Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 25 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Now three days after Festus had arrived in the province, he went up to Jerusalem from Caesarea. און פעסטוס, קומענדיק אין דער פראווינץ אריין, איז אין דריי טעג ארום ארויפגעגאנגען פון קיסריה קיין ירושלים.
2 There the chief priests and Jewish leaders presented their case against Paul and kept urging him, און די הויפט כהנים און די פארנעמסטע יידן זענען דערשינען פאר אים קעגן פוילוסן, און האבן אים געבעטן,
3 requesting a favor against him—that he summon Paul to Jerusalem. They were setting an ambush to kill him on the road. פארלאנגענדיק א געפעליקייט קעגן אים (ד.ה. פוילוסן), אז ער זאל אים לאזן ברענגען קיין ירושלים; ווייל זיי האבן געמאכט א פארשווערונג אים צו הרגענען אונטערוועגנס.
4 Festus replied that Paul was held at Caesarea, and he himself would leave shortly. פעסטוס אבער האט געענטפערט, אז פוילוס בלייבט אונטער וואך אין קיסריה, און אליין וועט ער אין גיכן ארויספארן אהין.
5 "So," he said, "let those among you who are able go down with me and accuse the man, if there is anything wrong with him." דעריבער זאלן די באפולמעכטיקטע צווישן אייך, האט ער געזאגט, מיטאראפקומען (מיט מיר), אויב עס איז דא עפעס אן אומרעכט אין דעם מאן, זאלן זיי אים אנקלאגן.
6 Festus stayed with them no more than eight or ten days, then went down to Caesarea. The next day he took the judge's seat and ordered Paul brought in. און נאכן פארבלייבן ביי זיי נישט מער ווי אכט אדער צען טעג, איז ער אראפ קיין קיסריה; צומארגנס האט ער זיך אנידערגעזעצט אויף דער ריכטער שטול, און באפוילן, מען זאל ברענגען פוילוסן.
7 When Paul arrived, the Jews from Jerusalem surrounded him, bringing many serious charges they couldn't prove. און ווען ער איז געקומען, האבן זיך די יידן, וועלכע זענען אראפגעקומען פון ירושלים, געשטעלט ארום אים, ברענגענדיק א סך און שווערע באשולדיקונגען, וואס זיי האבן נישט געקענט באווייזן;
8 Paul answered in his defense: "I have done no wrong against the Jewish law, the temple, or Caesar." בעת פוילוס האט זיך פארטיידיקט: נישט קעגן דער יידישער תורה, נישט קעגן דעם בית המקדש, נישט קעגן קיסר האב איך עפעס געזינדיקט.
9 But Festus, wanting to please the Jews, asked Paul, "Will you go up to Jerusalem and be tried there before me on these charges?" פעסטוס אבער, וועלנדיק געפינען חן ביי די יידן, האט ענטפערנדיק פוילוסן געזאגט: צי ווילסטו ארויפגיין קיין ירושלים, און דארטן פון מיר געמשפט ווערן וועגן די דאזיקע זאכן?
10 Paul said, "I stand before Caesar's tribunal, where I must be judged. I've done the Jews no wrong, as you yourself know very well. האט פוילוס געזאגט: איך שטיי פארן קיסרס טריבונאל שטול, וואו איך דארף געמשפט ווערן; יידן האב איך נישט געטאן קיין שום עוולה, ווי אפילו דו ווייסט עס גאנץ גוט.
11 If I've done wrong, done something deserving death, I won't refuse to die. But if these men's charges against me are groundless, no one can hand me over to them. I appeal to Caesar." און אויב איך בין דאך באגאנגען א פארברעך, און האב געטאן עפעס, פאר וועלכן איך בין חייב מיתה, אויסמיידן איך מיך נישט צו שטארבן; אויב אבער קיין זאך איז נישט (אמת), פון וועלכע זיי באשולדיקן מיך, קען מיך קיינער נישט איבערגעבן צו זיי. איך אפעליר צום קיסר.
12 After consulting his council, Festus answered, "You appealed to Caesar; to Caesar you will go." דעמאלט האט פעסטוס זיך באראטן מיט זיינע יועצים, און האט געענטפערט: צום קיסר האסטו אפעלירט, צום קיסר וועסטו גיין!
13 Some days later, King Agrippa and Bernice came to Caesarea and greeted Festus. און נאכן אפלויף פון אייניקע טעג, איז דער קעניג אגריפא מיט בערעניקא געקומען קיין קיסריה און האבן באגריסט פעסטוסן.
