Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 24 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Five days later the high priest Ananias came down with some elders and a lawyer, Tertullus, and they brought charges against Paul before the governor. און פינף טעג שפעטער איז דער כהן גדול חנניה אראפגעקומען מיט אייניקע זקנים, און א רעדנער, א געוויסער טערטולוס; און זענען דערשינען פארן גובערנאטאר קעגן פוילוסן.
2 When Paul was summoned, Tertullus began his accusation: "Through you we enjoy great peace, and reforms have come to this nation through your foresight, און ווען ער איז גערופן געווארן, האט טערטולוס אנגעהויבן אים צו באשולדיקן, זאגנדיק: אז מיר געניסן פיל פרידן דורך דיר, און אז א סך פארבעסערונגען זענען געטאן געווארן צו דעם דאזיקן פאלק דורך דיין השגחה,
3 we acknowledge this in every way and everywhere, most excellent Felix, with all gratitude. (דאס) אנערקענען מיר אלעמאל און אומעטום, אָ נאבעלער פעליקס, מיט פיל דאנקבארקייט.
4 But so as not to detain you any further, I ask you to hear us kindly, in a few words. נאר כדי איך זאל דיך נישט צופיל באלעסטיקן, בעט איך דיך אין דיין באשיידנקייט אונדז אויסצוהערן בקיצור.
5 We found this man a plague, stirring up riots among all the Jews worldwide, and a ringleader of the Nazarene sect. ווארום מיר האבן געפונען דעם דאזיקן מאן ווי א פעסט, און אן אויפהעצער צו מחלוקת צווישן אלע יידן איבער דער גאנצער באוואוינטער וועלט, א מנהיג פון דער כיתה פון די נוצרים;
6 He even tried to desecrate the temple, so we seized him. וואס ער האט אויך געמאכט א פארזוך מחלל צו זיין דאס בית המקדש; און מיר האבן אים ארעסטירט און געוואלט משפטן לויט אונדזער תורה.
7 Not in this edition נאר ליזיאס דער הויפטמאן איז געקומען און מיט געוואלד אים ארויסגעריסן פון אונדזערע הענט,
8 By examining him yourself, you can learn all we accuse him of." באפעלנדיק זיינע באשולדיקער צו קומען צו דיר; פון וועמען, נאך א חקירה ודרישה, דו וועסט זיך קענען דערוויסן, אלע די דאזיקע זאכן, וועגן וועלכע מיר באשולדיקן אים.
9 The Jews also joined in the attack, insisting that these things were so. און די יידן האבן מסכים געווען, זאגנדיק, אז עס איז אזוי.
10 The governor motioned him to speak. Paul answered: "Knowing you've judged this nation for many years, I gladly defend myself. און פוילוס האט געענטפערט, נאך דעם ווי דער גובערנאטאר האט אים געגעבן א צייכן צו רעדן. וויסנדיק, אז דו ביסט שוין פון כמה יארן א שופט ביים דאזיקן פאלק, פארטיידיק איך מיך מיט גוטן מוט;
11 You can confirm it's no more than twelve days since I went up to worship in Jerusalem. ווייל דו קענסט זיך דערוויסן, אז עס איז נישט מער ווי צוועלף טעג, זינט איך בין ארויפגעגאנגען קיין ירושלים, זיך צו בוקן צו ה׳;
12 They found me arguing with no one, stirring up no crowd—not in the temple, the synagogues, or anywhere in the city. און נישט האבן זיי מיך געפונען האלטנדיק א וויכוח מיט עמיצן אדער מאכנדיק א מחלוקה ביים המון אינם בית המקדש, נישט אין די שולן, נישט אין דער שטאט,
13 Nor can they prove to you the charges they are now bringing against me. און זיי קענען דיר אפילו נישט באווייזן דאס, וועגן וועלכן זיי באשולדיקן מיך איצט.
14 But I confess to you: following the Way—they call it a sect—I worship the God of our ancestors, believing all that agrees with the Law and is written in the Prophets. נאר דאס דאזיקע בין איך זיך פאר דיר מתוודה, אז לויט דעם (דרך ה׳) דרך, וועלכן זיי רופן אן כיתה, אזוי־אָ דין איך דעם ג‑ט פון אונדזערע אבות, גלויבנדיק אלץ, וואס שטייט געשריבן אין דער תורה און אין די נביאים;
15 I have hope in our Father—one these men also hold—that the righteous and unrighteous alike will rise. און האב א האפענונג צו ה׳, וועלכע זיי אליין דערווארטן, אז עס וועט זיין א תחית המתים פון צדיקים און רשעים.
