Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 7 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Then the high priest asked, "Are these things true?" און דער כהן גדול האט געזאגט: צי איז עס טאקע אזוי?
2 Stephen said, "Brothers and fathers, listen: Our Father of glory appeared to our father Abraham in Mesopotamia, before he lived in Haran, ער אבער האט געזאגט: ברידער און פאטערס, הערט! דער ג-ט פון כבוד האט זיך באוויזן צו אונדזער פאטער אברהם, בשעת ער איז געווען אין ארם נהרים, איידער ער האט געוואוינט אין חרן,
3 and told him, 'Leave your land and relatives, and go to the land I'll show you.' און געזאגט צו אים: גיי ארויס פון דיין לאנד און פון דיין משפחה, און גיי אין דעם לאנד אריין, וואס איך וועל דיר ווייזן.
4 He left the Babylonians' land and settled in Haran. After his father died, our Father moved him from there into this land you now live in. איז ער דעמאלט ארויסגעגאנגען אויס דעם לאנד פון די כשדים און האט געוואוינט אין חרן, און פון דארטן, נאך דעם ווי זיין פאטער איז געשטארבן, האט ער אים אריבערגעברענגט אין דעם דאזיקן לאנד אריין, אין וועלכן איר וואוינט איצט.
5 He gave him no inheritance in it, not even a foot of ground—yet promised it to him and his descendants after him as a possession, though he had no child. און האט אים דרינען נישט געגעבן קיין ירושה, אפילו נישט אן ארט, וואו א פוס אנידערצושטעלן, נאר עס אים צוגעזאגט צו געבן פאר א באזיץ און צו זיין זאמען נאך אים, בשעת ער האט נאך נישט געהאט קיין קינד.
6 And our Father said his offspring would be foreigners in a land not their own, enslaved and mistreated 400 years. און ה׳ האט צו אים אזוי גערעדט: אז זיין זאמען וועט זיין א גר אין א פרעמד לאנד, און מען וועט זיי פארקנעכטן און פייניקן פיר הונדערט יאר לאנג.
7 'I will judge the nation they serve,' our Father said, 'and after, they will come out and worship me in this place.' און דאס פאלק, וואס וועט זיי פארקנעכטן, וועל איך משפטן, האט ה׳ געזאגט, און דערנאך וועלן זיי ארויסגיין און מיך דינען אויף דעם דאזיקן ארט.
8 He gave him the covenant of circumcision. Abraham fathered Isaac and circumcised him on the eighth day; Isaac fathered Jacob, and Jacob the twelve ancestors. און האט אים געגעבן דעם בונד (ברית) פון מילה; און אזוי האט ער (אברהם) געבוירן יצחקן און אים מל געווען דעם אכטן טאג, און יצחק האט געבוירן יעקבן, און יעקב—די צוועלף ראשי האבות.
9 The ancestors, jealous of Joseph, sold him into Egypt, but our Father was with him, און די ראשי האבות, מקנא זייענדיק יוספן, האבן אים פארקויפט קיין מצרים; און ה׳ איז געווען מיט אים,
10 and rescued him from all his troubles, gave him favor and wisdom before Pharaoh king of Egypt, who made him ruler over Egypt and Pharaoh's whole household. און האט אים מציל געווען פון אלע זיינע צרות, און אים געשענקט חן און חכמה פאר פרעהן, דעם מלך פון מצרים; און ער האט אים באשטימט פאר א מושל איבער מצרים און איבער זיין גאנץ הויז.
11 A famine and great suffering struck all Egypt and Canaan, and our fathers found no food. און עס איז געווארן א הונגער איבער גאנץ מצרים און כנען, און א גרויסע צרה, און אונדזערע עלטערן האבן נישט געפונען קיין שפייז.
12 Hearing there was grain in Egypt, Jacob sent our fathers there first. ווען אבער יעקב האט געהערט, אז עס איז דא ווייץ אין מצרים, האט ער דאס ערשטע מאל ארויסגעשיקט אונדזערע פאטערס.
13 On the second visit, Joseph made himself known to his brothers, and Pharaoh learned of Joseph's family. און דאס אנדערע מאל האט יוסף זיך געלאזט דערקענען צו זיינע ברידער, און יוספס אפשטאמונג איז באקאנט געווארן צו פרעהן.
14 And Joseph sent for his father Jacob and all his relatives, seventy-five persons in all. און יוסף האט געשיקט און גערופן זיין פאטער יעקב און די גאנצע משפחה, (פינף און) זיבעציק נפשות.
