Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 23 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Paul stared at the council: "Brothers, I have lived my life before our Father in all good conscience until today." און פוילוס האט זיך איינגעקוקט אויפן סנהדרין, און געזאגט: ברידער, איך האב געלעבט פאר ה׳ מיט א גאנץ און גוט געוויסן ביז צום היינטיקן טאג.
2 The high priest Ananias ordered those standing near him to strike Paul on the mouth. אבער דער כהן גדול חנניה האט באפוילן די, וואס זענען דארט ביי אים געשטאנען, אים צו שלאגן אויפן מויל.
3 Paul said to him, "Our Father will strike you, you whitewashed wall! You sit there to judge me by the law, yet you break the law by ordering me struck?" האט פוילוס דעמאלט צו אים געזאגט: ה׳ וועט דיך שלאגן, דו ווייס געקאלכטע וואנט; און דו זיצט מיך צו משפטן לויט דער תורה, און באפעלסט מען זאל מיך שלאגן להיפך דער תורה?
4 Those standing nearby said, "Do you dare to insult our Father's high priest?" אבער די, וואס זענען דארט געשטאנען האבן געזאגט: דעם כהן גדול פון ה׳ זידלסטו?
5 Paul said, "Brothers, I didn't know he was high priest; for Scripture says, 'Don't speak evil of your people's ruler.'" האט פוילוס געזאגט: ברידער, איך האב נישט געוואוסט, אז עס איז דער כהן גדול; ווארום עס שטייט געשריבן: א נשיא ביי דיין פאלק זאלסטו נישט פלוכן. (שמות כב, כז.)
6 Paul, knowing some were Sadducees, others Pharisees, cried out in the council, "Brothers, I am a Pharisee, son of Pharisees. I am on trial over the hope and resurrection of the dead!" און וויסנדיק, אז איין טייל איז צדוקים און די אנדערע טייל פרושים, האט פוילוס א געשריי געטאן אין דעם סנהדרין: ברידער, איך בין א פרוש בן פרושים; וועגן דער האפענונג פון תחית המתים ווער איך געמשפט!
7 When he said this, a dispute arose between the Pharisees and Sadducees, and the assembly was split. און ווען ער האט דאס געזאגט, איז געווארן א מחלוקה פון די פרושים מיט די צדוקים, און די מאסע האט זיך געשפאלטן.
8 For the Sadducees say there is no resurrection, and neither angel nor spirit, but the Pharisees acknowledge them all. ווארום די צדוקים זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים, נישט קיין מלאך, נישט קיין גייסט; די פרושים אבער זענען מודה אויף ביידע.
9 A loud uproar broke out. Some scribes from the Pharisees' side stood and argued sharply: "We find nothing wrong in this man. What if a spirit or an angel spoke to him?" און עס איז געווארן א גרויס געשריי; און עס זענען אויפגעשטאנען אייניקע סופרים פון דעם צד פון די פרושים, און האבן געהאלטן א וויכוח, אזוי צו זאגן: מיר געפינען נישט קיין שום שלעכטס אין דעם דאזיקן מענטשן; און (וואס איז) אויב א גייסט אדער א מלאך האט צו אים גערעדט?
10 As the dispute grew violent, the commander, fearing Paul would be torn apart by them, ordered the soldiers to go down, seize him from among them, and bring him into the barracks. און ווען דאס מחלוקה איז געווארן (גאר) גרויס, האט דער הויפטמאן, מורא האבנדיק, אז פוילוס זאל פון זיי נישט צעריסן ווערן, באפוילן דאס מיליטער אראפצוגיין און אים א כאפ צו טאן פון זייער מיט, און אריינצופירן אין דער פעסטונג אריין.
11 The next night our Lord Jesus stood beside him and said, "Take courage! As you testified about me in Jerusalem, so you must testify in Rome too." און אין דער פאלגענדיקער נאכט איז דער האר געשטאנען ביי אים, און געזאגט: זיי שטארק; ווארום ווי דו האסט עדות געזאגט וועגן מיר אין ירושלים, אזוי דארפסטו אויך עדות זאגן אין רוים.
