Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 13 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 In the Antioch church were prophets and teachers: Barnabas, Simeon called Niger, Lucius of Cyrene, Manaen (a lifelong companion of Herod the tetrarch), and Saul. און עס זענען געווען אין אנטיאכיען, אין דער דארטיקער קהילה, נביאים און מלמדים, בר‑נבא און שמעון, וואס האט געהייסן ניגער, און לוקיוס דער פון קירניה און מנחם, וועלכער איז דערצויגן געווארן צוזאמען מיט הורדוסן דעם טעטרארך, און שאול.
2 While they worshiped our Lord Jesus and fasted, the Holy Spirit said, "Set apart for me Barnabas and Saul, for the work I've called them to." און בשעת זיי האבן געדינט ה׳ און געפאסט, האט דער רוח הקודש געזאגט: שיידט מיר אפ בר‑נבאן און שאולן צו דער ארבעט, צו וועלכער איך האב זיי גערופן.
3 Then, after fasting and praying, they laid their hands on them and sent them off. דעמאלט, נאכן תענית און תפילה טאן, האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי אוועקגעשיקט.
4 Sent by the Holy Spirit, they went down to Seleucia, then sailed to Cyprus. און ווערנדיק ארויסגעשיקט דורך דעם רוח הקודש, זענען זיי אראפגעגאנגען קיין סעלעאוציען, און פון דארטן האבן זיי זיך אוועקגעשיפט קיין קפריסין.
5 Arriving at Salamis, they proclaimed our Father's word in the Jewish synagogues. They had John as their helper. און ווען זיי זענען אנגעקומען קיין סאלאמיס, האבן זיי אנגעזאגט ה׳ס ווארט אין די יידישע שולן; און האבן אויך געהאט יוחנן אלס משרת.
6 Having crossed the whole island to Paphos, they found a Jewish sorcerer and false prophet named Bar-Jesus, און ווען זיי זענען דורכגעגאנגען די גאנצע אינדזל ביז פאפוס, האבן זיי געפונען א געוויסן מאן, א כישוף מאכער, א ייד, א פאלשער נביא, מיטן נאמען בר‑ישוע,
7 who was with the proconsul, Sergius Paulus, an intelligent man. He summoned Barnabas and Saul, wanting to hear our Father's word. וועלכער איז געווען ביי דעם פראקאנסול סערגיוס פוילוס, אן אינטעליגענט מאן. דער דאזיקער האט גערופן צו זיך בר‑נבאן און שאולן און פארלאנגט צו הערן ה׳ס ווארט.
8 Elymas the magician—that's his name's meaning—opposed them, trying to turn the proconsul from the faith. נאר עלימאס, דער כישוף מאכער (ווארום דאס איז די אראביש גריכישע באטייטונג פון זיין נאמען), האט זיך זיי אקייגנגעשטעלט, זוכנדיק אוועקצוקערן דעם פראקאנסול פון דער אמונה.
9 But Saul, who was also called Paul, filled with the Holy Spirit, looked intently at him, שאול אבער, וועלכער הייסט אויך פוילוס, אנגעפילט מיט דעם רוח הקודש, האט שארף געקוקט אויף אים,
10 and said, "You son of the devil, enemy of all righteousness, full of every deceit and trickery—will you never stop twisting our Father's straight paths? און געזאגט: דו, וועלכער ביסט פול מיט יעדער כיטרעקייט און נידערטרעכטיקייט, דו זון פון דעם טייוול, שונא פון יעדער גערעכטיקייט, צי וועסטו נישט אויפהערן צו פארקרימען די רעכטע וועגן פון דעם האר (ה׳)?
11 Now look: the hand of our Father is on you. You will be blind, unable to see the sun, for a time." Immediately mist and darkness fell on him; he felt his way around, seeking someone to lead him by the hand. און איצט אָט זע, די האנט פון דעם האר איז אויף דיר, און דו וועסט זיין בלינד, וועסט נישט זען די זון ביז אויף א צייט. און אין אן אויגנבליק איז אויף אים געפאלן א טונקלקייט און א פינצטערניש, און ער איז ארומגעגאנגען און האט געזוכט (אזעלכע, וואס) זאלן אים פירן ביי דער האנט.
