Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 26 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Agrippa told Paul, "You may speak for yourself." Then Paul stretched out his hand and began his defense. און אגריפא האט געזאגט צו פוילוסן: עס איז דיר דערלויבט צו רעדן פאר דיר אליין. דעמאלט האט פוילוס אויסגעשטרעקט די האנט און זיך פארטיידיקט:
2 King Agrippa, I count myself fortunate to defend myself before you today against all the Jews' accusations, איך שעץ מיך גליקלעך, אָ קעניג אגריפא, וואס איך דארף מיך היינט פארטיידיקן פאר דיר וועגן אלעם, וואס די יידן קלאגן מיך אָן;
3 especially since you know all Jewish customs and disputes well, so I ask you to hear me out patiently. איבערהויפט ווייל דו ביסט א קענער פון אלע מנהגים און שאלות ביי יידן; דערפאר בעט איך דיך, דו זאלסט מיך אויסהערן מיט געדולד.
4 All Jews know my life from youth, spent from the start among my own nation and in Jerusalem. וואס שייך מיין שטייגער לעבן פון דער יוגנט אָן, וועלכער איז געווען פונם סאמע אנהויב צווישן מיין פאלק אין ירושלים, ווייסן אלע יידן,
5 They've long known me, and if willing to testify, that according to our religion's strictest sect I lived as a Pharisee. און קענען מיך שוין פון לאנג, זיי זאלן נאר וועלן עדות זאגן, אז לויט דער שטרענגסטער כיתה פון אונדזער אמונה האב איך געלעבט, א פרוש.
6 And now I stand on trial for hope in the promise our Father made to our fathers. און איצט שטיי איך געמשפט צו ווערן צוליב דער האפענונג פון דער הבטחה, וועלכע ה׳ האט געמאכט צו אונדזערע אבות,
7 Our twelve tribes hope to reach this promise, worshiping him fervently night and day. For this hope, king, I am accused by the Jews. צו וועלכער אונדזערע צוועלף שבטים, דינענדיק ה׳ בהתמדה יומם ולילה, האפן צו דערגרייכן. וועגן דער האפענונג ווער איך אנגעקלאגט פון די יידן, אָ קעניג!
8 Why is it judged incredible by any of you that our Father raises the dead? פארוואס האלט מען עס ביי אייך פאר אומגלויבלעך, אז ה׳ וועקט אויף טויטע?
9 I myself thought I must do many things against the name of Jesus of Nazareth. איך אליין טאקע האב מיר געטראכט, אז איך מוז א סך טאן קעגן דעם נאמען פון יהושע/ישוע פון נצרת.
10 That's what I did in Jerusalem: with authority from the chief priests, I locked many of the holy ones in prison, and voted against them when they were being put to death. און האב עס אויך געטאן אין ירושלים; און פיל פון די הייליקע האב איך איינגעשלאסן אין תפיסות, האבנדיק באקומען מאכט פון די הויפט כהנים; און ווען מען האט זיי אומגעבראכט האב איך צוגעשטימט דערצו.
11 In every synagogue I often punished them, trying to force them to speak against God; enraged against them, I hunted them even to foreign cities. און אין אלע שולן האב איך זיי אפט באשטראפט, און זיי געצוואונגען צו לעסטערן; און זייענדיק אויסערסט צארנדיק אויף זיי, האב איך זיי גערודפט אפילו ביז אין שטעט חוץ לארץ.
12 On one such journey I went to Damascus with authority and commission from the chief priests. און בשעת איך בין געפארן וועגן דעם קיין דמשק מיט רשות און אויפטראג פון די הויפט כהנים,
13 At midday, O king, I saw on the road a light from heaven, brighter than the sun, blazing around me and my fellow travelers. האב איך אין מיטן טאג געזען אונטערוועגנס, אָ קעניג, א ליכט פון הימל, העלער ווי די זון, (וואס) האט מיך ארומגעלויכטן און די, וואס זענען געפארן מיט מיר.
14 We all fell to the ground, and I heard a voice speaking to me in Hebrew: 'Saul, Saul, why are you persecuting me? It's hard for you to kick against the goads.' און ווען מיר אלע זענען אנידערגעפאלן אויף דער ערד. האב איך געהערט א קול, וואס האט צו מיר געזאגט אויף לשון קודש: שאול, שאול וואס פארפאלגסטו מיך? עס איז שווער פאר דיר צו שטויסן קעגן שפיציקע שטעקנס.
15 I asked, 'Who are you, Lord?' The Lord said, 'I am Jesus, whom you are persecuting.' און איך האב געזאגט: ווער ביסטו, האר? און דער האר האט געזאגט: איך בין יהושע/ישוע, וועמען דו פארפאלגסט.
