Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 12 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 About that time King Herod attacked some who belonged to the church, intending to harm them. און ארום יענער צייט האט דער קעניג הורדוס אויסגעשטרעקט די הענט צו פייניקן אייניקע פון דער קהלה.
2 He had James, the brother of John, put to death with the sword. און האט געטייט יעקבן, יוחננס ברודער, מיט דער שווערד.
3 Seeing that this pleased the Jews, Herod proceeded to seize Peter too, during the days of Unleavened Bread. און זעענדיק, אז עס איז געפעלן די יידן, האט ער געמערט צו ארעסטירן פעטרוסן אויך. און עס זענען (דעמאלט) געווען די טעג פונם חג המצות.
4 He arrested him, put him in prison, and handed him to four squads of four soldiers to guard, intending to bring him out to the people after the Passover. און נעמענדיק אים געפאנגען, האט ער אים איינגעזעצט אין תפיסה, איבערגעבנדיק אים צו פיר אפטיילונגען זעלנער, יעדע פון פיר מאן, צו היטן, האבנדיק בדעה נאך פסח אים ארויסצופירן פארן פאלק.
5 Peter was kept in prison, but the church prayed fervently to our Father for him. פעטרוס איז דעריבער באוואכט געווארן אין דעם געפענקעניש, און די קהלה האט זייער ערנסט מתפלל געווען פאר אים צו ה׳.
6 That night, before Herod could bring him out, Peter slept between two soldiers, bound with two chains; guards before the door kept watch over the prison. און ווען הורדוס האט אים שוין געזאלט ארויספירן, איז פעטרוס יענע נאכט געשלאפן צווישן צוויי זעלנער, מיט צוויי קייטן געבונדן; און לייט אויף דער וואך ביי דער טיר האבן געהיטן די תפיסה.
7 Suddenly an angel of our Father stood beside him, and light filled the cell. He struck Peter's side, woke him, and said, "Get up quickly." The chains fell from his hands. און זע, א מלאך פונם האר איז געקומען, און א ליכט האט אויפגעלויכטן אין דער קאמער; און ער האט א קלאפ געטאן פעטרוסן אויף דער זייט און אים אויפגעוועקט, און געזאגט: שטיי אויף געשווינד. און די קייטן זענען אים אראפגעפאלן פון די הענט.
8 The angel told him, "Get dressed and put on your sandals." Peter complied. Then he said, "Wrap your cloak around you and follow me." און דער מלאך האט צו אים געזאגט: גארטל דיך אונטער און טו אָן דיינע שיך. און ער האט אזוי געטאן. און ער האט צו אים געזאגט: היל דיך איין אין דיין מלבוש און פאלג מיר נאך.
9 So Peter went out and followed, not knowing the angel's actions were real—he thought he saw a vision. און ער איז ארויסגעגאנגען און האט נאכגעפאלגט; און נישט געוואוסט, אז עס איז אמת, וואס איז געשען דורך דעם מלאך, נאר האט געמיינט, ער זעט א חזיון.
10 Passing the first and second guard posts, they reached the iron gate to the city, which opened for them on its own. They went out, walked one street, and the angel suddenly left him. און ווען זיי זענען דורכגעגאנגען די ערשטע וואך און די צווייטע, זענען זיי געקומען צו דעם אייזערנעם טויער, וואס פירט אין דער שטאט אריין; פון זיך אליין האט עס זיך אויפגעמאכט פאר זיי; און זיי זענען ארויסגעגאנגען אינדרויסן און זענען דורכגעגאנגען איין גאס; און פלוצלונג האט זיך דער מלאך אפגעשיידט פון אים.
11 Then Peter came to himself and said, "Now I know for certain: our Father sent his angel and rescued me from Herod's hand and from everything the Jewish people expected." און קומענדיק צו זיך, האט פעטרוס געזאגט: איצט ווייס איך באמת, אז דער האר האט ארויסגעשיקט זיין מלאך און מיך מציל געווען פון דער האנט פון הורדוס און דעם גאנצן פלאן פון יידישן פאלק.
12 Aware of this, he went to Mary's house, mother of John also called Mark, where many were gathered praying. און ער האט זיך מישב געווען, און איז אוועק צום הויז פון מרים, די מוטער פון יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס, וואו א סך זענען געווען פארזאמלט און האבן תפילה געטאן.
