Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 15 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Some men came down from Judea and taught the brothers, "Unless you are circumcised by Moses' custom, you cannot be saved." און אייניקע זענען אראפגעקומען פון (דעם לאנד) יהודה און האבן געלערנט די ברידער (אזוי צו זאגן): אויב איר וועט זיך נישט לאזן מל זיין כדת משה, קענט איר נישט געראטעוועט ווערן.
2 When Paul and Barnabas had fierce dispute and debate with them, the brothers appointed Paul, Barnabas, and some others of them to go up to the apostles and elders in Jerusalem about this question. און ווען עס איז געווארן א מהומה און נישט קיין קליינע מחלוקה צווישן פוילוסן און בר‑נבאן מיט זיי, האט מען באשלאסן, אז פוילוס און בר‑נבא און אייניקע אנדערע פון זיי זאלן ארויפגיין קיין ירושלים צו די שליחים און זקנים וועגן דער דאזיקער שאלה.
3 Sent on by the church, they traveled through Phoenicia and Samaria, recounting the Gentiles' conversion, bringing great joy to all the brothers. און ווערנדיק באגלייט פון דער קהלה, זענען זיי דורכגעגאנגען פעניציען און שומרון, און האבן דערציילט וועגן דער באקערונג (צו ה׳) פון די אומות (העולם), און פארשאפט א גרויסע פרייד צו אלע ברידער.
4 Arriving in Jerusalem, the church, apostles, and elders welcomed them, and they reported all our Father had done with them. אנקומענדיק אבער קיין ירושלים, זענען זיי אויפגענומען געווארן פון דער קהלה און די שליחים און די זקנים, און האבן דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט מיט זיי געטאן.
5 But some believers from the Pharisee party stood up and said, "They must be circumcised and ordered to keep the law of Moses." נאר עס זענען אויפגעשטאנען אייניקע מאמינים פון דער כיתה פון די פרושים, וועלכע האבן געזאגט: מען מוז זיי (די אומות (העולם)) מל זיין, און אנזאגן אפצוהיטן תורת משה (די תרי״ג מצוות).
6 Then the apostles and the elders gathered together to look into this matter. און די שליחים און די זקנים זענען זיך צוזאמענגעקומען, אריינצוקוקן אין דעם דאזיקן ענין.
7 After much debate, Peter stood and said, "Brothers, you know that in the early days our Father chose among you that the Gentiles would hear the gospel message through me and believe. און ווען עס איז געווארן א גרויסע מחלוקה, האט פעטרוס זיך אויפגעשטעלט און געזאגט צו זיי: ברידער, איר ווייסט, אז פון די פריעסטע טעג אָן האט ה׳ (מיך) אויסדערוויילט צווישן אייך, כדי דורך מיין מויל זאלן די אומות (העולם) הערן דאס ווארט פון דער בשורה טובה און זאלן גלויבן.
8 And our Father, who knows the heart, testified by giving them the Holy Spirit, just as he did to us. און ה׳, וועלכער קען די הערצער, האט מעיד געווען צו זיי, געבנדיק זיי דעם רוח הקודש פונקט אזוי ווי אויך אונדז;
9 He drew no line between us and them, cleansing their hearts by faith. און נישט געמאכט קיין חילוק צווישן אונדז און זיי, רייניקנדיק זייערע הערצער דורך דער אמונה.
10 So why test our Father by putting a yoke on the disciples' neck that neither our ancestors nor we could bear? פארוואס זשע פרואווט איר איצט אויס ה׳, מיטן ארויפלייגן אויף דעם האלדז פון די תלמידים אן עול, וואס נישט אונדזערע עלטערן, נישט מיר אליין האבן געקענט דערטראגן?
11 But we believe we will be saved through the grace of the Lord Jesus, just as they will." ניין, נאר דורך דעם חסד פון דעם האר יהושע/ישוע גלויבן מיר דערלייזט צו ווערן אויף דעם זעלביקן אופן ווי יענע.
12 The whole crowd fell silent, listening to Barnabas and Paul describe the signs and wonders our Father did among the Gentiles through them. און דער גאנצער עולם האט געשוויגן; און זיך צוגעהערט צו בר‑נבאן און פוילוסן, וועלכע האבן דערציילט וואס פאר אותות און מופתים ה׳ האט געטאן צווישן די אומות (העולם) דורך זיי.
