Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 27 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Once it was decided we would sail to Italy, they handed Paul and some other prisoners to a centurion named Julius of the Imperial Cohort. און ווי עס איז באשלאסן געווארן, אז מיר זאלן זיך אוועקשיפן קיין איטאליען, האט מען איבערגעגעבן פוילוסן מיט אייניקע אנדערע געפאנגענע צו אן אפיציר, מיטן נאמען יוליוס, פון דער (אוגוסטישן) קיסרס אפטיילונג.
2 We boarded a ship from Adramyttium bound for the ports along the coast of Asia and put out to sea. Aristarchus, a Macedonian from Thessalonica, was with us. און נאכן איינשטייגן אויף א שיף פון אדראמיציום, וועלכע האט געזאלט גיין צו די מקומות פון די (קליין) אזיאטישע ים ברעגעס, זענען מיר אפגעפארן, און מיט אונדז איז געווען אריסטארכוס, א מאצעדאניער פון טעסאלאניקא.
3 The next day we docked at Sidon. Julius treated Paul kindly, letting him go to friends for care. און דעם אנדערן טאג זענען מיר אנגעקומען קיין צידון; און יוליוס האט זיך באצויגן מענטשלעך צו פוילוסן, און אים דערלויבט צו גיין צו זיינע פריינד, כדי צו קומען צו זיך.
4 From there we put to sea and sailed along Cyprus's sheltered side, since the winds opposed us. און פון דארטן זענען מיר אוועק און זיך פארבייגעשיפט (די אינדזל) קפריסין, צוליב דעם, וואס די ווינטן זענען געווען קעגן אונדז.
5 Having sailed across the open sea off Cilicia and Pamphylia, we came to Myra in Lycia. און אריבערפארנדיק דעם ים ביי קיליקיען און פאמפיליען, זענען מיר געקומען קיין מירא אין ליציען.
6 There the centurion found an Alexandrian ship sailing for Italy and put us aboard it. און דארטן האט דער אפיציר געפונען אן אלעקסאנדרינישע שיף, וואס איז געפארן קיין איטאליען, און האט אונדז ארויפגעזעצט אויף דער דאזיקער.
7 Sailing slowly for many days, we barely reached Cnidus. Since the wind blocked us, we sailed along the sheltered side of Crete, off Salmone. און במשך פון א סך טעג זענען מיר געפארן פאמעלעך און זענען קוים אנגעקומען קיין קנידוס, און ווייל דער ווינט האט אונדז נישט דערלאזט, זענען מיר געפארן פארביי דער (אינדזל) קרעטא, אנטקעגנאיבער סאלמאנע;
8 Barely coasting along, we reached Fair Havens, a place near the town of Lasea. און פארנדיק מיט מי ביים ים ברעג, זענען מיר געקומען צו אן ארט, וואס האט געהייסן שיינער האפן נאענט פון דער שטאט לאזעא.
9 Much time was lost—even the Fast had passed, making sailing dangerous now. So Paul warned them, און ווען א סך צייט איז פארגאנגען, און די נסיעה איז שוין געווארן געפערלעך, צוליב דעם וואס אויך דער תענית (יום כיפור) איז שוין געווען פארביי, האט פוילוס זיי געווארנט,
10 "Men, I see this voyage will bring disaster and heavy loss—not only to the cargo and ship, but also to our lives." זאגנדיק צו זיי: מענער, איך זע איין, אז די רייזע וועט זיין פארבונדן מיט סכנה און פיל שאדן, נישט בלויז פון דער לאדונג און דער שיף, נאר אויך פון אונדזערע לעבנס.
11 But the centurion trusted the pilot and shipowner more than Paul's words. דער אפיציר אבער האט מער געגלויבט דעם שטייערמאן און דעם אייגנטימער פון דער שיף, ווי פוילוסנס רייד.
12 Since the harbor was unfit for winter, most decided to sail on, hoping somehow to reach Phoenix, a Crete harbor facing southwest and northwest, and winter there. און היות דער פארט איז נישט געווען געראם, דארטן איבערצואווינטערן, האט די מערהייט געראטן פון דארטן אוועקצופארן, אפשר וועלן זיי קענען אנקומען קיין פעניקס—א האפן פון קרעטא, וועלכער ליגט (געשיצט) קעגן די צפון מערב און דרום מערב ווינטן—און איבערווינטערן.
13 When a south wind blew gently, thinking they'd gained their purpose, they weighed anchor and sailed close along Crete. און בשעת דער דרום ווינט האט זאנפט געבלאזן, מיינענדיק אז זיי האבן דערגרייכט זייער ציל, האבן זיי ארויפגעצויגן דעם אנקער, און זענען געפארן פארביי קרעטא, נאענט ביים ברעג.