12 Seeing what happened, the proconsul believed, amazed at the teaching of our Lord Jesus. און דעמאלט, ווי דער פראקאנסול האט געזען וואס איז פארגעקומען, האט ער געגלויבט, שטוינענדיק איבער דער לערנונג פון דעם האר.
13 Paul and his companions sailed from Paphos to Perga in Pamphylia, but John left them and returned to Jerusalem. און פוילוס און זיינע באגלייטער האבן זיך אוועקגעשיפט פון פאפוס און זענען געקומען קיין פערגא אין פאמפיליען, און יוחנן האט זיך אפגעטיילט פון זיי און אומגעקערט קיין ירושלים.
14 From Perga they went on to Antioch in Pisidia. On the Sabbath they entered the synagogue and sat down. זיי אבער זענען ווייטער געגאנגען פון פערגא, און זענען געקומען קיין אנטיאכיען אין (לאנד) פיסידיען; און שבת זענען זיי אריינגעגאנגען אין דער שול און האבן זיך אנידערגעזעצט.
15 After the reading of the Law and the Prophets, the synagogue leaders sent word: "Brothers, if you have a word of encouragement for the people, speak." און נאכן לייענען די תורה און די נביאים, האבן די גבאים פון דער שול געשיקט צו זיי, אזוי צו זאגן: ברידער, אויב איר האט עפעס א ווארט פון מוסר פאר דעם עולם, זאגטס.
16 Paul stood, waved his hand, and said, "Men of Israel, and you who fear our Father, listen. און פוילוס האט זיך אויפגעשטעלט און געמאכט א צייכן מיט דער האנט, און געזאגט: אנשי ישראל, און איר, וואס האבן מורא פאר ה׳, הערט!
17 Our Father, the Father of this people Israel, chose our ancestors, made them great during their stay in the land of Egypt, and led them out with a raised arm. דער ג‑ט פון דעם דאזיקן פאלק ישראל האט אויסדערוויילט אונדזערע אבות און דאס פאלק דערהייבט בשעת זיי האבן זיך אויפגעהאלטן אינם לאנד מצרים, און מיט א הויכן ארעם זיי ארויסגעפירט פון דארטן.
18 And for about forty years he put up with them in the wilderness. און כמעט פערציק יאר לאנג האט ער זיי געטראגן אין דער מדבר.
19 After destroying seven nations in Canaan, he gave them their land as an inheritance. און פארטיליקנדיק זיבן פעלקער אינם לאנד כנען, האט ער זיי געמאכט ירשענען דאס לאנד זייערס, אן ערך פיר הונדערט און פיפציק יאר לאנג.
20 This took about 450 years. Then he gave them judges until Samuel the prophet. און דערנאך זיי געגעבן שופטים ביז שמואל הנביא.
21 Then they asked for a king, and our Father gave them Saul son of Kish, a man from Benjamin's tribe, for forty years. און פון דעמאלט אָן האבן זיי פארלאנגט א מלך, און ה׳ האט זיי געגעבן שאולן, דעם זון פון קיש, א מאן פון דעם שבט בנימין, במשך פון פערציק יאר.
22 After removing him, he raised up David as their king, testifying: 'I have found David son of Jesse, a man after my heart, who will do everything I want.' און ווען ער האט אים אראפגעזעצט, האט ער זיי אויפגעשטעלט דודן פאר א מלך, וועגן וועמען ער האט עדות געזאגט: איך האב געפונען דודן, דעם בן ישי, א מאן נאך מיין הארץ, וועלכער וועט טאן יעדן רצון מיינעם.
23 From this man's offspring our Father has brought to Israel a Savior, Jesus, just as he promised. פון דעם דאזיקנס זאמען, לויט א הבטחה, האט ה׳ געברענגט צו ישראל א גואל—יהושע/ישוע (ישעיהו יא, א; זכריה ו, יא-יב; עזרא ג, ב.),
24 Before his coming, John had proclaimed a baptism of repentance to all the people of Israel. וואס פאר זיין קומען האט יוחנן אויסגערופן א מקווה פון תשובה צום גאנצן פאלק ישראל.
25 As John was completing his course, he said, 'What do you think I am? I am not he. But look, one is coming after me—I'm not worthy to untie the sandals on his feet.' און ווען יוחנן האט געהאלטן ביים ענדיקן זיין לויף, האט ער געזאגט: וואס איר מיינט איך בין, דאס בין איך נישט; נאר זע, עס קומט נאך מיר דער, וועמען איך בין נישט ווערט אויפצובינדן די שיך פון זיינע פיס.
