Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 8 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Saul approved of Stephen's killing. That day a great persecution erupted against the Jerusalem church, scattering everyone except the apostles through Judea and Samaria. און שאול האט מסכים געווען צו זיין טויט. און יענעם טאג האט זיך אויפגעהויבן א גרויסע רדיפה אויף דער קהלה אין ירושלים; און אלע זענען צעשפרייט געווארן איבער די געגנטן פון יהודה און שומרון, מיטן אויסנאם פון די שליחים.
2 Devout men buried Stephen and mourned loudly over him. און ג‑טספארכטיקע לייט האבן גענומען סטעפאנוסן און אים קובר געווען, און געמאכט א גרויס הספד אויף אים.
3 But Saul was destroying the church, entering house after house, dragging off men and women, throwing them in prison. שאול אבער האט חרוב געמאכט די קהלה, איז אריינגעגאנגען אין יעדן הויז, און געשלעפט מענער און פרויען און זיי איבערגעגעבן אין תפיסה אריין.
4 So those scattered went everywhere, proclaiming the good news of the word. און די, וואס זענען צעשפרייט געווארן, זענען ארומגעגאנגען מבשר זייענדיק דאס ווארט.
5 Philip went down to the city of Samaria and proclaimed Christ to them. און פיליפוס איז אראפגעגאנגען אין דער שטאט שומרון אריין, און האט אויסגערופן צו זיי דעם משיח.
6 The crowds paid attention together to Philip's words, hearing and seeing the signs he did. און די מאסן האבן אלע אינאיינעם פארנומען מיט פלייס פיליפוסנס רייד, הערנדיק און זעענדיק די אותות, וואס ער האט געטאן.
7 Unclean spirits came out of many who were possessed, screaming loudly, and many paralyzed and lame were healed. ווארום פון א סך פון די, וואס האבן געהאט אומריינע גייסטער, זענען (די דאזיקע) ארויס, שרייענדיק מיט א הויך קול, און א סך פאראליזשירטע און לאמע זענען געהיילט געווארן.
8 So there was great joy in that city. און עס איז געווארן א גרויסע שמחה אין יענער שטאט.
9 A man named Simon had already practiced magic in that city, amazing Samaria's people and claiming to be someone great. און א געוויסער מאן מיטן נאמען שמעון, וועלכער פלעגט זיך פריער אפגעבן מיט כשוף אין דער שטאט און האט דערשטוינט דאס פאלק פון שומרון, אויסגעבנדיק זיך פאר עפעס גרויס;
10 Everyone, from least to greatest, listened to him, saying, "This man is God's power, called Great." וואס צו אים האבן זיך אלע צוגעהערט, פון קליין ביז גרויס, און געזאגט: דער דאזיקער (מאן) איז די קראפט פון ג-ט, וואס מען רופט די גרויסע.
11 They paid attention to him because for a long time he had amazed them with his magic. און זיי האבן זיך צוגעהערט צו אים, ווייל במשך פון א לענגערער צייט האט ער זיי דערשטוינט מיט די כישופים.
12 But when they believed Philip's good news about the kingdom of our Father and the name of Jesus Christ, men and women were baptized. ווען אבער זיי האבן געגלויבט פיליפוסן, וועלכער האט זיי אנגעזאגט די גוטע בשורה וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳ און דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיח, האבן זיי זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, מענער און פרויען.
13 Simon himself believed, was baptized, and stayed close to Philip, amazed at the signs and great miracles he saw. און דער שמעון אליין האט אויך געגלויבט; און ווערנדיק געטובלט אין דער מקווה, האט ער זיך באהאפטן צו פיליפוסן, און זעענדיק אותות און גרויסע מופתים געשען, האט ער זיך שטארק געוואונדערט.
14 When the apostles in Jerusalem heard Samaria had received our Father's word, they sent Peter and John to them. און ווען די שליחים אין ירושלים האבן געהערט, אז שומרון האט אנגענומען ה׳ס ווארט, האבן זיי געשיקט צו זיי פעטרוסן און יוחנן;
15 When they arrived, they prayed for them that they might receive the Holy Spirit, וועלכע, אראפקומענדיק, האבן מתפלל געווען פאר זיי, אז זיי זאלן באקומען דעם רוח הקודש.