14 But before long, a hurricane-force wind called the Northeaster swept down from the island. נאר נישט לאנג דערנאך האט זיך אויפגעהויבן קעגן איר (דער שיף) א שטורמווינט, וועלכער הייסט עווראקלידאן; און האט א כאפ געטאן די שיף,
15 The ship was caught and couldn't face the wind, so we gave way and drifted. און אז זי האט זיך שוין מער נישט געקענט אקייגנשטעלן דעם ווינט, האבן מיר נאכגעגעבן און זענען געטראגן געווארן (פון די כוואליעס).
16 Running under a small island called Cauda, we barely managed to secure the ship's lifeboat. און לויפנדיק אזוי הינטער אן אינדזעלע, וואס האט געהייסן קלוידא, איז עס אונדז קוים געלונגען מיט גרויסער מי איינצוהאלטן דאס (רעטונגס) שיפל;
17 Once hoisted aboard, they used ropes to brace the hull. Fearing they'd run aground on Syrtis's sandbars, they lowered the sea anchor and were driven along. און ווען מען האט עס ארויפגעצויגן, האט מען באנוצט הילפסמיטלען, אונטערצוגארטלען די שיף; און פארכטנדיק זיך, טאמער וועט מען ארויפגעווארפן ווערן אויף דער סירטע, האט מען אראפגעלאזט די זעגל און מען איז אזוי געטריבן געווארן.
18 The storm battered us so violently that the next day they began throwing cargo overboard. און ווייל מיר האבן שווער געליטן פונם שטורמווינט, האט מען דעם אנדערן טאג ארויסגעווארפן די לאדונג;
19 On the third day, with their own hands they threw the ship's gear overboard. און דעם דריטן טאג האט מען מיט די אייגענע הענט ארויסגעווארפן דאס שיפסגעצייג.
20 For many days sun and stars didn't appear, the fierce storm kept raging, and we finally lost all hope of being saved. און אזויווי במשך פון מערערע טעג נישט די זון נישט די שטערן האבן זיך באוויזן, און דער שטורם, נישט קיין קליינער, איז (אויף אונדז) פארלייגט זיך, איז סוף כל סוף פארשווונדן יעדע האפענונג, אז מיר זאלן געראטעוועט ווערן.
21 After they had gone a long time without food, Paul stood among them and said, "Men, you should have obeyed me and not sailed from Crete; then you would have spared yourselves this disaster and loss. און היות מען האט שוין לאנג נישט געהאט געגעסן, האט פוילוס זיך געשטעלט אין זייער מיט און געזאגט: אָ מענער, איר האט מיך געדארפט הערן, זיך נישט אוועקצושיפן פון קרעטא, און איר וואלט זיך איינגעשפארט דאס דאזיקע ליידן און דעם שאדן.
22 Now I urge you to stay encouraged: none of you will lose your life, only the ship will be lost. איצט אבער פאדער איך אייך אויף, זיך צו שטארקן; ווארום עס וועט קיין נפש פון אייך נישט פארלוירן ווערן, אחוץ די שיף.
23 Last night an angel of our Father—the one I belong to and serve—stood beside me, ווארום אין דער דאזיקער נאכט איז ביי מיר געשטאנען א מלאך פון ה׳, וועמעס איך בין און וועמען איך דין,
24 and said, 'Don't be afraid, Paul. You must stand before Caesar, and look—our Father has given you the lives of all sailing with you.' אזוי צו זאגן: פארכט דיך נישט, פוילוס; דו דארפסט שטיין פארן קיסר; און זע, ה׳ האט דיר געשענקט אלע, וואס פארן מיט דיר.
25 So take courage, men—I trust our Father: it will be just as I was told. דערפאר, מענער, האט מוט; ווייל איך גלויב ה׳, אז עס וועט זיין פונקט אזוי, ווי עס איז מיר געזאגט געווארן.
26 But we must run aground on some island." מיר מוזן אבער געווארפן ווערן אויף עפעס אן אינדזל.
27 On the fourteenth night, still driven across the Adriatic Sea, the sailors sensed near midnight that land was approaching. און ווען עס איז געקומען די פערצענטע נאכט, און מיר זענען געטריבן געווארן איבער דעם אדריאטישן ים, האבן די שיפסלייט באמערקט ארום האלבער נאכט, אז זיי דערנענטערן זיך צו עפעס א יבשה;
28 They sounded and found 120 feet; going a little farther, they sounded again and found ninety feet. האבן זיי אראפגעלאזט דאס זינקבליי און געפונען צוואנציק קלאפטער (טיף); זענען אביסל ווייטער געפארן און ווידער געזונקען דאס בליי, און האבן געפונען פופצן קלאפטער (טיף).
29 Afraid of hitting rocks, they dropped four anchors from the stern and prayed for daylight. און מורא האבנדיק, מיר זאלן נישט פאלן אויף פעלדזיקע ערטער, האבן זיי ארויסגעווארפן פיר אנקערס פון דעם הינטערטייל פון דער שיף, און תפילה געטאן, אז עס זאל (שוין) ווערן טאג.
