס; ער שטייט איין אינם הויז פון שמעון, א גארבער, ביים ים.
33 So I sent for you at once, and you did well to come. Now we're all here before God, to hear all the Lord has commanded you." דעריבער האב איך גלייך געשיקט צו דיר; און דו האסט גוט געטאן, וואס ביסט געקומען. און איצט זענען מיר אלע דא פאר ה׳, כדי צו הערן אלץ, וואס איז דיר באפוילן געווארן פונם האר.
34 Peter spoke up: "I truly see our Father shows no favoritism, און פעטרוס, האט אויפגעמאכט זיין מויל און געזאגט: אויף אן אמת בין איך משיג, אז ה׳ איז נישט קיין נושא פנים;
35 but in every nation anyone who fears him and does what is right is acceptable to him. נאר אין יעדן פאלק, ווער עס פארכט זיך פאר אים און טוט צדקה, איז אנגענומען ביי אים.
36 He sent his word to the Israelites, announcing good news of peace through Jesus Christ—he is Lord of all. דאס ווארט, וואס ער האט געשיקט צו די קינדער ישראל, מבשר זייענדיק שלום דורך יהושע/ישוע המשיחן—ער איז האר איבער אלע—
37 You yourselves know what happened throughout all Judea, beginning from Galilee after the baptism that John proclaimed: קענט איר; און איר קענט די זאך, וואס איז געשען איבערן גאנצן (לאנד) יהודה, וועלכע האט זיך אנגעהויבן פון גליל נאך דער מקווה, וואס יוחנן האט אויסגערופן—
38 how our Father anointed Jesus of Nazareth with the Holy Spirit and power, how he went about doing good and healing all oppressed by the devil, for our Father was with him. ווי ה׳ האט געזאלבט יהושען/ישוען פון נצרת מיט דעם רוח הקודש און מיט גבורה; וועלכער איז ארומגעגאנגען, טוענדיק גוטס און היילנדיק אלע, וואס זענען געווען אונטער דער מאכט פונם שׂטן, ווייל ה׳ איז געווען מיט אים.
39 We are witnesses of all he did in the Jews' land and Jerusalem—they killed him, hanging him on a tree, און מיר זענען עדות וועגן אלעם, וואס ער האט געטאן אין דעם לאנד יהודה און אין ירושלים; אים האבן זיי אויך אומגעבראכט, אויפהענגענדיק אים אויף א בוים.
40 but our Father raised him on the third day and made him appear, דעם דאזיקן האט ה׳ אויפגעוועקט דעם דריטן טאג, און אים געגעבן אנטפלעקט צו ווערן,
41 not to all the people but to us, witnesses whom our Father chose beforehand, who ate and drank with him after he rose from the dead. (דאך) נישט צום גאנצן פאלק, נאר צו עדות, וועלכע זענען פארויס אויסדערוויילט געווארן פון ה׳, צו אונדז, וואס האבן געגעסן און געטרונקען מיט אים נאך זיין אויפשטיין פון די טויטע.
42 He commanded us to preach to the people and testify: our Father appointed him judge of the living and the dead. און ער האט אונדז באפוילן אויסצורופן צום פאלק און עדות צו זאגן, אז ער איז דער פון ה׳ באשטימטער שופט פון די לעבעדיקע און טויטע.
43 To him all the prophets testify that everyone believing in him receives forgiveness of sins through his name." אויף אים זאגן אלע נביאים עדות, אז יעדערער, וואס גלויבט אין אים, וועט דורך זיין נאמען באקומען די פארגעבונג פון זינד.
44 While Peter was still saying these things, the Holy Spirit fell on all who heard the word. בשעת פעטרוס האט נאך גערעדט די דאזיקע ווערטער, איז דער רוח הקודש געפאלן אויף אלע, וואס האבן געהערט דאס ווארט.
45 The circumcised believers who came with Peter were amazed that the gift of the Holy Spirit was poured out on Gentiles too. און די געמלטע (ד. ה. די יידישע) מאמינים, וועלכע זענען מיטגעקומען מיט פעטרוסן, האבן געשטוינט, אז אפילו אויף די אומות (העולם) איז אויסגעגאסן געווארן די מתנה פון דעם רוח הקודש.
46 For they heard them speaking in tongues and praising our Father. Then Peter declared, ווארום זיי האבן זיי געהערט רעדן מיט לשונות און אפגעבן כבוד צו ה׳. דעמאלט האט פעטרוס געענטפערט:
47 "Can anyone refuse water to baptize these people, who received the Holy Spirit as we did?" צי קען דען עמיצער פארווערן דאס וואסער, אז עס זאלן נישט געטובלט ווערן אין דער מקווה די דאזיקע, וועלכע האבן באקומען דעם רוח הקודש, פונקט אזוי ווי מיר?
48 He ordered them baptized in Jesus Christ's name. Then they asked him to stay several days. און ער האט זיי באפוילן זיך צו לאזן טובל זיין אין דער מקווה אין דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן. דעמאלט האבן זיי אים געבעטן, נאך צו פארבלייבן אייניקע טעג.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]