Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 16 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Paul went on to Derbe and Lystra. A disciple was there named Timothy, son of a believing Jewish woman, but his father was a Greek. און ער איז געקומען אויך קיין דערבע און ליסטרא, און זע, דארטן איז געווען א געוויסער תלמיד, מיטן נאמען טימאטעוס, א זון פון א יידישער גלויביק געווארענער פרוי, זיין פאטער אבער איז געווען א גריך;
2 He was well thought of by the brothers at Lystra and Iconium. און ער האט געהאט א גוטן שם ביי די ברידער אין ליסטרא און איקאניען.
3 Paul wanted him to travel with him, so he took and circumcised him, because of the Jews in those places, for they all knew his father was Greek. אים האט פוילוס געוואלט האבן מיט זיך ארויסצוגיין, אויף דער נסיעה, און האט גענומען און אים מל געווען צוליב די יידן, וואס האבן זיך געפונען אין יענע מקומות; ווארום אלע האבן געוואוסט, אז זיין פאטער איז געווען א גריך.
4 Traveling through the towns, they delivered the decisions the apostles and elders in Jerusalem had made, for them to keep. און ווי זיי זענען געגאנגען איבער די שטעט, האבן זיי איבערגעגעבן צו זיי אפצוהיטן די חוקים, וואס זענען באשלאסן געווארן פון די שליחים און זקנים אין ירושלים.
5 So the churches were strengthened in the faith and grew in numbers daily. און אזוי זענען די קהלות געשטארקט געווארן אין דער אמונה און האבן זיך פארמערט אין צאל פון טאג צו טאג.
6 They crossed the Phrygian and Galatian region, since the Holy Spirit had stopped them from speaking the word in Asia. און זיי זענען דורכגעגאנגען פריגיען און דאס לאנד גאלאטיען, ווייל עס איז זיי פארווערט געווארן פון דעם רוח הקודש צו רעדן דאס ווארט אין אזיען;
7 Reaching Mysia, they tried entering Bithynia, but the Spirit of Jesus wouldn't let them. אנקומענדיק אבער קיין מיסיען, האבן זיי פארזוכט צו רייזן קיין ביטיניען, און דער גייסט פון יהושען/ישוען האט זיי נישט געלאזט;
8 So passing by Mysia, they went down to Troas. זענען זיי, פארבייגייענדיק מיסיען, אראפגעקומען קיין טראאס.
9 Paul saw a vision in the night: a Macedonian man stood pleading with him, "Cross over to Macedonia and help us." און א חזיון האט זיך באוויזן צו פוילוסן ביינאכט: א מאצעדאניער איז געשטאנען און האט אים געבעטן און געזאגט: קום אריבער קיין מאצעדאניען און העלף אונדז.
10 When he had seen the vision, we tried at once to leave for Macedonia, concluding our Father had called us to tell them the good news. און נאך דעם ווי ער האט געזען דעם חזיון, האבן מיר גלייך געזוכט ארויסצוגיין קיין מאצעדאניען, ארויסדרינגענדיק, אז ה׳ האט אונדז גערופן אנצוזאגן צו זיי די גוטע בשורה.
11 So we set sail from Troas and sailed straight to Samothrace, and the next day to Neapolis, מיר האבן דעריבער געזעגלט פון טראאס און זענען געפארן אין א גראדער ריכטונג קיין סאמאטראציען, און דעם אנדערן טאג קיין נעאפאליס;
12 and from there to Philippi, a leading city of that district of Macedonia, a Roman colony. We stayed there several days. און פונדאנען קיין פיליפי, וואס איז די ערשטע שטאט פון דעם טייל מאצעדאניען, א (רוימישע) קאלאניע, און אין דער דאזיקער שטאט האבן מיר פארברענגט אייניקע טעג.
13 On the Sabbath we went outside the gate to a river, supposing there was a place of prayer. We sat and spoke with the women gathered there. און דעם טאג פון שבת זענען מיר ארויסגעגאנגען אויסער דעם טויער צו א טייך, וואו מיר האבן זיך משער געווען, אז עס איז א בית התפילה; און האבן זיך אנידערגעזעצט און גערעדט מיט די פרויען, וואס זענען זיך צוזאמענגעקומען.
