Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 20 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 After the uproar ended, Paul sent for the disciples, encouraged them, said goodbye, and left for Macedonia. און נאך דעם ווי די מהומה האט זיך איינגעשטילט, האט פוילוס געשיקט נאך די תלמידים און גערעדט טרייסטווערטער צו זיי, האט זיך געזעגנט און איז ארויסגעגאנגען צו גיין קיין מאצעדאניען.
2 When he had passed through those regions and given the believers much encouragement, he came to Greece. און דורכגייענדיק יענע פראווינצן, און טרייסטנדיק זיי (ד. ה. די דארטיקע מאמינים) מיט א סך ווערטער, איז ער געקומען קיין גריכנלאנד.
3 He stayed three months; when the Jews plotted against him as he was about to sail for Syria, he decided to return through Macedonia. און איז (דארט) פארבלייבן במשך פון דריי חדשים; און היות א פארשווערונג איז געמאכט געווארן פון די יידן קעגן אים, ווען ער האט בדעה געהאט זיך אוועקצושיפן קיין סיריען, האט ער באשלאסן זיך אומצוקערן איבער מאצעדאניען.
4 Sopater son of Pyrrhus of Berea, Aristarchus and Secundus of Thessalonica, Gaius of Derbe, Timothy, and Tychicus and Trophimus of Asia accompanied him. און ביז (קליין) אזיען האבן אים באגלייט סאפאטרוס בן פורוס פון בערעא; און פון די טעסאלאניקער, אריסטארכוס און סעקונדוס; און גאיוס פון דערבע, און טימאטעוס; און טיכיקוס און טראפימוס, פון (קליין) אזיען.
5 These went on ahead and were waiting for us at Troas. די דאזיקע אבער זענען געגאנגען פארויס, און האבן געווארט אויף אונדז אין טראאס.
6 We sailed from Philippi after the days of Unleavened Bread, reaching them at Troas in five days and staying there seven days. און נאך פסח זענען מיר אוועקגעפארן מיט דער שיף פון פיליפיען, און זענען אין פינף טעג ארום געקומען צו זיי קיין טראאס, וואו מיר זענען פארבלייבן זיבן טעג.
7 On the first day of the week, when we gathered to break bread, Paul talked with them; planning to leave the next day, he kept talking until midnight. און דעם ערשטן טאג פון דער וואך, ווען מיר זענען זיך צונויפגעקומען צו ברעכן ברויט, האט פוילוס געדרשנט צו זיי, האבנדיק בדעה צומארגנס אפצופארן; און האט מאריך געווען די דרשה ביז האלבער נאכט.
8 There were many lamps in the upper room where we were gathered. און עס זענען געווען א סך לאמפן אין דער אויבערשטוב, וואו מיר זענען געווען פארזאמלט.
9 A young man named Eutychus sat in the window, sinking into deep sleep as Paul kept talking. Overcome by sleep, he fell from the third story and was picked up dead. און אויפן פענצטער איז געזעסן א געוויסער בחור, מיטן נאמען עווטיכוס, (וועלכער) איז אריינגעפאלן אין א טיפן שלאף; און בשעת פוילוס האט נאך אלץ פארצויגן מיט זיין דרשענען, האט דער שלאף אים בייגעקומען, און ער איז אראפגעפאלן פונם דריטן שטאק, און מען האט אים אויפגעהויבן א טויטן.
10 Paul went down, bent over him, and embracing him said, "Don't be alarmed; his life is in him." פוילוס אבער איז אראפגעגאנגען, און איז ארויפגעפאלן אויף אים, און ארומנעמענדיק אים, האט ער געזאגט: באאומרואיקט זיך נישט, ווארום די נשמה זיינע איז (נאך) אין אים.
11 He went back up, broke bread, ate, and talked with them a long time, until daybreak, then left. און איז ארויפגעגאנגען, האט געבראכן דאס ברויט, און (אליין) טועם געווען, און נאך לאנג מיט זיי גערעדט, ביז עס איז געווארן שחרית‎, און אזוי איז ער אוועקגעגאנגען.