16 So I always strive to keep my conscience clear before our Father and before people. דעריבער באמי איך מיך תמיד צו האבן א לויטער געוויסן פאר ה׳ און פאר לייטן.
17 After several years I came to bring charitable gifts for my nation's poor, and offerings. און נאך פיל יארן בין איך געקומען צו ברענגען נדבות צו מיין פאלק, און קרבנות;
18 Amid this, they found me purified in the temple—no crowd, no uproar. מיט וועלכע זיי האבן מיך געפונען, נאך דעם ווי איך האב מיך געהייליקט אינם בית המקדש, נישט מיט קיין המון מענטשן און נישט מיט קיין געטומל; נאר עס זענען דא אייניקע יידן פון (קליין) אזיען,
19 Some Jews from Asia should be here before you to accuse, if they have anything against me. וועלכע וואלטן געדארפט דערשיינען פאר דיר און מאכן א באשולדיקונג, אויב זיי האבן עפעס קעגן מיר.
20 Or let these men themselves say what wrongdoing they found when I stood before the council, אדער זאלן די דאזיקע (מענטשן) אליין זאגן, וואס פאר אן אומגערעכטיקייט זיי האבן געפונען אין מיר, בשעת איך בין געשטאנען פארן סנהדרין,
21 except this one thing I shouted standing among them: 'It's over the resurrection of the dead that I'm on trial before you today.'" אחוץ וועגן דעם דאזיקן איינעם ווארט, וואס איך האב אויסגעשריגן, שטייענדיק צווישן זיי: וועגן תחית המתים ווער איך היינט געמשפט פון אייך.
22 Felix, who knew the Way fairly well, adjourned the hearing: "When Lysias the commander arrives, I will decide your case." פעליקס אבער, קענענדיק דעם (דרך ה׳) דרך גענויער, האט זיי אפגעלייגט, און געזאגט: ווען ליזיאס דער הויפטמאן וועט אראפקומען, וועל איך אנטשיידן אייער זאך.
23 He ordered the centurion to guard Paul but allow him some freedom, not stopping any of his friends from serving him. און האט באפוילן דעם אפיציר אים צו היטן מיט מילדקייט, און נישט צו שטערן קיינעם פון זיינע פריינד אים צו באדינען.
24 Some days later, Felix came with his wife Drusilla, a Jew, sent for Paul, and heard him about faith in Christ Jesus. און אין אייניקע טעג ארום איז פעליקס געקומען מיט זיין פרוי דרוסילא, וועלכע איז געווען א יידישקע, און געלאזט רופן פוילוסן, און אים אויסגעהערט וועגן דער אמונה (דרך ה׳) אינם משיח יהושע/ישוע.
25 As Paul discussed righteousness, self-control, and the coming judgment, Felix grew frightened and said, "That's enough for now; go. When I find time, I'll call for you." און בשעת ער האט גערעדט וועגן צדקות, און נצחון איבער יצר הרע, און דעם משפט לעתיד לבוא (יום הדין), האט פעליקס זיך געפארכטן, און געענטפערט: איצט גיי דיר שוין; און ווען איך וועל האבן א באקוועמערע צייט, וועל איך דיך ווידער לאזן רופן.
26 He also hoped Paul would give him money, so he sent for him often and talked with him. צוגלייך האט ער אויך געהאפט, אז עס וועט אים געגעבן ווערן געלט פון פוילוסן, כדי ער זאל אים באפרייען, צוליב דעם האט ער אויך עפטערס געלאזט שיקן נאך אים און מיט אים גערעדט.
27 After two years, Porcius Festus succeeded Felix. Wanting to please the Jews, Felix left Paul in prison. און ווען צוויי יאר זענען פארפלאסן, האט פעליקס באקומען פארציוס פעסטוסן צום נאכפאלגער; און וועלנדיק ארויסווייזן די יידן א חסד, האט פעליקס איבערגעלאזט פוילוסן אין תפיסה.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]