14 A woman named Lydia, from Thyatira, who sold purple cloth and worshiped our Father, was listening. The Lord opened her heart to Paul's words. און א ג‑טספארכטיקע פרוי, מיטן נאמען לידיא, א פארקויפערין פון פורפור, אויס דער שטאט טיאטירא, האט זיך צוגעהערט; וואס דער האר האט איר אויפגעמאכט דאס הארץ צו פארנעמען די רייד פון פוילוסן.
15 When she and her household were baptized, she urged us: "If you judge me faithful to the Lord, come to my house and stay." And she persuaded us. און ווען זי איז געטובלט געווארן אין דער מקווה, און איר הויזגעזינד, האט זי (אונדז) געבעטן, אזוי צו זאגן: אויב איר האלט מיך פאר א גלויביקע אינם האר, קומט און שטייט איין אין מיין הויז. און האט אונדז שטארק געבעטן.
16 As we went to the place of prayer, we met a slave girl possessed by a spirit of divination; she earned her owners great profit through fortune-telling. און עס איז געשען, בשעת מיר זענען געגאנגען צום בית התפילה, אז א דינסטמיידל, וואס האט געהאט א גייסט פון נחוש (כישוף) פון ווארזאגער, האט אונדז באגעגענט; וואס פלעגט אריינגעברענגען אירע בעלי בתים א סך פארדינסט פון איר ווארזאגן.
17 She followed Paul and us, shouting, "These men are servants of the Most High God, announcing to you the way of salvation." די זעלביקע האט נאכגעפאלגט פוילוסן און אונדז, און געשריגן, אזוי צו זאגן: די דאזיקע מענטשן זענען קנעכט פון דעם אלערהעכסטן ג‑ט, וועלכע זאגן אייך אָן א וועג פון רעטונג.
18 She did this for many days. Paul, deeply annoyed, turned and told the spirit, "I command you in the name of Jesus Christ to come out of her." It came out instantly. דאס האט זי אבער געטאן במשך פון פיל טעג. און פוילוס איז דערפון טרויעריק געווארן, און האט זיך א קער געטאן און געזאגט צום גייסט: איך באפעל דיר אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן ארויסצוגיין פון איר. און ער איז ארויס פון איר אין דער זעלביקער שעה.
19 When her owners saw their hope of profit was gone, they seized Paul and Silas, dragged them to the marketplace before the rulers. און זעענדיק, אז די האפענונג פון זייער פארדינסט איז פארשווונדן, האבן אירע בעלי בתים געכאפט פוילוסן און סילאן, און זיי געשלעפט אין מארק אריין צו די מושלים,
20 Bringing them to the magistrates, they said, "These men are Jews, disturbing our city. און ברענגענדיק זיי צו די פרעטארן, האבן זיי געזאגט: די דאזיקע מענטשן, וואס זענען יידן, שטערן די רו פון אונדזער שטאט,
21 They advocate customs that are not lawful for us as Romans to accept or practice." און לערנען מנהגים, וועלכע מיר טארן נישט אננעמען, אויך נישט האלטן, ווייל מיר זענען רוימער.
22 The crowd joined the attack, and the magistrates ripped off Paul and Silas's clothes and ordered them beaten with rods. און דער המון איז אויפגעשטאנען קעגן זיי, און די פרעטארן האבן פון זיי אראפגעריסן די מלבושים, און באפוילן מען זאל זיי שמייסן מיט ריטער.
23 After beating them severely, they threw them into prison, ordering the jailer to guard them securely. און באלייגנדיק זיי מיט א סך שלעק, האט מען זיי אריינגעווארפן אין תפיסה, באפעלנדיק דעם שומר זיי גוט צו היטן;
24 Given that order, he locked them in the inner cell and clamped their feet in stocks. וועלכער, באקומענדיק אזא באפעל, האט זיי אריינגעווארפן אין דעם אינערן געפענקעניש און פארגעשרויפט זייערע פיס אין דעם שטאק.
25 About midnight Paul and Silas prayed and sang hymns to our Father while the prisoners listened to them. ארום האלבער נאכט אבער בעת פוילוס און סילא האבן תפילה געטאן און געזונגען צו ה׳, און די געפאנגענע האבן זיך צוגעהערט צו זיי,
26 Suddenly a violent earthquake shook the prison's foundations; instantly all doors opened and everyone's chains loosened. איז פלוצלונג געווארן א גרויסע ערדציטערניש, אזוי, אז די פונדאמענטן פון דער תפיסה זענען דערשיטערט געווארן, און אין אן אויגנבליק האבן זיך אלע טירן אויפגעעפנט, און אלעמענס קייטן זענען לויז געווארן.
