Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 21 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Having torn ourselves away from them, we set sail and went straight to Cos, then the next day to Rhodes, then from there to Patara. און עס איז געשען, ווען מיר האבן זיך אפגעשיידט און זענען אוועקגעפארן פון זיי, פארנדיק אין א גראדער ריכטונג, זענען מיר געקומען קיין קאס, און דעם נעכסטן טאג קיין ראדאס, און פון דארטן קיין פאטארא;
2 Finding a ship crossing over to Phoenicia, we went aboard and set sail. און אזויווי מיר האבן געפונען א שיף, וואס איז געגאנגען קיין פעניציען, זענען מיר איינגעשטיגן און אפגעפארן.
3 Sighting Cyprus and leaving it on our left, we sailed to Syria and landed at Tyre, where the ship was to unload its cargo. און דערזעענדיק די (אינדזל) קפריסין, און איבערלאזנדיק זי אויף לינקס, האבן מיר זיך אוועקגעשיפט קיין סיריען, און זענען אנגעקומען קיין צור; ווארום דארטן האט די שיף געזאלט אויסלאדן איר פראכט.
4 We found the disciples there and stayed seven days. Through the Holy Spirit they kept telling Paul not to set foot in Jerusalem. און נאך דעם ווי מיר האבן אויפגעזוכט די תלמידים, זענען מיר דארט פארבלייבן זיבן טעג; און זיי האבן גערעדט צו פוילוסן דורך דעם רוח (הקודש), נישט ארויפצוגיין קיין ירושלים.
5 When our time there was up, we left and went on, all of them with wives and children walking with us out of the city. We knelt on the beach and prayed, און ווען מיר האבן געהאט געענדיקט די טעג, זענען מיר ארויסגעגאנגען און אוועקגעפארן; און אלע האבן אונדז באגלייט מיט די פרויען און קינדער ביז אויסער דער שטאט; און מיר האבן געקניט אויפן ים ברעג און תפילה געטאן;
6 and said farewell to one another. Then we went aboard the ship, and they returned home. דערנאך האבן מיר זיך געזעגנט איינס מיטן אנדערן, און זענען איינגעשטיגן אויף דער שיף, זיי אבער האבן זיך אומגעקערט אהיים.
7 Finishing our voyage from Tyre, we arrived at Ptolemais, greeted the brothers, and stayed one day with them. און מיר האבן פארענדיקט די ים רייזע פון צור, און זענען אנגעקומען קיין פטאלעמייס; און אפגעגעבנדיק שלום צו די ברידער, זענען מיר פארבלייבן ביי זיי איין טאג.
8 The next day we left for Caesarea and entered the house of Philip the evangelist, one of the seven, and stayed with him. און צומארגנס זענען מיר ארויסגעגאנגען, און זענען געקומען קיין קיסריה; און זענען אריינגעגאנגען אין דעם הויז פון פיליפוס דעם מבשר, איינער פון די זיבן, און איינגעשטאנען ביי אים.
9 He had four unmarried daughters who prophesied. דער דאזיקער (פיליפוס) האט געהאט פיר טעכטער בתולות, וועלכע האבן נבואות געזאגט.
10 While we were staying there for many days, a prophet named Agabus came down from Judea. און בשעת מיר זענען (דארט) פארבלייבן א סך טעג, איז אראפגעקומען פונם (לאנד) יהודה א געוויסער נביא, מיטן נאמען אגאבוס.
11 He came to us, took Paul's belt, tied his own feet and hands, and said, "The Holy Spirit says this: the Jews in Jerusalem will tie up this belt's owner the same way, then hand him over into Gentile hands." און קומענדיק צו אונדז, האט ער גענומען פוילוסנס גארטל, האט זיך געבונדן די פיס און די הענט, און געזאגט: דאס זאגט דער רוח הקודש: דעם מאן, וועמעס גארטל דער איז, וועלן די יידן אין ירושלים אזוי בינדן, און (אים) איבערגעבן אין גויישע הענט אריין.
12 When we heard this, we and the local people begged Paul not to go up to Jerusalem. און ווען מיר האבן דאס געהערט, האבן מיר און די דארטיקע אים געבעטן, אז ער זאל נישט ארויפגיין קיין ירושלים.
13 Paul answered, "Why weep and break my heart? I'm ready not only to be bound but to die in Jerusalem for the name of the Lord Jesus." דעמאלט האט פוילוס געענטפערט: וואס טוט איר, וואס איר וויינט און צעברעכט מיר דאס הארץ? ווארום איך בין גרייט נישט בלויז געבונדן צו ווערן, נאר אויך צו שטארבן אין ירושלים פאר דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע.