16 for the Holy Spirit had not yet fallen on any of them; they were only baptized into the name of the Lord Jesus. ווארום דער רוח הקודש איז נאך נישט געהאט געפאלן אויף קיין איינעם פון זיי; זיי זענען בלויז געווען געטובלט אין דער מקווה אינם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע.
17 Then they laid their hands on them, and they received the Holy Spirit. דאן האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי האבן באקומען דעם רוח הקודש.
18 When Simon saw the Spirit given through the apostles' laying on of hands, he offered them money, און ווי שמעון האט געזען, אז דער רוח הקודש איז געגעבן געווארן דורך דעם ארויפלייגן די הענט פון די שליחים, האט ער געברענגט געלט צו זיי,
19 saying, "Give me this power too, so whoever I lay hands on receives the Holy Spirit." און געזאגט: גיט מיר אויך די דאזיקע מאכט, כדי ווען איך וועל ארויפלייגן די הענט אויף עמיצן, זאל ער באקומען דעם רוח הקודש.
20 Peter said to him, "May your silver perish with you, since you thought you could buy our Father's gift with money! פעטרוס אבער האט צו אים געזאגט: דיין זילבער זאל בלייבן ביי דיר צו (דיין) פארדארבונג, ווייל דו האסט בדעה געהאט צו קויפן די מתנה פון ה׳ מיט געלט.
21 You have no part or share in this matter, for your heart is not right before our Father. דו האסט נישט קיין חלק און נישט קיין נחלה אין דער דאזיקער זאך, ווארום דיין הארץ איז נישט אויפריכטיק פאר ה׳.
22 So turn from this evil, and pray to our Father that, if possible, your heart's intent may be forgiven you. דעריבער טו תשובה פון דער דאזיקער שלעכטסקייט דיינער, און טו תפילה צום האר (ה׳), אפשר וועט דיר פארגעבן ווערן די מחשבה פון דיין הארץ.
23 I see you poisoned by bitterness and bound by evil." ווארום איך זע, אז דו ביסט אין דער גאל פון ביטערקייט (ראש ולענה), און אין דעם בונד פון רשעות. (דברים כט, יז.)
24 Simon answered, "Pray to God for me, that nothing you have said may come upon me." און שמעון האט ענטפערנדיק געזאגט: זייט איר מתפלל פאר מיר צום האר (ג‑ט), אז קיין זאך זאל נישט קומען אויף מיר, פון וועלכע איר האט גערעדט.
25 So, having testified and spoken our Lord Jesus's word, they returned to Jerusalem, preaching the good news in many Samaritan villages. און עדות זאגנדיק און רעדנדיק דאס ווארט פונם האר, האבן זיי זיך אומגעקערט קיין ירושלים, און אנגעזאגט (אונטערוועגנס) די גוטע בשורה אין פיל שומרונישע דערפער.
26 Then an angel of our Father told Philip, "Get up and go south to the road going down from Jerusalem to Gaza"—a desert road. און א מלאך פון האר (ג‑ט) האט גערעדט צו פיליפוסן, אזוי צו זאגן: שטיי אויף, און גיי קיין דרום זייט אויף דעם וועג, וואס פירט אראפ פון ירושלים קיין עזה; דער זעלביקער איז וויסט.
27 He got up and went. There was an Ethiopian eunuch, a court official of Candace, queen of the Ethiopians, in charge of all her treasury, who had come to Jerusalem to worship, און ער איז אויפגעשטאנען, און געגאנגען; און זע, א מאן, אן עטיאפיער, א סריס, א הויפט באאמטער ביי קאנדאקע, קעניגין פון די עטיאפיער—ער איז געווען איבער אלע אירע אוצרות—איז געקומען זיך צו בוקן (פאר ה׳) אין ירושלים;
28 and was returning, seated in his chariot and reading the prophet Isaiah. און אומקערנדיק זיך (אהיים), און זיצנדיק אויף זיין רייטוואגן, האט ער געלייענט (דאס ספר פון) דעם נביא ישעיה.