14 As they spent many days there, Festus presented Paul's case to the king: "Felix left a man here as a prisoner. און היות זיי האבן דארט פארברענגט א סך טעג, האט פעסטוס געלייגט פארן קעניג פוילוסנס זאך, זאגנדיק: פעליקס האט איבערגעלאזט א געוויסן מאן אין קייטן,
15 While I was in Jerusalem, the chief priests and elders of the Jews accused him, asking me for his conviction. וועגן וועמען, ווען איך בין געקומען קיין ירושלים, די יידישע הויפט כהנים און זקנים זענען דערשינען פאר מיר, פארלאנגענדיק אן אורטייל קעגן אים;
16 I told them it's not Roman custom to hand over anyone before the accused faces his accusers in person and gets a chance to defend himself against the charge. וועמען איך האב געענטפערט, אז עס איז נישט דער מנהג ביי רוימער איבערצוגעבן א מענטשן (צום טויט) איידער דער באשולדיקטער האט די באשולדיקער פאר זיך פנים אל פנים, און באקומט א געלעגנהייט זיך צו פארטיידיקן אויף דער באשולדיקונג.
17 So when they gathered here, I delayed nothing—next day I sat on the judgment seat and ordered the man brought in. ווען דעריבער זיי זענען זיך אהער צוזאמענגעקומען, האב איך נישט געמאכט קיין אויפהאלט, (נאר גלייך) דעם אנדערן טאג מיך געזעצט אויף דער ריכטער שטול און באפוילן, מען זאל ברענגען דעם מאן.
18 When his accusers stood up, they raised none of the criminal charges I had expected. קעגן וועמען די באשולדיקער, אוועקשטעלנדיק זיך, האבן נישט געברענגט קיין שום באשולדיקונג פון פארברעכנס, ווי איך האב חושד געווען,
19 Instead, they had some disputes with him about their own religion and a dead man named Jesus, whom Paul kept claiming was alive. נאר האבן געהאט געוויסע טענות צו אים וועגן זייער אייגענער אמונה, און וועגן א געוויסן יהושע/ישוע, וועלכער איז געשטארבן, און וואס פוילוס זאגט, אז ער לעבט.
20 Unsure how to investigate this, I asked if he was willing to go to Jerusalem and be tried there on these charges. און איך, זייענדיק אין ספק בנוגע דער אויספארשונג פון אזעלכע שאלות, האב געפרעגט, צי ער וויל גיין קיין ירושלים און דארטן געמשפט ווערן וועגן די דאזיקע זאכן.
21 But since Paul appealed to be held for the Emperor's decision, I ordered him held until I could send him to Caesar." אזויווי אבער פוילוס האט אפעלירט, צו בלייבן אין ארעסט ביז צו דעם קיסרס אנטשיידונג, האב איך באפוילן, ער זאל באוואכט ווערן, ביז איך וועל אים שיקן צום קיסר.
22 Agrippa told Festus, "I'd like to hear the man myself." "Tomorrow," Festus said, "you will hear him." און אגריפא האט געזאגט צו פעסטוסן: איך אליין וואלט אויך געוואלט הערן דעם מענטשן. צומארגנס, האט ער געזאגט, וועסטו אים הערן.
23 The next day Agrippa and Bernice arrived with great show and entered the hall with the military commanders and the city's prominent men. On Festus's order, Paul was brought in. צומארגנס דעריבער, ווען אגריפא איז געקומען מיט בערעניקא מיט גרויס פאראד, און זענען אריינגעגאנגען אינם געריכטזאל מיט די הויפטלייט און אנגעזעענסטע מענער פון דער שטאט, האט פעסטוס געגעבן א באפעל, מען זאל ברענגען פוילוסן.
24 Festus said, "King Agrippa, and all here with us—you see this man. The whole Jewish community petitioned me about him, both in Jerusalem and here, shouting he must not live any longer. און פעסטוס האט געזאגט; קעניג אגריפא, און איר אלע מענער, וועלכע זענען (דא) אנוועזנד ביי אונדז, איר זעט דעם דאזיקן (מענטשן), וועגן וועמען די גאנצע מאסע פון די יידן האט מיך געבעטן אין ירושלים און אויך דא, שרייענדיק, אז ער טאר לענגער נישט לעבן.
25 But finding nothing deserving death, and since he himself appealed to the Emperor, I decided to send him. איך האב אבער פארשטאנען, אז ער האט גארנישט געטאן, פאר וועלכן ער זאל זיין חייב מיתה; נאר ווייל ער אליין האט אפעלירט צום קיסר, האב איך באשלאסן אים צו שיקן.
26 I have nothing definite to write my lord about him, so I brought him before you all, especially before you, King Agrippa, so that after this examination I may have something to write. איך האב אבער נישט עפעס גענויעס צו שרייבן וועגן אים צו מיין האר. דערפאר האב איך אים געברענגט פאר אייך, און איבערהויפט פאר דיר, קעניג אגריפא, כדי נאך דער אויספארשונג זאל איך האבן וואס צו שרייבן.
27 For it seems unreasonable to me to send a prisoner without indicating the charges against him." ווארום עס שיינט מיר אויס נישט לאגיש, צו שיקן א געפאנגענעם, און נישט אנצוגעבן די באשולדיקונגען קעגן אים.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]