Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

2 Corinthians 2 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 So I made up my mind not to make another painful visit to you. און איך האב ביי מיר אפגעמאכט דאס דאזיקע, נישט ווידער צו קומען צו אייך מיט עצבות.
2 For if I hurt you, who is left to cheer me but the one I hurt? ווארום אויב איך מאך אייך טרויעריק, ווער זשע איז עס, וואס איז מיך משמח, אויב נישט דער, וועלכער איז טרויעריק איבער מיר?
3 I wrote this so that when I came those who should make me rejoice would not pain me, confident in all of you that my joy is the joy of you all. און אָט דאס האב איך געשריבן, כדי ווען איך וועל קומען, זאל איך נישט האבן קיין טרויער פון די, וואס איך דארף זיך פרייען מיט זיי; זייענדיק בטוח אויף אייך אלעמען, אז מיין שמחה איז אייער אלעמענס שמחה.
4 Out of deep distress and anguish of heart I wrote to you with many tears, not to grieve you but to show you the overflowing love I have for you. ווארום פון גרויס דריקונג און הארץ קלעמעניש האב איך צו אייך געשריבן און מיט א סך טרערן, נישט כדי אייך מצער צו זיין, נאר כדי איר זאלט דערקענען די ליבע, וואס איך האב אין א שפעדיקער מאס לגבי אייך.
5 But if anyone has caused pain, he has not so much pained me as, in part, all of you—I don't want to be too hard on him. נאר אויב עמיצער האט באטריבט, האט ער באטריבט נישט מיך, נאר טיילווייז אייך אלע—כדי איך זאל (אים) נישט צו שווער באלאסטן—
6 For such a person, this punishment by the majority is enough. פאר אזעלכן איז גענוג די שטראף, וואס ער האט באקומען פון דער מערהייט;
7 So now instead you should forgive and comfort him, or he may be overwhelmed by excessive sorrow. אזוי, אז להיפך איר זאלט אים ליבער מוחל זיין און טרייסטן, כדי דער זעלביקער זאל נישט פארזינקען אין איבערמאסיקן צער.
8 So I urge you to reaffirm your love for him. דערפאר בעט איך אייך, איר זאלט באשטעטיקן אים (ארויסצואווייזן) ליבע.
9 This is also why I wrote: to test you and know whether you are obedient in everything. ווארום פאר דעם דאזיקן צוועק האב איך געשריבן, כדי איך זאל וויסן אייער אויספרואוואונג, צי איר זענט געהארכזאם אין אלעם.
10 Anyone you forgive, I forgive too. What I have forgiven—if anything—I forgave for your sake before Christ, און וועמען איר זענט מוחל, בין איך אויך (מוחל); ווארום וואס איך האב אויך מוחל געווען, האב איך עס מוחל געווען צוליב אייך פאר דעם משיח,
11 so that we would not be outwitted by Satan—for we are not unaware of his schemes. כדי מיר זאלן נישט באטריגט ווערן פונם שׂטן, ווארום זיינע איינפאלן זענען אונדז נישט אומבאקאנט.
12 When I came to Troas to preach the gospel of Christ, a door opened for me in the Lord, און ווען איך בין געקומען קיין טראאס פאר דער גוטער בשורה פון דעם משיח, און א טיר איז מיר געעפנט געווארן אין דעם האר,
13 yet my spirit had no rest, for I did not find my brother Titus there. So I said goodbye and went on to Macedonia. האב איך נישט געהאט קיין מנוחה אין מיין גייסט, ווייל איך האב נישט געפונען מיין ברודער טיטוס; נאר האב מיך געזעגנט מיט זיי און בין אוועק קיין מאצעדאניען.
14 But thanks to our Father, who always leads us in triumph in Christ and through us spreads everywhere the fragrance of knowing him. א דאנק אבער צו ה׳, וועלכער גיט אונדז תמיד דעם נצחון אין דעם משיח, און אנטפלעקט דורך אונדז אומעטום דעם ריח ניחוח פון זיין דערקענטעניש.
15 For we are the aroma of Christ to our Father among those being saved and those perishing, ווייל מיר זענען א ריח ניחוח פון דעם משיח פאר ה׳, צווישן די, וואס ווערן געראטעוועט, און צווישן די, וואס ווערן פארלוירן;
16 to one, a fragrance from death to death; to the other, a fragrance from life to life. And who is sufficient for this? צו די טאקע א ריח מות צום טויט; און צו די א ריח חיים צום לעבן. און ווער איז ראוי צו דעם דאזיקן?
17 For we're not, like so many, peddlers of our Father's word, but in sincerity, as from him, in his sight, we speak in Christ. ווארום מיר זענען נישט ווי א סך אנדערע, וואס מאכן שאכער‑מאכער מיט ה׳ס ווארט; נאר ווי פון א לויטער הארץ, נאר ווי פון ה׳ פאר ה׳ רעדן מיר אינם משיח.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]