12 At daybreak the Jews conspired and swore not to eat or drink until they killed Paul. און ווען עס איז געווארן טאג האבן די יידן געמאכט א פארשווערונג, און זיך געבונדן מיט א פייערלעכער שבועה, און געזאגט, אז זיי וועלן נישט עסן און נישט טרינקען ביז זיי וועלן נישט הרגענען פוילוסן.
13 There were more than forty who had joined in this plot. און עס זענען געווען מער ווי פערציק, וועלכע האבן געמאכט די דאזיקע שבועה.
14 They went to the chief priests and elders and said, "We have bound ourselves under a solemn oath to taste nothing until we kill Paul. און זיי זענען געקומען צו די הויפט כהנים און צו די זקנים, און האבן געזאגט: מיט א פייערלעכער שבועה האבן מיר זיך געבונדן גארנישט טועם צו זיין, ביז מיר וועלן נישט טייטן פוילוסן.
15 So now, you and the council, ask the commander to bring him down to you, as if to examine his case more closely. We're ready to kill him before he arrives." דעריבער לאזט איצט מיט דעם סנהדרין וויסן דעם הויפטמאן, אז ער זאל אים אראפברענגען צו אייך, פונקט ווי איר וואלט געוואלט גענויער אויספארשן וועגן אים; און איידער ער וועט זיך דערנענטערן צו אייך, זענען מיר גרייט אים אומצוברענגען.
16 But Paul's sister's son, hearing of the ambush, went and entered the barracks and told Paul. נאר פוילוסנס שוועסטערן‑זון האט געהערט פון דער לויערונג, און איז געקומען, און אריינגעגאנגען אין דער פעסטונג אריין, און האט עס דערציילט פוילוסן.
17 Paul called a centurion and said, "Take this young man to the commander—he has something to report." און פוילוס האט גערופן איינעם פון די אפיצירן, און געזאגט: פיר דעם דאזיקן יונגנמאן צום הויפטמאן, ווארום ער האט אים עפעס צו דערציילן.
18 So he took him to the commander and said, "The prisoner Paul called me and asked me to bring this young man to you; he has something to tell you." און ער האט אים גענומען און אוועקגעפירט צום הויפטמאן, און געזאגט: דער ארעסטאנט פוילוס האט מיך גערופן און געבעטן, איך זאל ברענגען צו דיר דעם דאזיקן יונגנמאן, וועלכער האט עפעס צו דיר צו זאגן.
19 The commander took his hand, led him aside privately, and asked, "What do you have to tell me?" און דער הויפטמאן האט אים גענומען ביי דער האנט, האט אים אוועקגעפירט אויף א זייט, און (אים) געפרעגט: וואס איז עס, וואס דו האסט מיר צו דערציילן?
20 He said, "The Jews have agreed to ask you to bring Paul down to the council tomorrow, pretending to inquire more precisely about him. האט ער געזאגט: די יידן האבן איינגעשטימט דיך צו בעטן, אז דו זאלסט צומארגנס אראפפירן פוילוסן צום סנהדרין, פונקט ווי זיי וואלטן געוואלט עפעס גענויער אויספארשן וועגן אים.
21 Don't listen to them—more than forty of their men are waiting in ambush for him. They've bound themselves by oath not to eat or drink until they kill him, and now they're ready, waiting for your agreement." דו זאלסט דיך אבער נישט לאזן איבעררעדן פון זיי, ווארום מער ווי פערציק (מענטשן) פון זיי לאקערן אויף אים, און האבן זיך פייערלעך געשוואוירן, נישט צו עסן און נישט צו טרינקען, ביז זיי וועלן אים נישט האבן אומגעברענגט; און זענען איצט גרייט און ווארטן (בלויז) אויף דיין הבטחה.