15 And Jacob went down into Egypt, and he died, he and our fathers. און יעקב האט אראפגענידערט קיין מצרים, און איז געשטארבן און אונדזערע פאטערס,
16 They were taken back to Shechem, and buried in the tomb Abraham had bought for silver from Hamor's sons in Shechem. און מען האט זיי אריבערגעברענגט קיין שכם און געלייגט אין דעם קבר, וואס אברהם האט געקויפט פאר א געלט פרייז פון חמורס זין אין שכם.
17 As the time of the promise our Father gave Abraham neared, the people grew and multiplied in Egypt, און אזויווי עס האט זיך דערנענטערט די צייט פון דער הבטחה, וועגן וועלכער ה׳ האט צוגעשוואוירן צו אברהמען, איז דאס פאלק געוואקסן און זיך פארמערט אין מצרים,
18 until there arose over Egypt another king who did not know Joseph. ביז איבער מצרים איז אויפגעשטאנען אן אנדערער קעניג, וועלכער האט נישט געקענט יוספן.
19 This king exploited our people and mistreated our fathers, forcing them to abandon their infants to die. דער דאזיקער האט געהאנדלט מיט כיטרעקייט קעגן אונדזער פאלק, און געפייניקט אונדזערע עלטערן, אז זיי זאלן ארויסווארפן זייערע נייגעבוירענע קינדער, כדי זיי זאלן נישט בלייבן לעבן.
20 At that time Moses was born, beautiful in our Father's sight. He was raised three months in his father's house. אין דער צייט איז משה געבוירן געווארן, און געווען שיין פאר ה׳, און איז דריי חדשים לאנג גענערט געווארן אין זיין פאטערס הויז.
21 And when he was abandoned, Pharaoh's daughter adopted him and brought him up as her own son. און ווען מען האט אים ארויסגעווארפן, האט פרעהס טאכטער אים גענומען און דערצויגן פאר זיך פאר א זון.
22 Moses was trained in all Egyptian wisdom, and was strong in speech and action. און משה איז געלערנט געווארן אין יעדער חכמה פון די מצריים, און געווען א גיבור אין זיינע ווערטער און מעשים.
23 When he was forty years old, he decided to visit his brothers, the sons of Israel. און ווען ער איז אלט געווארן פערציק יאר, איז אים געקומען אויפן הארצן צו באזוכן זיינע ברידער די קינדער ישראל.
24 Seeing one of them wronged, he defended the oppressed man and avenged him by striking down the Egyptian. און זעענדיק איינעם ליידן אן עוולה, האט ער זיך אנגענומען און נוקם געווען פאר דעם געליטענעם, דערשלאגנדיק דעם מצרי.
25 He thought his brothers would understand our Father was giving them salvation through his hand, but they didn't understand. און האט געמיינט, אז זיינע ברידער וועלן פארשטיין, אז ה׳ גיט זיי ישועה דורך זיין האנט, זיי אבער האבן נישט פארשטאנען.
26 The next day he came upon them as they were fighting and tried to reconcile them, saying, 'Men, you are brothers. Why do you wrong each other?' און דעם אנדערן טאג האט ער זיך באוויזן צו זיי, בשעת זיי האבן זיך געקריגט, און האט געוואלט מאכן שלום צווישן זיי, און געזאגט: מענער, איר זענט (דאך) ברידער, פארוואס טוט איר אן עוולה איינער דעם אנדערן?
27 But the man wronging his neighbor shoved Moses aside, saying, 'Who made you ruler and judge over us? און דער, וואס האט באעוולט זיין חבר, האט אים אפגעשטויסן, זאגנדיק: ווער האט דיך געשטעלט פאר א שר און א שופט איבער אונדז?
28 Do you want to kill me as you killed the Egyptian yesterday?' צי ווילסטו מיך הרגענען, אזוי, ווי דו האסט נעכטן געהרגעט דעם מצרי?
29 At this word, Moses fled and lived as a foreigner in the land of Midian, where he fathered two sons. איז משה אנטלאפן איבער דעם דאזיקן ווארט און געווען א פרעמדער אינם לאנד פון מדין, וואו ער האט געבוירן צוויי זין.
30 Forty years later, an angel appeared to him in the wilderness of Mount Sinai, in a burning bush's flame. און ווען פערציק יאר זענען דערפילט געווארן, האט זיך א מלאך באוויזן צו אים אין דער מדבר ביים בארג סיני אין א פלאם פייער פון דעם סנה.
31 Moses saw it and was amazed; as he approached to look closer, our Father's voice came: און זעענדיק עס, האט משה זיך געוואונדערט איבער דער דערשיינונג; און בשעת ער איז צוגעגאנגען, זי צו באטראכטן, איז געקומען דאס קול פונם האר (ה׳):
32 'I am the God of your fathers—the God of Abraham, Isaac, and Jacob.' Moses trembled, not daring to look. איך בין דער ג‑ט פון דיינע אבות, דער ג‑ט פון אברהם, און דער ג‑ט פון יצחק, און דער ג‑ט פון יעקב. און משה האט געציטערט און זיך נישט אונטערגעשטעלט צו קוקן.