14 And since he would not be persuaded, we fell silent and said, "The Lord's will be done." און אזויווי ער האט זיך נישט געלאזט איבעררעדן, האבן מיר שטיל געשוויגן, אזוי צו זאגן: זאל געשען דעם הארס רצון!
15 After these days we got ready and went up to Jerusalem. און נאך די דאזיקע טעג האבן מיר איינגעפאקט אונדזערע זאכן, און זענען ארויפגעגאנגען קיין ירושלים.
16 Some disciples from Caesarea also went with us, bringing us to stay with Mnason, a Cypriot and early disciple. און עס זענען אויך מיטגעגאנגען מיט אונדז אייניקע פון די תלמידים פון קיסריה, מיטפירנדיק א געוויסן מנאזאן, פון קפריסין, אן אלטער תלמיד, ביי וועמען מיר האבן געזאלט וואוינען.
17 When we arrived in Jerusalem, the brothers welcomed us gladly. און ווען מיר זענען געקומען קיין ירושלים, האבן די ברידער אונדז אויפגענומען מיט שמחה.
18 On the following day Paul went with us to see James, and all the elders were present. און דעם נעכסטן טאג איז פוילוס מיט אונדז אריינגעגאנגען צו יעקבן, און אלע זקנים זענען אהינגעקומען.
19 He greeted them, then related one by one what our Father had done among the Gentiles through his ministry. און אפגעגעבנדיק זיי שלום, האט ער באריכות דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט געטאן צווישן די אומות העולם דורך זיין עבודה.
20 Hearing this, they praised our Father, then told him, "You see, brother, how many thousands of Jews have believed, and all are passionate for the law. און הערנדיק דאס, האבן זיי געלויבט ה׳; און צו אים געזאגט: דו זעסט, ברודער, וויפל טויזנטער יידן עס זענען, וועלכע גלויבן, און אלע זענען קנאים פאר דער תורה;
21 They were told you teach all Jews among the nations to abandon Moses, telling them not to circumcise their children or follow our customs. און מען האט זיי (פאלשע קלאנג) דערציילט וועגן דיר, אז דו לערנסט אלע יידן, וועלכע געפינען זיך צווישן די אומות העולם, זיך אפפאלן פון (תורת) משה, זאגנדיק, אז זיי זאלן נישט מל זיין די קינדער, און זיך נישט נוהג זיין לויט די (יידישע) מנהגים.
22 So what should we do? They will certainly hear that you have come. וואס זשע וועט זיין? אין יעדן פאל וועלן זיי (דאך) הערן, אז דו ביסט געקומען.
23 So do what we tell you. We have four men who are under a vow. טו דעריבער דאס, וואס מיר וועלן דיר זאגן: ביי אונדז געפינען זיך פיר מענער, וועלכע האבן א נדר אויף זיך;
24 Take these men, purify yourself with them, and pay their expenses so they may shave their heads. Then everyone will know the reports about you are false, and that you yourself keep the law. נעם די דאזיקע און רייניק דיך מיט זיי, און באצאל פאר זיי, כדי זיי זאלן זיך לאזן אפגאלן דעם קאפ; און אלע וועלן וויסן, אז אין דעם, וואס זיי האבן געהערט וועגן דיר, איז גאר נישטא (קיין אמת). נאר אז דו אליין גייסט אויך אויפן דרך הישר (דרך ה׳), און היטסט אפ די תורה.
25 As for the Gentiles who have believed, we already wrote our decision: avoid food offered to idols, blood, strangled animals, and sexual immorality." און וואס שייך די גויישע מאמינים, האבן מיר שוין געשריבן א בריוו, באשליסנדיק, אז זיי זאלן זיך אפהיטן (צו עסן) פון קרבנות צו אפג-טער און פון בלוט און פון דערווארגן (פלייש) און פון זנות.
26 So Paul took the men, and the next day, having purified himself with them, entered the temple, announcing when the purification days would end and the offering would be made for each of them. פוילוס האט דעמאלט גענומען די מענער, האט זיך גערייניקט מיט זיי דעם אנדערן טאג, און איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש אריין, און געלאזט וויסן די דערפילונג פון די טעג פון רייניקונג, ביז עס זאל געברענגט ווערן דאס קרבן פאר יעדן איינעם פון זיי.