12 And they brought the young man home alive, and were greatly comforted. און דאס בחור האט מען געברענגט צופירן א לעבעדיקן, און זיי האבן זיך נישט ווייניק געטרייסט.
13 We went ahead by ship to Assos, planning to take Paul aboard; he had chosen to go by land. מיר אבער זענען געגאנגען פארויס צו דער שיף, און האבן זיך אוועקגעשיפט קיין אסוס, כדי דארטן אויפצונעמען פוילוסן; ווארום אזוי האט ער באפוילן, ווייל אליין האט ער געוואלט גיין צופוס.
14 And when he met us at Assos, we took him on board and came to Mitylene. און ווען ער האט זיך מיט אונדז געטראפן אין אסוס, האבן מיר אים אויפגענומען, און זענען געקומען קיין מיטילענע.
15 Sailing from there, we came opposite Chios the next day, put in at Samos the day after, and reached Miletus the following day. און ווייטער פארנדיק פון דארטן, זענען מיר דעם נעכסטן טאג אנגעקומען אנטקעגנאיבער כיוס; און דעם אנדערן טאג זענען מיר געקומען קיין סאמאס; און דעם פאלגענדיקן טאג זענען מיר געקומען קיין מילעטוס.
16 Paul had decided to sail past Ephesus, avoiding time in Asia; he was hurrying to reach Jerusalem, if possible, by Pentecost. ווארום פוילוס האט באשלאסן פארבייצופארן עפעזוס, כדי ער זאל נישט דארפן פארלירן קיין צייט אין (קליין) אזיען; ווייל ער האט זיך געאיילט, ווי ווייט מעגלעך פאר אים, צו זיין אין ירושלים אויף שבועות.
17 From Miletus he sent to Ephesus and called the elders of the church to come to him. און פון מילעטוס האט ער געשיקט קיין עפעזוס, און געלאזט רופן די זקנים פון דער קהלה.
18 When they came, he said, "You know how I lived among you the whole time, from the first day I set foot in Asia, און ווען זיי זענען געקומען צו אים, האט ער צו זיי געזאגט: איר ווייסט אליין, וויאזוי איך האב מיך אויפגעפירט צווישן אייך די גאנצע צייט, פון דעם ערשטן טאג אָן, ווען איך בין געקומען קיין אזיען,
19 serving our Lord Jesus with complete humility, tears, and trials brought on by the Jews' plots against me, דינענדיק דעם האר מיט יעדער עניוות און מיט טרערן און נסיונות, וועלכע זענען געקומען אויף מיר דורך די פארשווערונגען פון יידן;
20 how I held nothing back that would help you, but declared it and taught you publicly and house to house, ווי איך האב גארנישט פארהוילן פון אייך פון דעם, וואס איז נוצלעך, אז איך זאל עס נישט האבן געזאגט צו אייך, און אייך געלערנט, סאי עפנטלעך סאי פון הויז צו הויז,
21 testifying to both Jews and Greeks: repentance toward our Father and faith in our Lord Jesus. עדות זאגנדיק צו יידן און צו גריכן וועגן תשובה צו ה׳ און אמונה אין אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.
22 Now bound by the Spirit, I'm heading to Jerusalem, not knowing what awaits me there, און זע, איצט, געבונדן אינם גייסט, גיי איך קיין ירושלים, נישט וויסנדיק, וואס עס וועט מיך דארטן באגעגענען,
23 except the Holy Spirit tells me in every city that chains and sufferings await me. אחוץ דעם, וואס דער רוח הקודש איז מעיד צו מיר אין יעדער שטאט, אזוי צו זאגן, אז עס ווארטן אויף מיר קייטן און צרות.
24 But I place no value on my life, nor treasure it for myself, only that I finish my course and the ministry I received from our Lord Jesus, testifying to the gospel of our Father's grace. נאר איך האלט, אז מיין לעבן איז נישט ווערט די רייד, אזוי טייער איז עס פאר מיר, אויב איך זאל נאר קענען פארענדיקן דעם לעבנס לויף מיינעם, און די עבודה, וואס איך האב באקומען פון דעם האר יהושע/ישוע, עדות צו זאגן פון דער גוטער בשורה פון ה׳ס חסד.
