Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 22 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 "Brothers and fathers, listen now to my defense before you." ברידער און פאטערס, הערט איצט אויס מיין פארטיידיקונג פאר אייך—
2 When they heard him speaking to them in Hebrew, they grew even more quiet. And he said: און ווי זיי האבן דערהערט, אז ער רעדט צו זיי אויף לשון קודש, האבן זיי זיך נאך רואיקער פארהאלטן; און ער האט געזאגט—
3 "I am a Jew, born in Tarsus of Cilicia, raised in this city, trained at Gamaliel's feet in the strict law of our ancestors, as eager for God as all of you are today. איך בין א ייד, געבוירן אין טרסוס אין קיליקיען, דערצויגן אבער בין איך געווארן (דא) אין דער דאזיקער שטאט, ביי די פיס פון (תנא רבן) גמליאל, און מען האט מיך פלייסיק געלערנט די תורה פון אונדזערע אבות, און א קנאי בין איך געווען פאר ה׳, ווי איר אלע זענט עס ביים היינטיקן טאג.
4 I persecuted this Way to the death, binding and delivering to prison both men and women, און דעם דאזיקן (דרך ה׳) דרך האב איך גערודפט ביז צום טויט, בינדנדיק און איבערגעבנדיק אין תפיסה אריין מענער און פרויען.
5 as the high priest and the whole council of elders can testify. From them I received letters to the brothers in Damascus, and went to bring those there as prisoners to Jerusalem for punishment." ווי אפילו דער כהן גדול וועט עס מיר עדות זאגן און דאס גאנצע בית הזקנים, פון וועמען איך האט באקומען בריוו צו די ברידער, און בין געגאנגען קיין דמשק צו ברענגען אויך די, וואס זענען דארטן געווען, געבונדן קיין ירושלים, כדי זיי זאלן באשטראפט ווערן.
6 "Traveling and nearing Damascus about noon, a great light from heaven suddenly flashed around me." און עס איז געשען, בשעת איך בין געווען אויפן וועג און האב מיך דערנענטערט צו דמשק, ארום האלבן טאג האט מיך פלוצלונג ארומגעלויכטן א גרויס ליכט פון הימל.
7 I fell to the ground and heard a voice say to me, "Saul, Saul, why are you persecuting me?" און איך בין אנידערגעפאלן אויף דער ערד, און האב געהערט א קול זאגן צו מיר: שאול, שאול, וואס פארפאלגסטו מיך?
8 I answered, "Who are you, Lord?" He replied, "I am Jesus of Nazareth, whom you're persecuting." און איך האב געענטפערט: ווער ביסטו, האר? און ער האט צו מיר געזאגט: איך בין יהושע/ישוע פון נצרת, וועמען דו פארפאלגסט.
9 "Those with me saw the light but didn't understand the voice of the one speaking to me." און די, וואס זענען מיט מיר געווען, האבן געזען דאס ליכט, נאר דאס קול, וואס האט גערעדט מיט מיר, האבן זיי נישט (מיט פארשטענדיקייט) געהערט.
10 I said, "What should I do, Lord?" The Lord replied, "Get up and go into Damascus. There you'll be told all you've been appointed to do." און איך האב געזאגט: וואס זאל איך טאן, האר? און דער האר האט צו מיר געזאגט: שטיי אויף, גיי קיין דמשק; און דארטן וועט דיר (שוין) געזאגט ווערן וועגן אלעם, וואס איז דיר באשטימט געווארן, צו טאן.
11 "Since that light's brightness blinded me, my companions led me by the hand into Damascus." אזויווי אבער איך האב נישט געקענט זען צוליב דעם גלאנץ פון יענעם ליכט, בין איך געקומען קיין דמשק, געפירט ביי דער האנט פון די, וואס זענען מיט מיר געווען.
12 "A man named Ananias, devout by the law, well spoken of by all the Jews living there, און א געוויסער חנניה, א ג‑טספארכטיקער מאן לויט דער תורה, וועלכער האט געהאט א גוטן שם ביי אלע יידן, וואס האבן דארט געוואוינט,
13 came and stood by me and said, 'Brother Saul, receive your sight.' At that very hour I looked up and saw him." איז געקומען צו מיר, און איז געשטאנען לעבן מיר, געזאגט: ברודער שאול, ווער ווידער זעענדיק! און אין דער זעלביקער שעה האב איך געקוקט אויף אים.
14 "He said, 'The God of our fathers appointed you to know his will, to see the Righteous One, and to hear a voice from his mouth; און ער האט געזאגט: דער ג‑ט פון אונדזערע אבות האט דיך אויסדערוויילט, צו וויסן זיין רצון און צו זען דעם צדיק און צו הערן א קול פון זיין מויל ארויס.
15 for you will be his witness to everyone of what you have seen and heard. מחמת דו וועסט זיין אן עדות פאר אים צו אלע מענטשן פון דעם, וואס דו האסט געזען און געהערט.
16 And now, why wait? Get up, be baptized, wash away your sins, calling on his name." און איצט וואס צעגערסטו? שטיי אויף, לאז דיך טובל זיין אין דער מקווה, און וואש אפ דיינע זינד, אנרופנדיק זיין נאמען.