27 As the seven days were ending, Jews from Asia saw him in the temple, stirred up the whole crowd, and grabbed him, און ווי די זיבן טעג האבן זיך שוין באלד געהאט געענדיקט, האבן יידן פון (קליין) אזיען אים דערזען אין בית המקדש, און האבן אויפגעהעצט דעם גאנצן המון, און ארויפגעלייגט זייערע הענט אויף אים,
28 shouting, "Men of Israel, help! This is the man teaching everyone everywhere against our people, the law, and this place. He's even brought Greeks into the temple, making this holy place unclean." שרייענדיק, אנשי ישראל, העלפט: דער דאזיקער מענטש איז עס, וואס לערנט אלעמען אומעטום קעגן דעם (יידישן) פאלק און דער תורה און דעם דאזיקן מקום (קדוש), נאכמער, ער האט אפילו אריינגעפירט גריכן אין בית המקדש אריין און פארשוועכט דאס דאזיקע מקום קדוש.
29 They had earlier seen Trophimus the Ephesian with Paul in the city and assumed Paul had brought Trophimus into the temple. ווארום זיי האבן פריער געהאט געזען טראפימוסן דעם עפעזער אין דער שטאט מיט אים; און געמיינט, אז פוילוס האט אים אריינגעפירט אין בית המקדש אריין.
30 The whole city was stirred; people ran together, seized Paul, dragged him out of the temple, and at once the gates were shut. און די גאנצע שטאט האט זיך באוועגט, און עס איז געווארן א צוזאמענגעלויף פון פאלק; און זיי האבן געכאפט פוילוסן און אים ארויסגעשלעפט אויסער דעם בית המקדש; און גלייך האבן זיך די טירן געשלאסן.
31 As they tried to kill him, word reached the cohort commander that all Jerusalem was in turmoil. און ווי זיי האבן אים געוואלט טייטן, איז געקומען א שמועה צום הויפטמאן פון דער אפטיילונג, אז גאנץ ירושלים איז אין אן אויפברויז.
32 He immediately took soldiers and centurions and ran down to them. Seeing the commander and soldiers, the crowd stopped beating Paul. האט ער גיך גענומען זעלנער און אפיצירן, און איז אראפגעלאפן צו זיי; און דערזעענדיק דעם הויפטמאן און די זעלנער, האבן זיי אויפגעהערט צו שלאגן פוילוסן.
33 The commander came, seized him, ordered him bound with two chains, then asked who he was and what he'd done. דאן איז דער הויפטמאן צוגעגאנגען, האט אים ארעסטירט, און באפוילן מען זאל אים בינדן מיט צוויי קייטן, און האט געפרעגט, ווער ער איז, און וואס ער האט געטאן.
34 In the crowd some shouted one thing, some another. Unable to learn what was true because of the uproar, he ordered Paul brought into the barracks. און יעדער איינער אינם המון האט עפעס אנדערש געשריגן; און נישט קענענדיק זיך דערוויסן אויף זיכער, צוליב דעם געטומל, האט ער באפוילן, מען זאל אים אוועקפירן אין דער פעסטונג אריין.
35 When Paul reached the steps, soldiers had to carry him because of the crowd's violence, און ווען ער איז געקומען צו די טרעפ, האבן די זעלנער אים געטראגן צוליב דעם געדרענג פון דעם המון;
36 for the mob kept following, shouting, "Away with him!" ווארום די פאלקסמאסע האט נאכגעפאלגט, שרייענדיק: אוועק מיט אים!
37 As Paul was about to be led into the barracks, he asked the commander, "May I say something to you?" He replied, "Do you know Greek?" און בשעת פוילוס האט געזאלט אריינגעפירט ווערן אין דער פעסטונג אריין, האט ער געזאגט צום הויפטמאן: צי איז עס מיר דערלויבט עפעס צו זאגן צו דיר? און ער האט געזאגט: דו קענסט גריכיש?
38 Aren't you the Egyptian who stirred up a revolt earlier and led 4,000 Assassins into the wilderness? צי ביסטו דען נישט דער מצרי, וועלכער האט מיט א געוויסער צייט צוריק געמאכט א מרידה, און ארויסגעפירט אין דער מדבר אריין די פיר טויזנט מענער פון די סיקרים?
39 Paul answered, "I am a Jew, from Tarsus in Cilicia, a citizen of no insignificant city. I beg you, let me speak to the people." האט פוילוס געזאגט: איך בין א ייד פון טארסוס אין קיליקיען, א בירגער פון אן אנגעזעענער שטאט; בעט איך דיך, דערלויב מיר צו רעדן צום פאלק.
40 With permission granted, Paul stood on the steps and motioned to the people with his hand. When deep silence fell, he spoke to them in Hebrew: און ווען ער האט עס אים דערלויבט, האט פוילוס זיך געשטעלט אויף די טרעפ, און געמאכט א צייכן מיט דער האנט צום פאלק; און אז עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט, האט ער גערעדט צו זיי אויף לשון קודש, אזוי צו זאגן:
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]