16 But get up, stand on your feet—I appeared to you for this reason: to appoint you a servant and witness both of what you have seen of me and of what I will yet appear to you, נאר הויב דיך אויף, און שטעל דיך אויף דיינע פיס; ווארום פאר דעם דאזיקן האב איך מיך צו דיר באוויזן, דיך צו מאכן פאר א דינער און עדות פון דעם, וואס דו האסט געזען פון מיר, און פון די זאכן, אין וועלכע איך וועל מיך צו דיר באווייזן;
17 rescuing you from your people and from the Gentiles—to whom I am sending you, איך וועל דיך מציל זיין פון דעם (יידישן) פאלק און פון די אומות (העולם), צו וועלכע איך שיק דיך,
18 to open their eyes, so they turn from darkness to light and from Satan's power to our Father, and receive forgiveness of sins and a place among those made holy by faith in me.' אויפצועפענען זייערע אויגן, אז זיי זאלן זיך אומקערן פון דער פינצטערניש צום ליכט, און פון דער מאכט פונם שׂטן צו ה׳, כדי זיי זאלן באקומען פארגעבונג פון זינד, און א ירושה צווישן די, וועלכע זענען געהייליקט געווארן דורך (דרך ה׳) אמונה אין מיר.
19 Therefore, King Agrippa, I was not disobedient to the heavenly vision, דערפאר, אָ קעניג אגריפא, בין איך נישט געווארן אומגעהארכזאם צו דעם חיזיון פון הימל;
20 but I declared first to those in Damascus, then in Jerusalem and all the region of Judea, and to the Gentiles too, to repent and turn to our Father, doing deeds that match their repentance. נאר ערשטנס צו די אין דמשק און אין ירושלים, און איבערן גאנצן לאנד יהודה, און צו די אומות העולם האב איך געדרשנט, אז זיי זאלן תשובה טאן און זיך אומקערן צו ה׳, און טאן מעשים (טובים), וואס זענען ראוי פון תשובה.
21 For this reason the Jews seized me in the temple and tried to kill me. צוליב דעם דאזיקן האבן מיך יידן געכאפט אינם בית המקדש, און האבן פארזוכט מיך צו טייטן.
22 With help from our Father, I stand to this day testifying to both small and great, saying nothing beyond what the prophets and Moses said would happen: דעריבער אזויווי איך האב באקומען די הילף, וואס איז פון ה׳, שטיי איך ביז צום היינטיקן טאג, עדות זאגנדיק פאר קליין און פאר גרויס, און זאג נישט קיין שום זאך אחוץ דאס, וואס די נביאים און משה (רבינו) האבן געזאגט, אז עס וועט געשען:
23 that the Christ must suffer, and, first to rise from the dead, proclaim light to both our people and the Gentiles. אז דער משיח וועט ליידן, און אז ער, דער ערשטער אויפצושטיין תחית המתים, וועט אנזאגן א ליכט צום (יידישן) פאלק און צו די אומות (העולם).
24 As Paul defended himself, Festus shouted, "Paul, you're insane! Your vast learning is driving you mad." און בשעת ער האט אזוי גערעדט צו זיין פארטיידיקונג, האט פעסטוס געזאגט מיט א הויך קול: פוילוס, דו ביסט אראפ פונם זינען; דאס פילע לערנען דערפירט דיך צו משוגעת.
25 But Paul said, "I'm not insane, most excellent Festus; I speak words of truth and sound judgment. פוילוס אבער האט געזאגט: איך בין נישט משוגע, אָ נאבעלער פעסטוס, נאר איך רעד ווערטער פון אמת און ניכטערקייט.
26 The king knows these things—I speak to him freely. I'm sure none of this escaped him, since it wasn't done in a corner. ווארום וועגן די דאזיקע זאכן, ווייסט דער קעניג, צו וועמען איך רעד אויך מיט דרייסטקייט; ווארום איך בין בטוח, אז פון די דאזיקע זאכן איז אים גארנישט פארהוילן, ווייל עס איז נישט געטאן געווארן אין א (געהיים) ווינקל.
27 King Agrippa, do you believe the prophets? I know that you believe." קעניג אגריפא, צי גלויבסטו די נביאים? איך ווייס, אז דו גלויבסט!
28 Agrippa said, "So quickly you'd persuade me to be a Christian?" און אגריפא (האט געזאגט) צו פוילוסן: עס פעלט נישט קיין סך, און דו האסט מיך איבערגערעדט צו ווערן א (דרך ה׳) משיחיסט!
29 Paul said, "Whether short or long, I pray to our Father that not only you but all who hear me today might become as I am—except these chains." און פוילוס (האט געזאגט): הלוואי, זאל ה׳ געבן, צי מיט ווייניק צי מיט א סך, אז נישט נאר דו אליין, נאר אויך אלע, וועלכע הערן מיך היינט, זאלן ווערן אזעלכע, ווי איך בין, (נאר) אָן די דאזיקע קייטן.
30 Then the king rose, and the governor and Bernice and those seated with them. און דער קעניג איז אויפגעשטאנען און דער גובערנאטאר און בערעניקא און די, וואס זענען געזעסן מיט זיי;
31 As they left, they told each other, "This man deserves neither death nor imprisonment." און בשעתן אוועקגיין, האבן זיי גערעדט איינס מיטן אנדערן, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער מענטש האט גארנישט געטאן, פאר וועלכן ער זאל זיין חייב מיתה אדער קייטן.
32 Agrippa told Festus, "This man could have been freed if he hadn't appealed to Caesar." און אגריפא האט געזאגט צו פעסטוסן: דער דאזיקער מענטש וואלט געקענט באפרייט ווערן, אויב ער וואלט נישט אפעלירט צום קיסר.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]