17 "When I had returned to Jerusalem and was praying in the temple, I fell into a trance," און עס איז געשען, בעת איך האב מיך אומגעקערט קיין ירושלים און האב תפילה געטאן אין בית המקדש, בין איך אריינגעפאלן אין א טראנס,
18 and saw him saying to me, "Hurry and leave Jerusalem quickly, because they won't accept your testimony about me." און האב אים געזען זאגן צו מיר: ^אייל דיך, און גיי ארויס געשווינט פון ירושלים, ווייל זיי וועלן (דא) נישט אננעמען דיין עדות זאגן וועגן מיר.
19 I said, "Lord, they themselves know that I went from synagogue to synagogue imprisoning and beating those who believed in you. און איך האב געזאגט: האר, זיי אליין ווייסן (דאך), אז איך פלעג איינזעצן אין תפיסה און שלאגן אין אלע שולן די, וועלכע גלויבן אין דיר;
20 When the blood of your witness Stephen was being shed, I stood by, approving and guarding the cloaks of those killing him.'" און בשעת דאס בלוט פון דיין עדות סטעפאנוס איז פארגאסן געווארן, בין איך אליין געשטאנען דערביי מסכים זייענדיק (דערצו), און אכטונג געבנדיק אויף די מלבושים פון די, וואס האבן אים געהרגעט.
21 "And he said to me, 'Go, for I will send you far away to the Gentiles.'" און ער האט צו מיר געזאגט: גיי; ווייל איך וועל דיך שיקן ווייט צו די אומות העולם.
22 Up to that point they listened, then they raised their voices and shouted, "Erase such a man from the earth! He shouldn't be allowed to live!" און זיי האבן אים אויסגעהערט ביז צו דעם דאזיקן ווארט; און האבן אויפגעהויבן זייער קול, זאגנדיק: פארטיליק אזא מענטשן פון דער ערד; ווארום ער איז נישט ווערט וואס ער לעבט!
23 And as they were shouting and throwing off their cloaks and flinging dust into the air, און בשעת זיי האבן (אזוי) געשריגן און אראפגעווארפן די מלבושים (פון זיך) און געווארפן שטויב אינדערלופטן,
24 the commander ordered him taken into the barracks and whipped, to learn why they were shouting against him like this. האט דער הויפטמאן באפוילן, ער זאל אריינגעפירט ווערן אין דער פעסטונג אריין, און האט געהייסן, מען זאל אים אויספארשן מיט שמיץ, כדי זיך צו דערוויסן, צוליב וועלכער סיבה זיי האבן אזוי געשריגן קעגן אים.
25 As they stretched him out for the straps, Paul said to the centurion standing there, "Is it legal for you to whip a Roman citizen who hasn't been condemned?" ווי אבער מען האט אים אויסגעצויגן צום שמייסן, האט פוילוס געזאגט צום אפיציר, וואס איז געשטאנען דערנעבן: צי איז אייך דען דערלויבט צו שמייסן א מענטשן, וואס איז א רוימישער בירגער און וועלכער איז נישט פארמשפט?
26 Hearing this, the centurion went to the commander and reported it: "What are you about to do? This man is a Roman citizen." און ווי דער אפיציר האט דאס געהערט, איז ער צוגעגאנגען צום הויפטמאן און אים דערציילט, אזוי צו זאגן: וואס גייסטו טאן? דער דאזיקער מענטש איז דאך א רוימער!
27 So the commander came and asked, "Tell me, are you a Roman citizen?" "Yes," he said. און דער הויפטמאן איז צוגעקומען און געזאגט צו אים: זאג מיר, דו ביסט (טאקע) א רוימער? האט ער געזאגט: יא.
28 The commander said, "I paid a large sum for this citizenship." But Paul said, "I was born a citizen." האט דער הויפטמאן געענטפערט: פאר א גרויסן פרייז האב איך מיר דערווארבן די דאזיקע בירגערשאפט. און פוילוס האט געזאגט: איך אבער בין געבוירן געווארן (א רוימער).
29 So those about to question him withdrew at once; the commander was afraid, realizing he had bound a Roman citizen. און די, וואס האבן אים געזאלט אויספארשן, זענען דעריבער גלייך אוועקגעגאנגען פון אים; און דער הויפטמאן האט זיך געפארכטן, דערוויסנדיק זיך, אז ער איז א רוימער, און אז ער האט אים געלאזט בינדן.
30 The next day, wanting to know exactly why the Jews accused him, the commander freed Paul, ordered the chief priests and the whole council to assemble, brought Paul down, and set him before them. צומארגנס אבער, וועלנדיק זיך דערוויסן אויף זיכער, וועגן וואס ער איז באשולדיקט געווארן פון די יידן, האט ער אים באפרייט פון די קייטן, און באפוילן, אז די הויפט כהנים זאלן זיך צוזאמענקומען און דאס גאנצע סנהדרין: און האט אראפגעפירט פוילוסן, און אים אוועקגעשטעלט פאר זיי.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]