13 When Peter knocked at the door of the gateway, a servant girl named Rhoda came to answer. און ווען ער האט אנגעקלאפט אין דער טיר פונם טויער, איז א דינסטמיידל—זי האט געהייסן ראדא—ארויסגעקומען הערן.
14 Recognizing Peter's voice, she was so overjoyed she ran in without opening the gate, announcing Peter stood there. און דערקענענדיק פעטרוסנס קול, האט זי אויס פרייד אים נישט אויפגעמאכט דאס טויער, נאר איז אריינגעלאפן און האט דערציילט, אז פעטרוס שטייט ביים טויער.
15 "You're out of your mind," they said. But she insisted it was true. So they said, "It's his angel." זיי אבער האבן צו איר געזאגט: דו ביסט משוגע. און זי האט זיך געהאלטן ביי אירס, אז עס איז אזוי (ווי זי האט געזאגט). האבן זיי געזאגט: עס איז זיין מלאך.
16 But Peter kept on knocking, and when they opened the door and saw him, they were astonished. פעטרוס אבער האט געהאלטן אין איין קלאפן, און ווען זיי האבן אויפגעעפנט און אים דערזען, זענען זיי דערשטוינט געווארן.
17 Signaling with his hand for quiet, he explained how our Father had led him out of prison. "Tell James and the brothers and sisters this," he said, then left for another place. און ער האט זיי געגעבן א צייכן מיט דער האנט, זיי זאלן שווייגן, און זיי דערציילט, וויאזוי דער האר האט אים ארויסגעפירט פון תפיסה. און האט געזאגט: זאגט עס יעקבן און די ברידער. און ארויסגייענדיק, איז ער אוועק אויף אן אנדער ארט.
18 When morning came, there was no small commotion among the soldiers over what had become of Peter. ווען אבער עס איז געווארן טאג, איז געווארן נישט קיין קליינע בהלה צווישן די זעלנער, וואס האט עס געקענט געשען מיט פעטרוסן?
19 Herod, after searching for him and not finding him, questioned the guards and ordered them executed. Then he went down from Judea to Caesarea and stayed there. הורדוס אבער, זוכנדיק אים און נישט געפינענדיק, האט אויסגעפארשט די שומרים, און געגעבן א באפעל, מען זאל זיי אוועקפירן געטייט צו ווערן. און איז אראפגעגאנגען פון יהודה קיין קיסריה און האט זיך דארט אויפגעהאלטן.
20 Herod was enraged at Tyre and Sidon. Together they came to him, and having won over Blastus, the king's chamberlain, they requested peace, since their land depended on the king's land for food. און ער איז געווען שרעקלעך אויפגעבראכט אויף די לייט פון צור און צידון, און אלע צוזאמען זענען געקומען צו אים, און נאך דעם ווי זיי האבן איבערגערעדט בלאסטוס, דעם שר איבער דעם מלכס שלאפצימער, האבן זיי געבעטן צו מאכן שלום, צוליב דעם וואס זייער לאנד איז גענערט געווארן פון דעם קעניגס לאנד.
21 On the set day Herod dressed in royal robes, sat on the throne, and made a speech to them. און אין א פעסטגעזעצטן טאג האט הורדוס, געקליידט אין קעניגלעכע מלבושים, זיך אנידערגעזעצט אויפן טראן און געהאלטן א רעדע פאר זיי.
22 And the crowd kept shouting, "This is the voice of a god, not of a man!" און דאס פאלק האט געשריגן: עס איז דאס קול פון א ג-ט און נישט פון קיין מענטשן!
23 Instantly an angel of our Father struck him down for not giving our Father the glory, and worms ate him and he died. און פלוצלונג האט א מלאך פון דעם האר אים א שלאג געטאן, דערפאר וואס ער האט נישט אפגעגעבן דעם כבוד צו ה׳; און ווערנדיק אויפגעפרעסן פון ווערעם, איז ער אויסגעגאנגען.
24 But the word of our Father continued to grow and spread. ה׳ס ווארט אבער איז געוואקסן און זיך פארמערט.
25 Barnabas and Saul returned from Jerusalem, having finished their mission, taking with them John, also called Mark. און בר‑נבא און שאול האבן זיך אומגעקערט פון ירושלים, האבנדיק דערפילט זייער שליחות, און מיטנעמענדיק דעם יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]