Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 11 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 The apostles and brothers in Judea heard that Gentiles too had received our Father's word. און די שליחים און די ברידער, וועלכע זענען געווען אין יהודה, האבן געהערט, אז אויך די אומות (העולם) האבן אנגענומען ה׳ס ווארט.
2 So when Peter went up to Jerusalem, those of the circumcision party criticized him, און ווען פעטרוס איז ארויפגעקומען קיין ירושלים, האבן די געמלטע זיך געצאנקט מיט אים, זאגנדיק:
3 saying, "You visited uncircumcised men and ate with them." דו ביסט אריינגעגאנגען צו ערלים, און האסט געגעסן מיט זיי.
4 But Peter explained it to them step by step: פעטרוס אבער האט אנגעהויבן און זיי דערציילט כסדר, אזוי צו זאגן:
5 Praying in the city of Joppa, I fell into a trance and saw a vision: a huge sheet-like object, lowered from heaven by its four corners, reaching me. איך בין געווען אין דער שטאט יפו און האב תפילה געטאן, און אין א טראנס האב איך געזען א חזיון, עפעס א געפעס איז אראפגעקומען ווי א גרויס ליילעך, אראפגעלאזט פון הימל ביי די פיר עקן; און עס איז געקומען צו מיר;
6 Looking closely at it, I saw four-legged animals, wild beasts, reptiles, and birds. אין וועלכן איך האב זיך איינגעקוקט און באמערקט, און געזען די פירפיסיקע (בהמות) פון דער ערד און די חיות און שרצים און די פייגל פון הימל.
7 And I heard a voice saying to me, 'Get up, Peter; kill and eat.' און האב געהערט א קול זאגן צו מיר: שטיי אויף, פעטרוס, שעכט און עס.
8 But I said, 'By no means, Lord; for nothing impure or unclean has ever entered my mouth.' איך אבער האב געזאגט: בשום אופן נישט, האר, ווייל קיין שום טמא אדער טריפה זאך איז (נאך) קיינמאל נישט אריינגעגאנגען אין מיין מויל.
9 But the voice answered a second time from heaven, 'What our Father has made clean, do not call impure.' און צום צווייטן מאל האט א קול פון הימל מיר געענטפערט: וואס ה׳ האט ריין געמאכט, זאלסטו נישט מטמא זיין.
10 This happened three times, and all of it was drawn up again into heaven. דאס דאזיקע איז געשען דריימאל, און אלץ איז ווידער ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין.
11 Right then three men, sent to me from Caesarea, arrived at the house where we stayed. און זע, אין אן אויגנבליק זענען געשטאנען דריי מענטשן ביים הויז, אין וועלכן מיר זענען געווען, וואס זענען געשיקט געווארן פון קיסריה צו מיר.
12 The Spirit told me to go with them, making no distinction. These six brothers also went with me, and we entered the man's house. און דער גייסט האט געזאגט צו מיר, איך זאל מיטגיין מיט זיי, און זיך גארנישט ווייגערן. און די דאזיקע זעקס ברידער זענען מיטגעגאנגען מיט מיר, און מיר זענען אריינגעגאנגען אין דעם מאנס הויז;
13 He told us how he saw the angel standing in his house and saying, 'Send to Joppa and bring Simon called Peter; און ער האט אונדז דערציילט, ווי ער האט געזען דעם מלאך אין זיין הויז שטיין און זאגן: שיק קיין יפו און ברענג שמעונען, וועמען מען רופט פעטרוס,
14 he will bring you a message by which you will be saved, you and all your household.' וועלכער וועט רעדן צו דיר ווערטער, דורך וועלכע דו וועסט געהאלפן ווערן און דיין גאנץ הויז.
15 When I began speaking, the Holy Spirit fell on them just as on us at first. און ווען איך האב אנגעהויבן צו רעדן, איז דער רוח הקודש געפאלן אויף זיי, פונקט אזוי ווי אין אנהויב אויף אונדז.
16 Then I remembered what our Lord Jesus said: 'John baptized with water, but you will be baptized with the Holy Spirit.' און איך האב מיך דערמאנט דעם הארס ווארט, ווי ער האט געזאגט: יוחנן האט טאקע געטובלט מיט וואסער אין דער מקווה, איר אבער וועט געטובלט ווערן אין דער מקווה מיט דעם רוח הקודש.