13 After they finished speaking, James answered, "Brothers, listen to me. און נאך דעם ווי זיי זענען אנטשוויגן געווארן, האט יעקב געענטפערט, אזוי צו זאגן:
14 Simeon told how our Father first visited the nations, taking from them a people for his name. ברידער, הערט זיך צו צו מיר; שמעון האט (אונדז) דערציילט, וויאזוי ה׳ האט צום ערשט געבליקט, צו נעמען פון צווישן די אומות (העולם) א פאלק צו זיין נאמען.
15 And the words of the prophets agree with this, just as it is written: און צו דעם דאזיקן שטימען איין די ווערטער פון די נביאים, ווי עס שטייט געשריבן:
16 "'After this I will return, and I will rebuild the tent of David that has fallen; I will rebuild its ruins, and I will restore it, נאך דעם וועל איך מיך אומקערן און ווידער אויפבויען דאס איינגעפאלענע געצעלט פון דוד, און די חורבות דערפון וועל איך ווידער אויפבויען און עס ווידער אויפשטעלן גלייך;
17 that the rest of mankind may seek our Father, even all the Gentiles who are called by my name, says our Father, who makes these things, כדי די איבערגעבליבענע מענטשן זאלן זוכן דעם האר, און אלע פעלקער, וואס מיין נאמען ווערט גערופן אויף זיי, זאגט דער האר, וועלכער טוט די דאזיקע זאכן,
18 known from long ago.' וואס זענען באקאנט פון אייביק אָן. (עמוס ט, יא-יב.)
19 So I judge we shouldn't trouble the Gentiles turning to our Father, דערפאר באשליס איך, מען זאל נישט מחמיר זיין אויף די, וואס קערן זיך צו ה׳ פון צווישן די אומות;
20 but write telling them to avoid things polluted by idols, sexual immorality, meat from strangled animals, and blood. נאר צו שרייבן צו זיי, זיך אפצוהאלטן פון טומאה פון די אפג-טער, און פון זנות, און פון (דעם פלייש פון א בהמה) וואס איז דערווארגן געווארן, און פון בלוט.
21 For Moses has been proclaimed in every city for generations, read aloud in synagogues every Sabbath." ווארום משה האט פון לאנגע דורות אָן אין יעדער שטאט די, וואס דרשענען אים, מחמת (זיין תורה) ווערט געלייענט אין די שולן יעדן שבת.
22 The apostles, elders, and whole church decided to choose men from among them and send them to Antioch with Paul and Barnabas: Judas called Barsabbas, and Silas, leaders among the brothers. דעמאלט איז עס וואוילגעפעלן די שליחים און די זקנים מיט דער גאנצער קהלה צו שיקן אויסדערוויילטע מענער פון זייער מיט קיין אנטיאכיען מיט פוילוסן און בר‑נבאן: (נעמלעך,) יהודהן, וואס מען האט אים גערופן בר‑שבא, און סילא, מענער מנהיגים צווישן די ברידער;
23 They sent this letter with them: "The apostles and elders, brothers, to the Gentile brothers in Antioch, Syria, and Cilicia: greetings. שרייבנדיק דורך זייער האנט: די שליחים און די זקנים און ברידער צו די ברידער, וועלכע זענען פון די אומות העולם, און געפינען זיך אין אנטיאכיען און סיריען און קיליקיען, שלום!
24 Since we have heard that some who went out from us troubled you with words, unsettling your hearts, though we gave them no such instructions, אזוי ווי מיר האבן געהערט, אז אייניקע פון אונדז האבן אייך באאומרואיקט מיט ווערטער, וואס פארשאפן אייך עגמת נפש; וועמען מיר האבן עס נישט באפוילן,
25 we unanimously agreed to choose men and send them to you with our beloved Barnabas and Paul. איז עס אונדז וואוילגעפעלן, האבנדיק געקומען צו א הסכם, צו שיקן צו אייך אויסדערוויילטע מענער צוזאמען מיט אונדזערע געליבטע בר‑נבא און פוילוס,
26 Men who have devoted their lives for the name of our Lord Jesus Christ. מענטשן, וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.