33 Then our Father told him, 'Take the sandals off your feet, for the place you're standing on is holy ground.' און דער האר האט צו אים געזאגט: נעם אראפ די שיך פון דיינע פיס, ווארום דאס ארט, אויף וועלכן דו שטייסט, איז הייליקע ערד.
34 I have indeed seen my people's suffering in Egypt, heard their groaning, and come down to rescue them. Now go—I'm sending you to Egypt. זען האב איך געזען דאס ליידן פון מיין פאלק, וועלכעס איז אין מצרים, און האב געהערט זייער זיפצן, און בין אראפגענידערט זיי אויסצולייזן; און איצט קום, איך וועל דיך שיקן קיין מצרים.
35 This Moses, whom they rejected, saying, 'Who made you ruler and judge?'—this is the one our Father sent as both ruler and redeemer, through the hand of the angel who appeared to him in the bush. דעם דאזיקן משה, וועמען זיי האבן פארלייקנט, זאגנדיק: ווער האט דיך געשטעלט פאר א שר און א שופט? אים האט ה׳ געשיקט ווי א שר און גואל, דורך דער האנט פון דעם מלאך, וואס האט זיך באוויזן צו אים אין דעם סנה.
36 This man led them out, doing wonders and signs in the land of Egypt, at the Red Sea, and in the wilderness for forty years. ער האט זיי ארויסגעפירט, טוענדיק אותות און מופתים אינם לאנד מצרים און אינם ים סוף און אין דער מדבר פערציק יאר לאנג.
37 This is the Moses who told Israel's sons, 'Our Father will raise up a prophet like me for you, from your brothers.' דאס איז דער משה, וועלכער האט געזאגט צו די קינדער ישראל: א נביא וועט דער האר אייער ג‑ט אייך אויפשטעלן פון אייערע ברידער, גלייך צו מיר; אים זאלט איר הערן. (דברים יח, טו.)
38 This is the one who was in the wilderness assembly with the angel speaking to him at Mount Sinai, and with our fathers—he received living words to give us. ער איז עס, וואס איז געווען אין דער עדה אין דער מדבר מיט דעם מלאך, וועלכער האט גערעדט צו אים אויפן בארג סיני, און מיט אונדזערע עלטערן; ער האט באקומען דברים חיים צו געבן צו אונדז;
39 Our fathers refused to obey him; they rejected him and in their hearts turned back to Egypt, צו וועמען אונדזערע פאטערס האבן נישט געוואלט זיין געהארכזאם, נאר האבן אים אפגעשטויסן און אין זייערע הערצער זיך געקערט קיין מצרים,
40 telling Aaron, 'Make us gods to go ahead of us. As for this Moses who led us out of the land of Egypt, we don't know what happened to him.' און געזאגט צו אהרנען: מאך אונדז ג‑טער, וואס זאלן גיין פאר אונדז; ווארום דער דאזיקער משה, וועלכער האט אונדז ארויסגעפירט אויס דעם לאנד מצרים, ווייסן מיר נישט וואס עס איז געשען צו אים.
41 They made a calf in those days, offered a sacrifice to the idol, and celebrated what their hands had made. און האבן געמאכט א קאלב אין יענע טעג, און געברענגט א קרבן צום אפג‑ט און זיך געפריידט מיט די מעשים פון זייערע הענט.
42 But our Father turned away, giving them over to worship the host of heaven, as written in the prophets' book: 'Did you bring me slaughtered animals and sacrifices for forty years in the wilderness, house of Israel? און ה׳ האט זיך אוועקגעקערט און זיי איבערגעגעבן צו דינען די הערשאפן פון הימל, אזויווי עס שטייט געשריבן אינם ספר פון די נביאים: צי האט איר מיר (דען) מקריב געווען זבחים און מנחות פערציק יאר אין דער מדבר, אָ בית ישראל?
43 You carried Moloch's tent and your god Rephan's star, the idols you fashioned to worship them; so I will banish you far beyond Babylon.' און איר האט אויפגענומען דאס געצעלט פון מולך און דעם שטערן פון דעם ג‑ט רמפן (ראמפאן), די בילדער, וואס איר האט געמאכט, זיך צו בוקן צו זיי. און איך וועל אייך פארטרייבן אויף יענער זייט בבל. (ירמיהו ז, יח; יט, יג; עמוס ה, כה-כז.)