30 The sailors tried to escape from the ship, lowering the lifeboat into the sea, pretending to run out anchors from the bow. נאר ווי די שיפסלייט האבן געזוכט צו אנטלויפן פון דער שיף, און האבן שוין געהאט אראפגעלאזט דאס (רעטונגס) שיפל אונטערן אויסרייד, אז זיי גייען אראפלאזן אנקערס פון דעם פאדערטייל,
31 Paul told the centurion and soldiers, "Unless these men stay in the ship, you can't be saved." האט פוילוס געזאגט צום אפיציר און צו די זעלנער: אויב די דאזיקע וועלן נישט איבערבלייבן אויף דער שיף, קענט איר נישט געראטעוועט ווערן.
32 So the soldiers cut the ropes holding the lifeboat and let it drift away. האבן די זעלנער דעמאלט אפגעהאקט די שטריק פונם שיפל, און עס געלאזט אראפפאלן.
33 Just before dawn, Paul urged everyone to eat, saying, "This is the fourteenth day you've waited anxiously, without food, having eaten nothing. נאר ביז עס וועט נישט ווערן טאג, האט פוילוס אלעמען געבעטן, צו נעמען עפעס עסן, זאגנדיק: היינט איז (שוין) דער פערצענטער טאג ווי איר ווארט אומגעגעסן, און האט גארנישט טועם געווען.
34 So I urge you to eat—this is for your survival. Not a hair from any of your heads will be lost." דערפאר בעט איך אייך, צו נעמען שפייז, ווייל דאס דאזיקע האט צו טאן מיט אייער רעטונג; ווארום קיינעם פון אייך וועט קיין איין האר פונם קאפ נישט פארלוירן ווערן.
35 Saying this, he took bread, thanked our Father before them all, broke it, and began to eat. און האבנדיק דאס געזאגט, האט ער גענומען ברויט, און געדאנקט ה׳ פאר אלעמען; און האט עס צעבראכן, און אנגעהויבן עסן.
36 They were all encouraged and ate some food themselves. און אלע האבן זיך געשטארקט, און אויך גענומען שפייז.
37 Altogether there were 276 of us on board. און מיר אלע אין דער שיף זענען געווען צוויי הונדערט און זעקס און זיבעציק נפשות.
38 Once satisfied with food, they lightened the ship by tossing the grain into the sea. און נאך דעם ווי זיי האבן געגעסן צו דער זעט, האבן זיי לייכטער געמאכט די שיף, און ארויסגעווארפן דעם ווייץ אין ים אריין.
39 At daylight they did not recognize the land, but noticed a bay with a sandy beach, and planned, if possible, to run the ship aground there. ווען אבער עס איז געווארן טאג, האבן זיי נישט דערקענט דאס לאנד; האבן אבער באמערקט א בוכטע מיט א ברעג, און באשלאסן, אויב מעגלעך ארויפצופירן די שיף אויפן ברעג.
40 They cut the anchors loose, leaving them in the sea, and at the same time untied the rudder ropes. Then they hoisted the foresail to the wind and headed for the beach. און האבן אפגעהאקט די אנקערס, איבערלאזנדיק זיי אין ים, און צוגלייך האבן זיי לויז געמאכט די בענדער פון די רודערס; און ארויפגעצויגן דעם זעגל קעגן ווינט, און זיך א לאז געטאן צום ברעג צו.
41 But hitting a sandbar where two currents met, they ran the ship aground—the bow stuck fast, unmoving, while the waves' force broke the stern apart. ארויפפאלנדיק אבער אויף א זאמד באנק, האבן זיי ארויפגעפירט די שיף אויפן גרונט; און דער פאדערטייל איז געבליבן פעסט, אומבאוועגלעך, דער הינטערטייל אבער האט זיך צעבראכן דורך דער געוואלדיקייט פון די כוואליעס.
42 The soldiers planned to kill the prisoners so that none of them could swim away and escape. און די זעלנער האבן בדעה געהאט צו טייטן די געפאנגענע, כדי קיינער זאל נישט אוועקשווימען און אנטלויפן.
43 But the centurion, wanting to save Paul, stopped them from their plan, and ordered those who could swim to jump in first and get to shore, נאר דער אפיציר, וועלנדיק אפראטעווען פוילוסן, האט זיי געשטערט אין דער עצה, און באפוילן, אז יענע, וואס קענען שווימען, זאלן די ערשטע זיך אריינווארפן (אין ים אריין) און קומען צום לאנד;
44 and the rest—some on planks, some on ship debris. So everyone reached land safely. און די איבריקע, ווער אויף ברעטער, ווער אויף עפעס (אנדערש) פון דער שיף. און אזוי איז עס געשען, אז אלע האבן זיך געראטעוועט אויף דער יבשה ארויף.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]