27 So we sent Judas and Silas, who will themselves tell you the same things by word of mouth. מיר האבן דעריבער געשיקט יהודהן און סילאן, און זיי וועלן אייך ווארט ווערטלעך דערציילן דאס זעלביקע.
28 The Holy Spirit and we agreed to place no greater burden on you than these necessities: ווארום עס איז וואוילגעפעלן דעם רוח הקודש און אונדז, נישט ארויפצולייגן אויף אייך קיין ווייטערע משא, אחוץ די דאזיקע נויטווענדיקע זאכן;
29 Avoid food offered to idols, blood, meat from strangled animals, and sexual immorality. Keep yourselves from these and you will do well. Farewell." זיך אפצוהאלטן פון קרבנות צו אפג-טער און פון בלוט און (פון פלייש פון בהמות) דערווארגענע און פון זנות, פון וועלכע אויב איר וועט זיך אפהיטן, וועט אייך גיין גוט. שלום צו אייך.
30 So, sent off, they went down to Antioch, gathered the congregation, and delivered the letter. און אזוי זענען זיי אוועקגעשיקט געווארן און זענען אראפ קיין אנטיאכיען, האבן פארזאמלט דעם עדה און איבערגעגעבן דעם בריוו.
31 And when they read it, they rejoiced at the encouragement. און איבערלייענענדיק אים, האבן זיי זיך געפריידט איבער דער נחמה.
32 And Judas and Silas, who were themselves prophets, encouraged and strengthened the brothers with many words. און יהודה און סילא, וועלכע זענען אליין אויך געווען נביאים, האבן געטרייסט די ברידער מיט פיל ווערטער, און זיי געשטארקט.
33 After spending time there, the brothers sent them off in peace to those who sent them. און נאך דעם ווי זיי האבן פארבראכט א געוויסע צייט, זענען זיי אוועקגעלאזט געווארן בשלום פון די ברידער צו די, וואס האבן זיי געשיקט.
34 Not in this edition (סילאן אבער איז עס וואוילגעפעלן, דארטן איבערצובלייבן.)
35 But Paul and Barnabas remained in Antioch, teaching and preaching our Lord's word, with many others too. און פוילוס און בר‑נבא זענען פארבלייבן אין אנטיאכיען, לערנענדיק און אנזאגנדיק מיט נאך א סך אנדערע דאס ווארט פון דעם האר.
36 After some days, Paul told Barnabas, "Let's return and visit the brothers in every city where we announced our Lord's message, and see how they're doing." און אין אייניקע טעג ארום האט פוילוס געזאגט צו בר‑נבאן: לאמיר זיך אומקערן און באזוכן די ברידער אין אלע שטעט, אין וועלכע מיר האבן אנגעזאגט דאס ווארט פון דעם האר, (און זען) ווי עס דערגייט זיי.
37 Now Barnabas wanted to take with them John who was called Mark. בר‑נבא אבער האט געוואלט מיטנעמען אויך דעם יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס.
38 But Paul thought it best not to bring the one who deserted them in Pamphylia and didn't join them for the work. נאר פוילוס האט עס נישט געהאלטן פאר טויגבאר מיטצונעמען דעם, וואס האט זיך אפגעקערט פון זיי פון פאמפיליען, און איז נישט מיטגעגאנגען מיט זיי צו דער ארבעט.
39 Their clash grew so sharp they separated from each other; Barnabas took Mark and sailed to Cyprus, און עס איז געקומען צו א פארביטערונג, אזוי, אז זיי האבן זיך אפגעטיילט איינער פון אנדערן, און בר‑נבא האט גענומען מארקוסן און זיך אוועקגעשיפט קיין קפריסין;
40 but Paul chose Silas and set out, entrusted by the brothers to the grace of our Lord. און פוילוס האט אויסדערוויילט סילאן און איז אוועקגעגאנגען, ווערנדיק איבערגעגעבן פון די ברידער צו דעם חסד פון דעם האר.
41 And he traveled through Syria and Cilicia, strengthening the churches. און איז דורכגעגאנגען סיריען און קיליקיען און האט געשטארקט די קהלות.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]