44 Our ancestors had the tent of witness in the wilderness, as he who spoke to Moses directed him to make it, matching the pattern he'd seen. דאס מישכן העדות איז געווען ביי אונדזערע עלטערן אין דער מדבר, אזויווי ער האט באפוילן, וועלכער האט גערעדט צו משהן, אז ער זאל עס מאכן לויט דעם געשטאלט, וואס ער האט געזען.
45 Our fathers in turn brought it in with Joshua when they dispossessed the nations that our Father drove out before them. So it was until the days of David, וועלכעס אונדזערע עלטערן מיט יהושע האבן גענומען און אויך אריינגעברענגט אין דעם אייגנטום פון די פעלקער, וואס ה׳ האט ארויסגעטריבן פון פאר אונדזערע עלטערנס פנים, ביז צו די טעג פון דוד;
46 who found favor with our Father and asked to find a dwelling place for our Father. וועלכער האט געפונען חן ביי ה׳, און האט געבעטן צו געפינען א געצעלט פאר דעם ג‑ט פון יעקב.
47 But it was Solomon who built a house for him. שלמה אבער האט געבויט פאר אים א הויז.
48 Yet the Most High does not live in houses made by human hands, as the prophet says: נאר דער אויבערשטער וואוינט נישט אין (הייזער), וואס זענען פון הענט געמאכט, ווי דער נביא זאגט:
49 'Heaven is my throne, and the earth is my footstool. What kind of house will you build for me, says our Father, or what is the place of my rest? דער הימל איז מיין טראן, און די ערד—דאס פוסבענקעלע פאר מיינע פיס; וואס פאר א הויז וועט איר מיר בויען? זאגט דער האר (ג‑ט); אדער וועלכעס איז דאס ארט פון מיין מנוחה?
50 Did not my hand make all these things?' צי האט דען נישט מיין האנט געמאכט די דאזיקע אלע זאכן? (ישעיהו סו, א-ב.)
51 "You stubborn people, uncircumcised in heart and ears, always resist the Holy Spirit—like your fathers, so do you. איר הארטנעקיקע און (וואס האבן) נישט געמלטע הערצער און אויערן, איר שטעלט זיך תמיד אנטקעגן דעם רוח הקודש; ווי די עלטערן אייערע, אזוי איר.
52 Which of the prophets did your fathers not persecute? They killed those who announced beforehand the Righteous One's coming—whom you have now betrayed and murdered. וועמען פון די נביאים האבן אייערע עלטערן נישט גערודפט? און האבן געטייט די, וואס האבן פארויסגעזאגט וועגן דעם קומען פון דעם צדיק, וועמעס מוסרים און רוצחים איר זענט איצט געווארן;
53 You who received the law through angels and yet did not keep it." איר, וועלכע האבן מקבל געווען די תורה דורך דער פארמיטלונג פון מלאכים, און האבן זי (דאך) נישט געהאלטן!
54 Now when they heard these things they were enraged, and they ground their teeth at him. און הערנדיק דאס, האט עס זיי געשטאכן אין זייערע הערצער, און זיי האבן געקריצט מיט די ציין אויף אים.
55 But Stephen, full of the Holy Spirit, looked into heaven, saw the glory of our Father, and Jesus standing at the right hand of our Father. און ער, זייענדיק פול מיט דעם רוח הקודש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, און געזען דעם כבוד פון ה׳, און יהושען/ישוען שטיין אויף ה׳ס רעכטער זייט,
56 And he said, "Look, I see the heavens opened and the Son of Man standing at our Father's right hand." און האט געזאגט: אָט זע איך די הימלען געעפנט און דעם בר אנש שטיין אויף דער רעכטער זייט פון ה׳.
57 But they cried out with a loud voice, covered their ears, and rushed at him. און זיי האבן א געשריי געטאן מיט א הויך קול און זיך פארשטאפט די אויערן, און אלע אינאיינעם האבן זיך א ווארף געטאן אויף אים,
58 They threw him out of the city and stoned him. The witnesses laid their coats at the feet of a young man named Saul. און אים ארויסגעשטויסן אויסער דער שטאט און געשטייניקט; און די עדות האבן אוועקגעלייגט זייערע מלבושים ביי די פיס פון א יונגנמאן, וואס האט געהייסן שאול.
59 And as they were stoning him, Stephen called out, "Lord Jesus, receive my spirit." און האבן געשטייניקט סטעפאנוסן, בשעת ער האט אויסגערופן און געזאגט: האר יהושע/ישוע, נעם אויף מיין גייסט.
60 Kneeling, he cried out loudly, "Lord, do not hold this sin against them." Then he fell asleep. און האט אנידערגעקניט און א געשריי געטאן מיט א הויך קול: האר, רעכן זיי נישט צו די דאזיקע זינד. און דאס זאגנדיק, איז ער איינגעשלאפן.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]