Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

2 Corinthians 3 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Are we starting to recommend ourselves again? Or do we, like some, need letters of recommendation to you or from you? צי הויבן מיר שוין ווידער אָן זיך אליין צו רעקאמענדירן? אדער נויטיקן מיר זיך, ווי אייניקע (אנדערע), אין רעקאמענדירונגס בריוו צו אייך, אדער פון אייך?
2 You yourselves are our letter, written on our hearts, known and read by everyone. איר זענט אונדזער בריוו, געשריבן אויף אונדזערע הערצער, באקאנט און געלייענט פון אלע מענטשן;
3 You show yourselves to be a letter from Christ, delivered by us—written not with ink but with the Spirit of our living Father, not on stone tablets but on tablets of human hearts. ווייל איר האט זיך ארויסגעוויזן, אז איר זענט משיחס בריוו דורך אונדז צוגעגרייט, נישט מיט טינט, נאר מיט דעם גייסט פון דעם לעבעדיקן ג‑ט; נישט אויף שטיינערנע לוחות, נאר אויף פליישערנע לוחות פון הערצער.
4 Such is the confidence we have through Christ toward our Father. און אזא בטחון האבן מיר דורך דעם משיח צו ה׳;
5 Not that we're competent in ourselves to claim anything as our own, but our competence is from our Father. נישט אז פון זיך אליין זענען מיר פעאיק צו דענקען ווי עפעס וואלט געווען פון אונדז אליין; נאר אונדזער פעאיקייט איז פון ה׳,
6 He made us competent to serve a new covenant—not of the letter but of the Spirit. For the letter kills, but the Spirit gives life. וועלכער האט אונדז אויך פעאיק געמאכט (צו זיין) דינער פונם נייעם בונד, נישט פונם אות, נאר פונם גייסט; ווארום דער בוכשטאב טייט, דער גייסט אבער מאכט לעבעדיק.
7 If the ministry of death, carved in letters on stone, came with such glory that Israelites could not gaze at Moses' face because of its glory—a glory that was fading, און אויב די עבודה פון דעם טויט, מיט אותיות אויסגעקריצט אויף שטיינער, איז געווען מיט הערלעכקייט, אזוי, אז די בני ישראל האבן נישט געקענט בליקן אויף משהס פנים צוליב דער הערלעכקייט פון זיין פנים, וואס האט דאך געהאלטן ביים פארגיין. (שמות לד, כט-לה.)
8 will not the ministry of the Spirit come with even greater glory? וויאזוי זשע וועט דען נישט די עבודה פונם גייסט זיין מיט מער הערלעכקייט?
9 For if the ministry of condemnation had glory, how much more does the ministry of righteousness overflow with glory! ווארום אויב די עבודה פון פאראורטיילונג האט געהאט הערלעכקייט, וויפל מער שטייגט איבער די עבודה פון גערעכטיקייט אין הערלעכקייט!
10 What was glorious has no glory now, outshined by surpassing glory. ווארום אפילו דאס הערלעכע איז גארנישט געווען הערלעך אין דער מאס צוליב דער איבערוועלטיקנדיקער הערלעכקייט.
11 For if what was fading came with glory, how much greater is the glory of what endures! ווארום אויב דאס, וואס פארגייט איז געווען מיט הערלעכקייט, א סך מער מיט הערלעכקייט איז דאס, וואס האט א קיום.
12 Since we have such a hope, we act with great boldness. האבנדיק דעריבער אזא האפענונג, רעדן מיר פיל דרייסטקייט,
13 We are not like Moses, who put a veil over his face so the Israelites couldn't stare at the end of what was fading. און נישט ווי משה, וועלכער האט אנגעטאן א מסוה אויף זיין פנים, כדי די בני ישראל זאלן נישט בליקן אויף דעם סוף פון דעם, וואס האט דאך געזאלט אויפהערן;
14 But their minds were hardened. To this day, the same veil remains when the old covenant is read—unlifted, since only in Christ is it removed. נאר זייערע מחשבות זענען פארהארטעוועט געווארן? ווארום ביז צום היינטיקן טאג בלייבט די זעלביקע מסוה נישט אפגעדעקט ביים לייענען דעם ברית הישנה (תנ״ך), ווייל זי ווערט אוועקגענומען (נאר) אינם משיח.
15 Yes, to this day, whenever Moses is read, a veil lies over their hearts. יא ביז דעם היינטיקן טאג, ווען (תורת) משה ווערט געלייענט, ליגט א מסוה אויף זייער הארץ.
16 But whenever anyone turns to our Lord Jesus, the veil is taken away. ווען אבער (דאס יידישע פאלק) וועט זיך אומקערן צום האר, וועט די מסוה אוועקגענומען ווערן.
17 Our Lord Jesus is the Spirit, and where the Spirit of our Lord Jesus is, there is freedom. דער האר אבער איז דער גייסט; און וואו עס איז דער גייסט פון דעם האר, דארטן איז פרייהייט.
18 We all, faces unveiled, gazing at the glory of our Lord Jesus, are transformed into that same image, from glory to glory, as from our Lord Jesus, the Spirit. און מיר אלע, אפשפיגלענדיק מיט אן אפגעדעקט פנים די הערלעכקייט פון דעם האר, ווערן פארענדערט אין דעם זעלביקן דמות פון הערלעכקייט צו הערלעכקייט, אזוי ווי פון דעם האר, וועלכער איז גייסט.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]