29 And the Holy Spirit said to Philip, "Go over and catch up with that chariot." און דער גייסט האט געזאגט צו פיליפוסן: גיי צו, און באהעפט דיך צו דעם דאזיקן רייטוואגן.
30 Philip ran up, heard him reading the prophet Isaiah, and asked, "Do you understand what you're reading?" און פיליפוס איז צוגעלאפן, און געהערט אים לייענען דאס (ספר פון) ישעיה הנביא, און האט געזאגט: צי פארשטייסטו וואס דו לייענסט?
31 He said, "How can I, unless someone guides me?" and invited Philip up to sit with him. האט ער געזאגט: וויאזוי זאל איך קענען, ווען קיינער לערנט מיך נישט? און האט געבעטן פיליפוסן איינצושטייגן און זיך אנידערצוזעצן מיט אים.
32 Now the passage of Scripture he was reading was this: "Like a sheep he was led to the slaughter, and like a lamb silent before its shearer, so he did not open his mouth. און דער תוכן פון דער שריפט, וואס ער האט געלייענט איז געווען דאס דאזיקע: ווי א שאף צו דער שחיטה איז ער געפירט געווארן; און ווי א לאם פאר זיין שערער איז שטום, אזוי האט ער נישט אויפגעמאכט זיין מויל;
33 In his humiliation justice was denied him. Who can describe his generation? For his life is taken away from the earth." אין זיין דערנידעריקונג איז זיין משפט אוועקגענומען געווארן; און ווער וועט בארעכענען זיין דור? ווייל זיין לעבן איז אוועקגענומען געווארן פון דער ערד. (ישעיהו נג, ז-ח.)
34 The eunuch said to Philip, "Tell me, of whom does the prophet say this—himself, or someone else?" און דער סריס האט ענטפערנדיק געזאגט צו פיליפוסן: איך בעט דיך, וועגן וועמען רעדט דאס דער נביא? וועגן זיך אליין אדער וועגן אן אנדערן?
35 Philip opened his mouth and, starting from this Scripture, told him the good news about Jesus. און פיליפוס האט אויפגעמאכט זיין מויל, און אנהויבנדיק פון דער דאזיקער שריפט, האט ער אים אנגעזאגט די גוטע בשורה פון יהושען/ישוען.
36 Traveling the road, they reached water, and the eunuch said, "Look, water! What stops me from being baptized?" און ווי זיי זענען אזוי געפארן אויפן וועג, זענען זיי געקומען צו א וואסער; און דער סריס האט געזאגט: זע, א וואסער; וואס שטערט מיר געטובלט צו ווערן אין דער מקווה?
37 Not in this edition האט פיליפוס צו אים געזאגט: אויב דו גלויבסט מיטן גאנצן הארצן, מעגסטו. און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: איך גלויב, אז יהושע/ישוע המשיח איז דער זון פון דער אויבערשטער.
38 He ordered the chariot to stop; both went down into the water, Philip and the eunuch, and Philip baptized him. און האט באפוילן אפצושטעלן דעם רייטוואגן, און ביידע זענען אראפגעגאנגען אין וואסער אריין, פיליפוס און דער סריס; און ער האט אים געטובלט אין דער מקווה,
39 When they came up out of the water, the Spirit of our Father snatched Philip away; the eunuch never saw him again, but went on his way rejoicing. און ווען זיי זענען ארויסגעשטיגן פונם וואסער, האט דער גייסט פון דעם האר פארטראגן פיליפוסן, און דער סריס האט אים שוין מער נישט געזען, און א פריילעכער איז ער זיך געפארן אויף זיין וועג.
40 Philip found himself at Azotus. He traveled through, announcing the good news in every town until he reached Caesarea. פיליפוס אבער האט זיך געפונען אין אשדוד; און איז ארומגעגאנגען און האט אנגעזאגט די גוטע בשורה אין אלע שטעט, ביז ער איז געקומען קיין קיסריה.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]