26 "Brothers, sons of Abraham's family, and those among you who fear our Father: this salvation message was sent to us. ברידער, קינדער פון אברהמס שטאם און די, צווישן אייך, וואס האבן מורא פאר ה׳, צו אונדז איז דאס ווארט פון דער דאזיקער ישועה געשיקט געווארן.
27 Jerusalem's people and their leaders didn't recognize him or grasp the prophets' words read each Sabbath—condemning him, they fulfilled those very words. ווארום די איינוואוינער פון ירושלים און זייערע שרים, פארמשפטנדיק אים, וועמען זיי האבן נישט דערקענט, האבן דערפילט די רייד פון די נביאים, וואס ווערן געלייענט יעדן שבת.
28 Though they found no cause for his death, they asked Pilate to have him executed. און הגם זיי האבן נישט געפונען קיין טויטשולד אין אים, האבן זיי דאך פארלאנגט פון פילאטוסן, אז ער זאל אומגעברענגט ווערן.
29 After they finished everything written about him, they took him down from the tree and laid him in a tomb. און ווען זיי האבן אויסגעפירט אלץ, וואס שטייט געשריבן וועגן אים, האבן זיי אים אראפגענומען פון דעם בוים און אים אריינגעלייגט אין א קבר.
30 But our Father raised him from the dead, ה׳ אבער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע;
31 for many days he appeared to those who came up with him from Galilee to Jerusalem, now his witnesses to the people. און ער האט זיך באוויזן במשך פון א סך טעג צו די, וואס זענען ארויפגעגאנגען צוזאמען מיט אים פון גליל קיין ירושלים, און זיי זענען איצט זיינע עדות צום פאלק.
32 And we bring you the good news that what our Father promised to our ancestors. און מיר זאגן אייך אָן די גוטע בשורה, אז די הבטחה, וואס איז געגעבן געווארן צו די אבות,
33 He has fulfilled this for us, their children, by raising Jesus, as is also written in Psalm 2: 'You are my Son; today I have fathered you.' די דאזיקע (הבטחה) האט ה׳ מקיים געווען צו אונדז, זייערע קינדער, דערמיט וואס ער האט אויפגעוועקט יהושען/ישוען, ווי עס שטייט אויך געשריבן אין דעם צווייטן (קאפיטל) תהלים: דו ביסט מיין זון, איך האב דיך היינט געבוירן.
34 And as for the fact that he raised him from the dead, never to decay again, he said, 'I will give you the holy and sure blessings promised to David.' און אז ער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע, כדי ער זאל זיך מער נישט אומקערן צו פארדארבונג, האט ער אזוי געזאגט: איך וועל אייך געבן די הייליקע און באגלויבטע חסדים פון דוד. (ישעיהו נה, ג.)
35 Therefore he also says in another psalm: 'You will not let your Holy One see decay.' דערפאר זאגט ער אויך אויף אן אנדער שטעלע: דו וועסט נישט געבן דיין חסיד צו זען פארדארבונג. (תהלים טז, י.)
36 For David, after serving our Father's purpose in his own generation, fell asleep, was laid with his ancestors, and saw decay, ווארום דוד, נאך דעם ווי ער האט געדינט זיין דור לויט ה׳ס עצה, איז איינגעשלאפן, און איז געלייגט געווארן צו זיינע אבות און האט געזען פארדארבונג;
37 but he whom our Father raised up did not see decay. ער אבער, וועמען ה׳ האט אויפגעוועקט, האט נישט געזען קיין פארדארבונג.
38 So know this, brothers—through this man forgiveness of sins is proclaimed to you, דעריבער זאלט איר וויסן זיין, ברידער, אז דורך דעם דאזיקן ווערט אייך אנגעזאגט די פארגעבונג פון זינד;
39 through him, everyone who believes is freed from everything the law of Moses could not free you from. און יעדער, וואס גלויבט אין אים, ווערט גערעכטפערטיקט פון אלעם, פון וואס איר האט נישט געקענט גערעכטפערטיקט ווערן דורך תורת משה.
