Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 19 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 While Apollos was in Corinth, Paul crossed the inland region and reached Ephesus, where he found some disciples. און עס איז געשען, בשעת אפאלאס איז געווען אין קארינט, איז פוילוס, נאכן דורכגיין די אינלענדישע טיילן פון (קליין) אזיען, געקומען קיין עפעזוס; און ווען ער האט (דארט) געפונען אייניקע תלמידים,
2 He asked them, "Did you receive the Holy Spirit when you believed?" They replied, "No, we haven't even heard there is a Holy Spirit." האט ער צו זיי געזאגט: צי האט איר מקבל געווען דעם רוח הקודש, ווען איר זענט געווארן מאמינים? האבן זיי געזאגט צו אים: מיר האבן אפילו נישט געהערט, אויב עס געפינט זיך א רוח הקודש.
3 So he asked, "Into what then were you baptized?" "Into John's baptism," they said. האט ער געזאגט: אויף וואס דען האט איר זיך מקווה געטובלט? און זיי האבן געזאגט: אויף דער מקווה פון תשובה פון יוחנן.
4 Paul said, "John baptized with a baptism of repentance, telling people to believe in the one coming after him—Jesus." האט פוילוס געזאגט: יוחננס מקווה איז געווען א מקווה פון תשובה, זאגנדיק צום פאלק, אז זיי זאלן גלויבן אין דעם, וועלכער וועט קומען נאך אים, דאס הייסט אין יהושען/ישוען.
5 On hearing this, they were baptized in the name of the Lord Jesus. און הערנדיק דאס, האבן זיי זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע.
6 When Paul laid hands on them, the Holy Spirit came on them; they spoke in tongues and prophesied. און ווי פוילוס האט ארויפגעלייגט אויף זיי די הענט, איז דער רוח הקודש געקומען אויף זיי; און זיי האבן גערעדט מיט לשונות און נבואות געזאגט.
7 There were about twelve men in all. און זיי אלע זענען געווען אן ערך צוועלף מענער.
8 Paul entered the synagogue, speaking boldly three months, reasoning and persuading about our Father's kingdom. און ער איז אריינגעגאנגען אין שול, און האט גערעדט מיט דרייסטקייט במשך פון דריי חדשים, האלטנדיק וויכוחים און איבערצייגנדיק בנוגע דעם מלכות פון ה׳.
9 When some grew stubborn, refusing to believe and slandering the Way before the crowd, he withdrew from them, took the disciples, and reasoned daily in Tyrannus's lecture hall. ווען אבער אייניקע האבן הארט געמאכט זייערע הערצער און נישט געגלויבט, רעדנדיק שלעכטס לגבי דעם דרך (ה׳) פאר דעם עולם, איז ער אוועק פון זיי, און האט אפגעשיידט די תלמידים, און טאג טעגלעך גערעדט אין דער בית המדרש ישיבה פון א געוויסן טיראנוס.
10 This continued two years, so all living in Asia, both Jews and Greeks, heard the word of the Lord Jesus. דאס דאזיקע איז אנגעגאנגען צוויי יאר לאנג, אזוי, אז אלע איינוואוינער פון (קליין) אזיען, יידן און גריכן, האבן געהערט דאס ווארט פון דעם האר.
11 Our Father did extraordinary miracles through the hands of Paul, און ה׳ האט געטאן אויסערגעוויינלעכע וואונדער דורך די הענט פון פוילוסן;
12 so even handkerchiefs and aprons that touched his skin were carried to the sick, and diseases left them and evil spirits went out of them. אזוי, אז מען פלעגט אוועקטראגן פון זיין לייב טיכלעך אדער פארטיכער צו די שלאפע, און די חלאתן האבן זיי פארלאזט, און די בייזע גייסטער זענען ארויס.
13 Some traveling Jewish exorcists also tried invoking the name of the Lord Jesus over those with evil spirits, saying, "I command you by the Jesus Paul preaches." און אייניקע פון די יידישע וואנדערער, בעלי שם, האבן אונטערגענומען אנצורופן דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע אויף די, וואס האבן געהאט בייזע גייסטער, אזוי צו זאגן: איך באשווער אייך ביי יהושען/ישוען, וועמען פוילוס רופט אויס!
14 Seven sons of a Jewish high priest named Sceva were doing this. און די, וואס האבן דאס געטאן זענען געווען זיבן בנים פון געוויסן סקעווא, א ייד, איינער פון די ”גרויסע כהנים“.
15 But the evil spirit answered them, "Jesus I know, and Paul I recognize, but who are you?" און דער בייזער גייסט האט געענטפערט און געזאגט צו זיי: יהושען/ישוען קען איך, פוילוסן קען איך אויך; ווער אבער זענט איר?
