Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 14 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 In Iconium they entered the Jewish synagogue together and spoke so that a great number of both Jews and Greeks believed. און דאס זעלביקע איז געשען אין איקאניען. זיי זענען אריינגעגאנגען אין דער יידישער שול און האבן אזוי גערעדט, אז עס האט געגלויבט פון יידן און גריכן א גרויסער המון.
2 But the Jews who refused to believe stirred up and poisoned Gentile minds against the brothers. די אומגלויביקע יידן אבער האבן אויפגעהעצט און פארביטערט די זעלן פון די אומות (העולם) קעגן די ברידער.
3 They stayed a long time, speaking boldly for the Lord, who confirmed his message of grace, doing signs and wonders through their hands. דעריבער האבן זיי דארטן פארברענגט א לענגערע צייט, רעדנדיק מיט דרייסטקייט פון דעם האר, וועלכער האט מעיד געווען אויף דעם ווארט פון זיין חסד, געבנדיק, אז עס זאלן געשען אותות און מופתים דורך זייערע הענט.
4 But the city split: some sided with the Jews, some with the apostles. און די מאסע פון דער שטאט האט זיך געשפאלטן, א טייל זענען געווען מיט די יידן, און א טייל מיט די שליחים.
5 When both the Gentiles and the Jews, together with their rulers, moved to mistreat and stone them, און ווי עס איז געמאכט געווארן א פיינטלעכער פארזוך מצד די אומות (העולם) און די יידן, מיט זייערע ראשים, זיי צו טאן שלעכטס און צו שטייניקן,
6 realizing this, they fled to the Lycaonian cities of Lystra and Derbe, and the surrounding region, האבן זיי זיך דערפון דערוואוסט, און זענען אנטלאפן אין די שטעט אריין פון ליקאאניען, ליסטרא און דערבע און דער געגנט ארום;
7 and there they kept preaching the gospel. און האבן דארטן אנגעזאגט די גוטע בשורה.
8 A man sat in Lystra, feet disabled, lame from birth, who had never walked. און אין ליסטרא פלעגט זיצן א מאן, וואס איז געווען שוואך אויף די פיס, לאם פון זיין מוטערס לייב, וועלכער איז קיינמאל נישט ארומגעגאנגען.
9 He was listening to Paul speak. Paul stared at him and saw he had faith to be healed, דער דאזיקער האט זיך צו געהערט צו פוילוסן רעדן, וואס, ווען קוקנדיק אויף אים און זעענדיק, אז ער האט אמונה גענעזן צו ווערן,
10 said in a loud voice, "Stand upright on your feet." The man leaped up and began walking. האט געזאגט מיט א הויך קול: שטעל דיך גלייך אויף דיינע פיס! און ער האט א שפרונג געטאן און איז ארומגעגאנגען.
11 When the crowds saw what Paul did, they shouted in Lycaonian, "The gods have come down to us in human form!" און די המונים, זעענדיק וואס פוילוס האט געטאן, האבן אויפגעהויבן זייער קול אויף דעם ליקאאנישן לשון, אזוי צו זאגן: די ג‑טער אין געשטאלט פון מענטשן האבן אראפגענידערט צו אונדז.
12 Barnabas they called Zeus, and Paul they called Hermes, because he was the chief speaker. און האבן גערופן בר‑נבאן צעאוס (יופיטער) און פוילוסן הערמעס (מערקוריוס), ווייל ער איז געווען דער הויפט רעדנער.
13 The priest of Zeus, whose temple stood before the city, brought bulls and garlands to the gates, wanting to sacrifice with the crowds. און דער פריסטער פון צעאוס, וועמעס (טעמפל) איז געווען אויסער דער שטאט, האט געברענגט צו פירן אקסן און גירלאנדן צו די טויערן, און געוואלט מקריב זיין מיט די מאסן.