17 If our Father gave them the same gift he gave us who believed in the Lord Jesus Christ, who was I to stand in our Father's way? דעריבער אויב ה׳ האט זיי געגעבן די זעלביקע מתנה, ווי אויך צו אונדז, די מאמינים אין דעם האר יהושע/ישוע המשיח, ווער בין איך, וואס זאל קענען פארווערן ה׳?
18 Hearing this, they quieted down and praised our Father, saying, "So our Father has granted repentance that leads to life even to the Gentiles." און הערנדיק דאס, זענען זיי שטיל געווארן און האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: באמת, ה׳ האט אויך צו אומות (העולם) געגעבן די תשובה צום לעבן.
19 Those scattered by the persecution over Stephen traveled as far as Phoenicia, Cyprus, and Antioch, speaking the message to no one but Jews. און די, וועלכע זענען צעשפרייט געווארן צוליב דער רדיפה, וואס איז געשען איבער סטעפאנוסן, זענען אוועק ביז פעניציען און קפריסין און אנטיאכיען, נישט רעדנדיק דאס ווארט צו קיינעם אחוץ בלויז צו יידן.
20 But some of them—men from Cyprus and Cyrene—reached Antioch and spoke to Hellenists too, telling the good news about the Lord Jesus. עס זענען אבער געווען אייניקע פון זיי, מענער פון קפריסין און קירניה, וואס, ווען זיי זענען געקומען קיין אנטיאכיען, האבן גערעדט אפילו צו גריכן, אנזאגנדיק די גוטע בשורה פון דעם האר יהושע/ישוע.
21 The hand of our Lord Jesus was with them, and many believed and turned to the Lord. און די האנט פון דעם האר איז געווען מיט זיי, און א גרויסע צאל האבן געגלויבט און זיך געקערט צום האר.
22 The church in Jerusalem heard about this and sent Barnabas to Antioch. און די זאך וועגן זיי איז געהערט געווארן אין די אויערן פון דער קהילה, וועלכע איז געווען אין ירושלים, און זיי האבן ארויסגעשיקט בר‑נבאן קיין אנטיאכיען;
23 Arriving, he saw our Father's grace and rejoiced, urging all to remain devoted to the Lord with firm hearts. וועלכער האט זיך געפריידט, ווען ער איז אהינגעקומען און געזען דעם חסד פון ה׳; און האט אלעמען מזהיר געווען, זיך צו באהעפטן צום האר מיט אן אנטשלאסן הארץ;
24 For he was a good man, full of the Holy Spirit and faith, and a large crowd was added to the Lord. ווייל ער איז געווען אן איש טוב און אנגעפילט מיט דעם רוח הקודש און מיט אמונה; און אן אנגעזעענער המון מענטשן האט זיך אונטערטעניק געמאכט צום האר.
25 So Barnabas went to Tarsus to look for Saul, און ער איז ארויסגעגאנגען קיין טרסוס אויפצוזוכן שאולן;
26 finding him, he brought him to Antioch. For a full year they met with the church and taught a large crowd, and in Antioch the disciples were first called Christians. און געפינענדיק אים, האט ער אים אוועקגעפירט קיין אנטיאכיען. און עס איז געשען, במשך פון א גאנץ יאר האבן זיי זיך פארזאמלט אין דער קהלה און געלערנט א גרויסן עולם מענטשן; און צוערשט אין אנטיאכיען האט מען די תלמידים גערופן משיחיסטים.
27 In these days prophets came down from Jerusalem to Antioch. אין די דאזיקע טעג זענען אראפגעקומען נביאים פון ירושלים קיין אנטיאכיען.
28 One of them, named Agabus, stood up and predicted through the Spirit that a great famine would come over the whole world—it happened in Claudius's days. און איינער פון זיי מיטן נאמען אגאבוס איז אויפגעשטאנען און האט געוויזן דורך דעם רוח הקודש, אז עס וועט זיין א גרויסער הונגער אין דער גאנצער וועלט; וואס איז געקומען אין די טעג פון קלוידיוס.
29 The disciples decided, each according to ability, to send relief to the brothers living in Judea. און די תלמידים האבן באשלאסן, אז יעדער איינער פון זיי, לויט זיינע מעגלעכקייטן, זאל שיקן צו דער אונטערשטיצונג פון די ברידער, וועלכע וואוינען אין יהודה.
30 And they did so, sending it to the elders through Barnabas and Saul. דאס האבן זיי אויך געטאן, שיקנדיק עס צו די זקנים דורך דער האנט פון בר‑נבא און שאול.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]