25 And now I know none of you among whom I went preaching the kingdom of our Father will see my face again. און זע, איצט ווייס איך, אז איר וועט מער קיינמאל נישט זען מיין פנים, איר אלע, צווישן וועמען איך בין ארומגעגאנגען, אויסרופנדיק דאס קעניגרייך פון ה׳.
26 Therefore I testify to you this day that I am innocent of the blood of all, דערפאר בין איך מעיד צו אייך דעם היינטיקן טאג, אז איך בין ריין פון דעם בלוט פון אלע (מענטשן).
27 for I did not shrink from declaring to you the whole purpose of our Father. ווארום איך האב מיך נישט צוריקגעהאלטן, אייך נישט אנצוזאגן דעם גאנצן ראט ווילן פון ה׳.
28 Watch yourselves and all the flock the Holy Spirit made you overseers of, to shepherd our Father's church, which he purchased with the blood of his own Son. היט זשע זיך און די גאנצע סטאדע, אויף וועלכער דער רוח הקודש האט אייך באשטימט פאר משגיחים, כדי צו פאשען ה׳ס קהלה, וועלכע ער האט געקויפט מיט זיין אייגן בלוט.
29 I know that after my departure fierce wolves will come in among you, not sparing the flock. איך ווייס, אז נאך מיין אוועקגיין וועלן אריינקומען צווישן אייך בייזע וועלף, וואס וועלן נישט האבן קיין רחמנות אויף דער סטאדע;
30 Men from among you will rise, speaking distorted things, to draw the disciples away after them. און פון אייך אליין וועלן אויפשטיין מענער, וואס רעדן פארקערטע זאכן, אפצונייגן די תלמידים נאך זיך.
31 So watch, remembering that for three years, night and day, I never stopped warning each one of you with tears. צוליב דעם זאלט איר שטיין אויף דער וואך, געדענקענדיק, אז במשך פון דריי יאר האב איך נישט אויפגעהערט, בייטאג און ביינאכט, צו זאגן מוסר צו יעדן איינעם פון אייך מיט טרערן.
32 Now I entrust you to our Father and to the word of his grace, able to build you up and give you the inheritance among all who are made holy. און איצט לאז איך אייך איבער אויף ה׳ס באראט און צום ווארט פון זיין חסד, וועלכער האט די מאכט אייך צו דערבויען און אייך צו געבן די ירושה צווישן אלע געהייליקטע.
33 I coveted no one's silver or gold or clothing. זילבער, אדער גאלד, אדער מלבושים, האב איך פון קיינעם נישט באגערט.
34 You yourselves know that these hands provided for my needs and for those who were with me. איר אליין ווייסט, אז די דאזיקע הענט מיינע האבן מיר געדינט פאר מיינע הצטרכותן און פאר די הצטרכותן פון מיינע באגלייטער.
35 In everything I showed you that, working hard this way, we must help the weak, remembering the words of our Lord Jesus, that he himself said, It is more blessed to give than to receive." אלץ האב איך אייך געוויזן, אז הארעווענדיק אויף אזא אופן, דארף מען העלפן די שוואכע, און געדענקען דעם האר ישועס ווערטער, ווייל ער אליין האט געזאגט: עס איז וויילער צו געבן ווי צו נעמען.
36 And when he had said these things, he knelt down with them all and prayed. און נאך דעם ווי ער האט דאס געזאגט, האט ער גענייגט זיינע קניען, און מתפלל געווען מיט זיי אלעמען.
37 They all wept; they embraced Paul and kissed him, און עס איז געווארן צווישן אלע א שטארק געוויין, און זיי זענען געפאלן פוילוסן אויפן האלדז און האבן אים געקושט,
38 grieving most over his words—that they'd never see his face again—they walked him to the ship. זייענדיק שמערצלעך באטריבט, אם מערסטן איבער דעם ווארט, וואס ער האט געזאגט, אז זיי וועלן מער נישט זען זיין פנים—און האבן אים באגלייט צו דער שיף.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]