14 But hearing this, the apostles Barnabas and Paul tore their clothes and ran into the crowd, shouting, הערנדיק אבער דערפון, האבן די שליחים, פוילוס און בר‑נבא, צעריסן זייערע קליידער און זענען ארויסגעלאפן צווישן דעם המון מענטשן, שרייענדיק און זאגנדיק:
15 and saying, "Men, why are you doing this? We are humans too, with the same nature as you. We bring you good news: turn from these worthless things to the living Father, who made the heaven, the earth, the sea, and everything in them. מענער, פארוואס טוט איר דאס? אויך מיר זענען מענטשן מיט געפילן ענלעך צו אייך, און זאגן אייך אָן א בשורה טובה, זיך אפצוקערן פון די דאזיקע נישטיקייטן צום לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער האט באשאפן הימל און ערד און דעם ים און אלץ, וואס (געפינט זיך) אין זיי;
16 In past generations he let all the nations go their own way, וועלכער האט אין פארגאנגענע דורות געלאזט אלע פעלקער גיין אין זייערע אייגענע דרכים.
17 yet he did not leave himself without witness: doing good, giving you rains from heaven and fruitful seasons, filling your hearts with food and joy." און דאך האט ער זיך נישט איבערגעלאזט אָן אן עדות, מחמת ער האט געטאן גוטס, געבנדיק אייך רעגן פון הימל און פרוכטבארע צייטן, און אנגעפילט אייערע הערצער מיט שפייז און מיט שמחה.
18 Even with these words they barely restrained the crowds from sacrificing to them. און דאס זאגנדיק, האבן זיי קוים איינגעהאלטן די מאסן מענטשן, נישט מקריב צו זיין צו זיי.
19 But Jews from Antioch and Iconium came, won over the crowds, stoned Paul, and dragged him out of the city, thinking him dead. עס זענען אבער געקומען יידן פון אנטיאכיען און איקאניען און איבעררעדנדיק די מאסן און שטייניקנדיק פוילוסן, האבן זיי אים ארויסגעשלעפט אויסער דער שטאט, מיינענדיק, אז ער איז טויט.
20 When the disciples surrounded him, he got up and went into the city. The next day he left for Derbe with Barnabas. ווען אבער די תלמידים האבן זיך ארומגעשטעלט ארום אים, האט ער זיך אויפגעהויבן און איז אריינגעגאנגען אין דער שטאט אריין; און אויף צומארגנס איז ער ארויס צוזאמען מיט בר‑נבאן קיין דערבע.
21 After preaching the good news in that city and making many disciples, they returned to Lystra, Iconium, and Antioch, און האבן אנגעזאגט די גוטע בשורה אין יענער שטאט, און געוואונען אן אנגעזענע צאל תלמידים, און זיך אומגעקערט קיין ליסטרא און קיין איקאניען און קיין אנטיאכיען,
22 strengthening the disciples' souls, urging them to remain in the faith: we must enter our Father's kingdom through many troubles. שטארקענדיק די זעלן פון די תלמידים, און מזהיר זייענדיק זיי צו בלייבן אין דער אמונה, און אז דורך פיל צרות מוזן מיר אריינקומען אין דעם מלכות פון ה׳.
23 After appointing elders for them in each church, praying with fasting, they entrusted them to the Lord they had believed in. און אויסדערוויילנדיק פאר זיי זקנים אין יעדער קהילה, און תפילה טוענדיק מיט פאסטן, האבן זיי זיי איבערגעלאזט אויף דעם באראט פון דעם האר, אין וועמען זיי האבן געגלויבט.
24 Then they passed through Pisidia and came to Pamphylia. און זענען דורכגעגאנגען פיסידיען, און זענען געקומען קיין פאמפיליען.
25 And when they had spoken the word in Perga, they went down to Attalia, און האבן גערעדט דאס ווארט אין פערגא, און זענען אראפ קיין אטאליא;
26 from there they sailed to Antioch, where they'd been entrusted to our Father's grace for the work they had finished. און פון דארטן זיך אוועקגעשיפט קיין אנטיאכיען, פונוואנען זיי זענען איבערגעגעבן געווארן צו ה׳ס חסד צו (טאן) די ארבעט, וואס זיי האבן דערפילט.
27 When they arrived, they gathered the church and reported all our Father had done with them, and how he opened a door of faith to the Gentiles. און אנקומענדיק אהין, האבן זיי צוזאמענגעברענגט די קהלה, און דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט מיט זיי געטאן, און אז ער האט אויפגעעפנט פאר די אומות (העולם) א טיר פון אמונה.
28 And they stayed there with the disciples for a long time. און האבן פארברענגט נישט קיין קליינע צייט צוזאמען מיט די תלמידים.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]