22 The commander sent the young man off, ordering him, "Tell no one you reported this to me." און דער הויפטמאן האט אוועקגעשיקט דעם יונגנמאן, אנזאגנדיק אים: זאלסט קיינעמען נישט אויסזאגן, אז דו האסט מיר דאס צו וויסן געטאן.
23 Then he called two centurions: "Ready 200 soldiers for Caesarea, and seventy horsemen, and 200 spearmen, by nine tonight." און האט גערופן צוויי פון די אפיצירן, און געזאגט: גרייט צו צוויי הונדערט זעלנער, וואס זאלן גיין קיין קיסריה, און זיבעציק רייטער, און צוויי הונדערט שפיזנטרעגער, אין דער דריטער שעה פון דער נאכט;
24 He told them to provide mounts for Paul, to bring him safely to Governor Felix. און (ער האט באפוילן) זיי זאלן צוגרייטן בהמות, כדי ארויפצוזעצן פוילוסן און אים אוועקפירן אין זיכערהייט צו פעליקסן דעם גובערנאטאר.
25 And he wrote a letter that read as follows:" און האט געשריבן א בריוו, אויף דעם אופן:
26 "Claudius Lysias, to his Excellency Governor Felix: Greetings. קלוידיוס ליזיאס צום חשובסטן גובערנאטאר פעליקס, שלום.
27 The Jews seized this man and were about to kill him when I came with my troops and rescued him, having learned he was a Roman citizen. דער דאזיקער מאן איז געפאנגען געווארן פון די יידן, און זיי האבן אים געוואלט טייטן; (נאר) איך בין געקומען מיטן מיליטער און האב אים אפגעראטעוועט, דערוויסנדיק זיך, אז ער איז א רוימער.
28 Wanting to know the charge they were bringing against him, I brought him down to their council. און וועלנדיק וויסן די סיבה, פארוואס זיי האבן אים אנגעקלאגט, האב איך אים אראפגעפירט צו זייער סנהדרין;
29 I found him accused over questions of their law, with no charge deserving death or imprisonment. און האב געפונען, אז ער ווערט אנגעקלאגט וועגן שאלות פון זייער תורה, און האט נישט קיין שום באשולדיקונג, אז ער זאל זיין חייב מיתה אדער קייטן.
30 Told of a plot against the man, I sent him to you at once, also ordering his accusers to state their case against him before you." ווי אבער עס איז מיר געוויזן געווארן, אז עס וועט זיין א פארשווערונג אויף דעם מאן, האב איך אים תיכף געשיקט צו דיר, באפעלנדיק אויך די באשולדיקער צו רעדן פאר דיר קעגן אים.
31 So the soldiers, following their orders, took Paul and brought him by night to Antipatris. די זעלנער האבן דעריבער גענומען פוילוסן, לויט ווי עס איז זיי באפוילן געווארן, און אים אוועקגעפירט ביינאכט קיין אנטיפאטריס.
32 The next day they let the horsemen go on with him while they returned to the barracks. און צומארגנס, לאזנדיק די רייטער גיין מיט אים, האבן זיי זיך אומגעקערט אין דער פעסטונג אריין;
33 The horsemen reached Caesarea, delivered the letter to the governor, and presented Paul to him. און זיי זענען אריינגעגאנגען קיין קיסריה און האבן איבערגעגעבן דעם בריוו צום גובערנאטאר, און אויך אוועקגעשטעלט פוילוסן פאר אים.
34 After reading it, the governor asked what province he was from, and learned he was from Cilicia, און נאכן איבערלייענען, האט ער אים געפרעגט פון וועלכער פראווינץ ער איז; און אז ער האט געהערט, אז פון קיליקיען,
35 "I'll hear you," he said, "once your accusers arrive." He ordered him held under guard in Herod's headquarters. האט ער געזאגט: איך וועל דיך אויסהערן, ווען די אנקלאגער דיינע וועלן אויך (אהער) קומען; און האט באפוילן, מען זאל אים באוואכן אין הורדוסנס פאלאץ.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]