27 The jailer woke, saw the prison doors open, drew his sword meaning to kill himself, thinking the prisoners had escaped. און ווי דער תפיסה שומר האט זיך אויפגעכאפט פון שלאף און געזען די טירן פון דער תפיסה אפן, האט ער ארויסגעצויגן זיין שווערד און זיך געוואלט דאס לעבן נעמען, מיינענדיק, אז די געפאנגענע זענען אנטלאפן.
28 But Paul shouted, "Don't harm yourself, for we are all here!" פוילוס אבער האט אויסגערופן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: טו דיר נישט קיין מעשה אָן, ווארום מיר זענען אלע דא.
29 The jailer called for lights, rushed in, and fell trembling before Paul and Silas. און ער האט פארלאנגט א ליכט, איז אריינגעשפרונגען, און ציטערנדיק איז ער אנידערגעפאלן פאר פוילוסן און סילאן,
30 Then he brought them outside and said, "Sirs, what must I do to be saved?" און האט זיי ארויסגעפירט אינדרויסן, און געזאגט: מיינע הארן, וואס זאל איך טאן, כדי געראטעוועט צו ווערן?
31 And they said, "Believe in the Lord Jesus, and you will be saved, you and your household." און זיי האבן געזאגט: גלויב אין דעם האר יהושע/ישוע, און דו וועסט געראטעוועט ווערן און (אויך) דיין הויזגעזינד.
32 They spoke the Lord's word to him and everyone in his house. און האבן גערעדט צו אים ה׳ס ווארט און צו אלעמען אין זיין הויז.
33 In that hour of the night, he took them and washed their wounds; then he and his whole household were baptized at once. און ער האט זיי גענומען אין יענער שעה פון דער נאכט און זיי אפגעוואשן די שלעק; און זיך גלייך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, ער אליין און אלע זיינע בני בית.
34 He brought them up into his house, set food before them, and was overjoyed with his whole household at believing in our Father. און האט זיי אריינגעפירט אין זיין הויז, און געדעקט א טיש (פאר זיי), און זיך זייער געפריידט מיט זיין גאנץ הויזגעזינד, אז ער איז געווארן א מאמין אין ה׳.
35 But when morning came, the magistrates sent the police, saying, "Release those men." און ווען עס איז געווארן טאג, האבן די פרעטארן (שופטים) געשיקט די ליקטארן (פאליציי), אזוי צו זאגן: לאז ארויס יענע מענטשן.
36 The jailer told Paul, "The magistrates sent orders to release you. Come out now and go in peace." און דער תפיסה שומר האט דערציילט די דאזיקע ווערטער צו פוילוסן: די פרעטארן האבן געשיקט, אז מען זאל אייך אפלאזן; קומט זשע איצט ארויס, און גייט אייך לשלום.
37 But Paul said to them, "They beat us publicly, without trial, Roman citizens that we are, and threw us into prison. Now they want to send us off secretly? No! Let them come themselves and lead us out." פוילוס אבער האט צו זיי געזאגט: זיי האבן אונדז געשלאגן עפנטלעך מיט ריטער, אָן א משפט, אונדז, וואס מיר זענען רוימישע מענטשן, און אונדז אריינגעווארפן אין תפיסה אריין, און איצט ווארפן זיי אונדז ארויס שטילערהייט? אזוי נישט, נאר טאקע זיי אליין זאלן קומען און אונדז ארויספירן.
38 The officers reported these words to the magistrates, who were afraid to hear they were Roman citizens. און די ליקטארן האבן דערציילט די דאזיקע רייד צו די פרעטארן, און זיי האבן מורא געהאט, הערנדיק, אז זיי זענען רוימער.
39 They came, apologized, led them out, and asked them to leave the city. און זענען געקומען און זיי מפייס געווען, און האבן זיי ארויסגעפירט און געבעטן, אז זיי זאלן אוועקגיין פון דער שטאט.
40 So they left the prison and went to Lydia's house. There they saw the brothers, encouraged them, and left. און ווי זיי זענען ארויס פון דעם געפענקעניש, זענען זיי אריינגעגאנגען צו לידיאן; און זעענדיק זיך מיט די ברידער, האבן זיי זיי געטרייסט, און זענען ארויסגעגאנגען.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]