16 And the man who had the evil spirit leaped on them, overpowered them all, and prevailed against them, so that they fled out of that house naked and wounded. און דער מענטש, אין וועמען עס איז געווען דער בייזער גייסט, האט אויף זיי א שפרונג געטאן, און איבערגעוועלטיקט צוויי פון זיי, און זיי (אזוי) בייגעקומען, אז זיי זענען אנטלאפן פון יענעם הויז נאקעט און פארוואונדעט.
17 All Jews and Greeks living in Ephesus learned of this. Fear seized them all, and the name of the Lord Jesus was highly praised. און דאס דאזיקע איז באקאנט געווארן צו אלע יידן און גריכן, וועלכע האבן געוואוינט אין עפעזוס; און א מורא איז געפאלן אויף זיי אלע, און דעם האר ישועס נאמען איז דערהייבט געווארן.
18 Many of those who had become believers also came, confessing and disclosing their practices. און א סך פון די, וואס האבן געגלויבט, זענען געקומען און זיך מתוודה געווען און דערציילט פון זייערע (פריערדיקע) מעשים.
19 Many who had practiced sorcery brought their scrolls together and burned them before everyone. They added up the price and found it worth 50,000 days' wages. און א סך פון די, וואס האבן זיך פארנומען מיט כישוף, האבן צוזאמענגעברענגט זייערע ביכער, און זיי פארברענט פאר אלעמען אין די אויגן; און מען האט בארעכנט זייער ווערט, און געפונען (אז עס האט באטראפן) פיפציק טויזנט שטיק זילבער.
20 So the word of the Lord Jesus continued to grow mightily and prevail. אזוי מעכטיק איז געוואקסן דאס ווארט פון דעם האר און האט זיך געשטארקט.
21 When this was done, Paul decided in his spirit to go through Macedonia and Achaia to Jerusalem, saying, "After I've been there, I must see Rome too." און נאך דעם ווי די דאזיקע זאכן זענען געשען, האט פוילוס פארגענומען אין זיין גייסט, אז ווען ער וועט האבן דורכגעגאנגען מאצעדאניען און אכאיא, צו פארן קיין ירושלים, און האט געזאגט: נאך דעם ווי איך וועל דארטן זיין, מוז איך אויך זען רוים.
22 He sent two of his assistants, Timothy and Erastus, to Macedonia, while staying in Asia himself a while longer. און אוועקשיקנדיק קיין מאצעדאניען צוויי פון די, וואס האבן אים באדינט, טימאטעוסן און עראסטוסן, איז ער אליין נאך פארבלייבן א געוויסע צייט אין (קליין) אזיען.
23 About that time there arose a serious disturbance concerning the Way. און ארום יענער צייט איז געשען נישט קיין קליינע מהומה וועגן דעם (משיחיסטים) דרך (ה׳).
24 For a man named Demetrius, a silversmith who made silver shrines of Artemis, kept many craftsmen busy. ווארום א געוויסער מאן, מיטן נאמען דימעטריוס, א זילבערשמיד, וועלכער פלעגט מאכן זילבערנע טעמפלען פון ארטעמיס, און געבן די האנטווערקער נישט קיין קליינעם פארדינסט;
25 He gathered them and workers in similar trades and said, "Men, you know our wealth comes from this trade. האט זיי פארזאמלט און די (אנדערע) בעלי מלאכות פון אזעלכע זאכן, און געזאגט: מענער, איר ווייסט, אז פון דער דאזיקער ארבעט האבן מיר אונדזער וואוילשטאנד.
26 You see and hear that this Paul has persuaded and turned away a great many people—not only in Ephesus but nearly all of Asia—telling them gods made by hands aren't gods at all. און איר זעט און הערט, אז נישט נאר אין עפעזוס, נאר כמעט אין גאנץ (קליין) אזיען האט דער דאזיקער פוילוס איבערגערעדט און אפגעקערט אן אנגעזעענעם המון מענטשן, זאגנדיק, אז דאס זענען נישט קיין ג‑טער, וואס ווערן געמאכט מיט הענט;
27 The risk isn't just that our trade loses its good name, but that the temple of the great goddess Artemis will count for nothing, and she, worshiped by all Asia and the world, will be stripped of her greatness." און עס איז א סכנה, אז נישט בלויז אונדזער פאך וועט ווערן צו שפאט, נאר אפילו דער טעמפל פון דער גרויסער ג‑טין ארטעמיס וועט פאר נישט געאכט ווערן; און עס קען נאך זיין, אז עס וועט אוועקגענומען ווערן די מאיעסטעט פון איר, וועמען גאנץ (קליין) אזיען און די באוואוינטע וועלט דינט.