40 Be careful, then, that what is said in the Prophets does not happen to you: גיט זשע אכטונג, אז עס זאל נישט קומען אויף אייך דאס, וואס איז געזאגט געווארן און די נביאים:
41 'Look, you scoffers, be astonished and perish; for I am doing a work in your days, a work that you will never believe, even if someone tells it to you.'" זעט, איר פאראכטער, און וואונדערט זיך און פארגייט, ווייל איך טו א ווערק אין אייערע טעג, א ווערק, וואס איר וועט נישט גלויבן, ווען עמיצער וועט עס אייך דערציילן. (חבקוק א, ה.)
42 As Paul and Barnabas left, the people urged them to speak again about these things next Sabbath. און בשעת זיי זענען ארויסגעגאנגען (פון שול), האט מען זיי געבעטן, אז דעם קומענדיקן שבת זאלן די זעלביקע רייד גערעדט ווערן צו זיי.
43 When the synagogue meeting ended, many Jews and devout converts to Judaism followed Paul and Barnabas, who spoke with them and urged them to continue in the grace of our Father. און ווען קהל איז זיך צעגאנגען, האבן א סך פון די יידן און פון די פרומע גרים נאכגעפאלגט פוילוסן און בר‑נבאן, וועלכע האבן גערעדט צו זיי און זיי מזהיר געווען צו פארבלייבן אין דעם חסד פון ה׳.
44 The next Sabbath almost the whole city gathered to hear the word of our Lord Jesus. און דעם פאלגענדיקן שבת איז כמעט די גאנצע שטאט זיך צוזאמענגעקומען, צו הערן ה׳ס ווארט.
45 When the Jews saw the crowds, jealousy filled them, and they contradicted Paul's words, insulting him. און ווי די (אומגלויביקע) יידן האבן געזען די מאסן מענטשן, זענען זיי פול געווארן מיט קנאה און האבן אקייגנגערעדט דעם, וואס פוילוס האט געזאגט, און האבן געלעסטערט.
46 Paul and Barnabas spoke boldly: "The word of our Father had to be spoken to you first. Since you reject it, judging yourselves unworthy of eternal life, look—we turn to the Gentiles." און רעדנדיק אפן מיט דרייסטקייט, האבן פוילוס און בר‑נבא געזאגט: עס איז געווען נויטיק, אז צו אייך זאל קודם כל גערעדט ווערן ה׳ס ווארט; נאר ווייל איר פארשטויסט עס און האלט זיך נישט פאר ראוי אויף דעם אייביקן לעבן, זע, ווענדן מיר זיך צו די אומות (העולם).
47 For our Father has commanded us: "I have made you a light to the nations, to bring salvation to the ends of the earth." ווארום אזוי האט אונדז דער האר באפוילן: איך האב דיך געזעצט פאר א ליכט צו די פעלקער, אז דו זאלסט זיין א ישועה ביז צום סוף פון דער ערד. (ישעיהו מט, ו.)
48 Hearing this, the Gentiles rejoiced and glorified the word of our Lord Jesus; all appointed to eternal life believed. און ווי די אומות (העולם) האבן דאס געהערט, האבן זיי זיך געפריידט און ערלעך געהאלטן דאס ווארט פון דעם האר; און וויפל עס זענען געווען באשטימט צום אייביקן לעבן אזויפיל האבן געגלויבט.
49 And the word of our Lord Jesus spread throughout the whole region. און דאס ווארט פון דעם האר האט זיך פאנאנדערגעטראגן איבערן גאנצן לאנד.
50 But the Jews stirred up the devout, prominent women and the city's leading men, roused persecution against Paul and Barnabas, and expelled them from their region. די יידן אבער האבן אונטערגעהעצט די פרומע און אנגעזענע פרויען און די פארנעמע לייט פון דער שטאט, און האבן אויפגעוועקט א רדיפה אויף פוילוסן און בר‑נבאן, און זיי ארויסגעטריבן פון זייערע גרענעצן.
51 So they shook the dust off their feet against them and went to Iconium. און זיי האבן אפגעשאקלט דעם שטויב פון זייערע פיס קעגן זיי, און זענען אוועק קיין איקאניען.
52 And the disciples were filled with joy and with the Holy Spirit. און די תלמידים זענען געווארן פול מיט פרייד און מיט דעם רוח הקודש.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]