28 Hearing this, they were enraged and shouted, "Great is Artemis of the Ephesians!" און ווי זיי האבן דאס געהערט, זענען זיי געווארן פול מיט צארן, און האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: גרויס איז די ארטעמיס פון די עפעזער!
29 The city filled with confusion; together they rushed into the theater, dragging along Gaius and Aristarchus, Macedonians, Paul's traveling companions. און די שטאט איז פול געווארן פון דער מהומה; און אלע צוזאמען האבן געשטורמט צום טעאטער, מיטשלעפנדיק גאיוסן און אריסטארכוסן, מאצעדאניער, פוילוסנס באגלייטער אויף דער נסיעה.
30 When Paul wanted to go in among the crowd, the disciples would not let him. ווי אבער פוילוס האט געוואלט אריינגיין צווישן דעם פאלק, האבן די תלמידים אים נישט געלאזט.
31 Even some officials of the province, his friends, sent word urging him not to risk entering the theater. און אויך אייניקע פון די הויכע באאמטע פון (קליין) אזיען, זייענדיק זיינע פריינד, האבן געשיקט צו אים, און געבעטן ער זאל זיך נישט איינשטעלן צו קומען אין טעאטער אריין.
32 Meanwhile some shouted one thing, others another—the assembly was in confusion, and most didn't know why they'd gathered. און זיי האבן געשריגן, א טייל איין זאך, אנדערע עפעס אנדערש, ווארום די פארזאמלונג איז געווען צעטומלט; און די מערסטע האבן נישט געוואוסט, צוליב וועלכן זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען.
33 Some in the crowd coached Alexander, whom the Jews pushed forward; motioning with his hand, he wanted to defend himself before the people. און פון דעם המון האט מען ארויסגעשלעפט אלעקסאנדערן, וועמען די יידן האבן געשטופט פארויס. און אלעקסאנדער האט געמאכט א צייכן מיט דער האנט, און געוואלט האלטן א פארטיידיקונג רעדע פארן פאלק.
34 Realizing he was a Jew, they shouted as one for about two hours, "Great is Artemis of the Ephesians!" דערוויסנדיק (אין אנטיסעמיטיזם) זיך אבער, אז ער איז א ייד, האבן אלע געשריגן מיט איין קול במשך פון כמעט צוויי שעה; גרויס איז ארטעמיס (די ג-טין) פון די עפעזער!
35 When the town clerk had quieted the crowd, he said, "Men of Ephesus, who doesn't know the Ephesians' city is temple keeper of the great Artemis and of the image that fell from heaven? און דער שטאט שרייבער, בארואיקנדיק דעם המון מענטשן, האט געזאגט: אָ מענער פון עפעזוס, צי געפינט זיך דען עמיצער צווישן מענטשן, וואס ווייסט נישט, אז די שטאט פון די עפעזער איז די טעמפל היטערין פון דער גרויסער ארטעמיס און פון איר בילד, וואס איז אראפגעפאלן פון הימל?
36 Since these things cannot be denied, you ought to keep calm and do nothing rash. דעריבער, אזוי ווי מען קען די דאזיקע זאכן נישט סותר זיין, האט איר זיך געזאלט פארהאלטן רואיק, און גארנישט טאן אין איילעניש.
37 For you have brought these men here who are neither temple robbers nor blasphemers of our goddess. ווארום איר האט אהערגעברענגט די דאזיקע מענטשן, וועלכע זענען נישט קיין טעמפל רויבער, נישט קיין לעסטערער פון אונדזער ג‑טין.
38 So if Demetrius and his fellow craftsmen have a charge against anyone, courts are in session and proconsuls are available—let them accuse each other there. דעריבער, אויב דימעטריוס און די האנט ווערקער מיט אים האבן טאקע עפעס א טענה קעגן עמיצן, ווערן (דאך) געהאלטן עפנטלעכע טעג פון משפטים, און עס זענען דא פראקאנסולן; זאלן זיי אנקלאגן איינס דאס אנדערע.
39 But if you are seeking anything further, it will be settled in the regular assembly. אויב אבער איר זוכט עפעס אנדערש, וועט עס געלייזט ווערן אויף דער געזעצלעכער פארזאמלונג.
40 We risk being charged with today's riot, since we have no reason to justify this uproar." ווארום מיר זענען אויך אין א סכנה, אנגעקלאגט צו ווערן וועגן א מרידה צוליב דער היינטיקער מעשה, ווייל עס איז נישטא קיין סיבה, מיט וועלכער מיר זאלן קענען פארענטפערן דאס דאזיקע מהומה.
41 And when he had said this, he dismissed the assembly. און ווען ער האט דאס געזאגט, האט ער פאנאנדערגעלאזט די פארזאמלונג.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]