Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

2 Corinthians 1 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Paul, an apostle of Christ Jesus by the will of our Father, and Timothy our brother, to the church of our Father in Corinth, with all the holy ones throughout Achaia: פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע דורך ה׳ס רצון, און טימאטעוס, דער ברודער, צו דער קהלה פון ה׳, וועלכע געפינט זיך אין קארינט, צוזאמען מיט אלע הייליקע, וואס זענען אין גאנץ אכאיא:
2 Grace to you and peace from our Father and the Lord Jesus Christ. חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח.
3 Blessed be our Father, the Father of our Lord Jesus Christ, the Father of compassion and all comfort, געלויבט איז דער ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דער אב הרחמים און ג‑ט פון יעדער נחמה;
4 who comforts us in all our suffering, so we can comfort others in all their suffering with the comfort we ourselves receive from our Father. וועלכער טרייסט אונדז אין אלע אונדזערע צרות, כדי מיר זאלן קענען טרייסטן די, וואס געפינען זיך אין וועלכער נישט איז צרה, מיט דער טרייסט, מיט וועלכער מיר אליין ווערן געטרייסט פון ה׳.
5 As the sufferings of Christ overflow to us, so our comfort also overflows through Christ. ווייל פונקט ווי דעם משיחס ליידן פארמערן זיך אויף אונדז, אזוי פארמערט זיך אויך דורך דעם משיח אונדזער נחמה.
6 If we suffer, it's for your comfort and salvation; if we're comforted, it's for your comfort, worked out as you patiently endure the same suffering we suffer. און ליידן מיר צרות, איז עס פאר אייער טרייסט און ישועה; ווערן מיר געטרייסט, איז עס פאר אייער טרייסט, וואס באווייזט זיך ווירקזאם אין דערטראגן סבלנותדיק די זעלביקע יסורים, וועלכע מיר אליין ליידן אויך;
7 Our hope for you is firm, knowing that as you share in the sufferings, so also you share in the comfort. און אונדזער האפענונג וועגן אייך שטייט פעסט, ווייל מיר ווייסן, אז ווי איר זענט אנטיילנעמער אין די ליידן, אזוי וועט איר אויך זיין (אנטיילנעמער) אין דער נחמה.
8 We want you to know, brothers and sisters, of the suffering we faced in Asia: we were weighed down far beyond our strength, so that we gave up hope of even living. ווארום מיר ווילן נישט, אז איר זאלט נישט וויסן, ברידער, וועגן דער צרה, וואס איז אונדז געשען אין (קליין) אזיען, אז זייער פיל איבער די כוחות זענען מיר געדריקט געווארן, אזוי, אז מיר האבן זיך אפילו מיאש געווען אפילו פונם לעבן;
9 We felt we had received a death sentence, so we would rely not on ourselves but on our Father, who raises the dead. יא, מיר אליין האבן געהאט אין זיך דעם אורטייל פון טויט, כדי מיר זאלן נישט האבן קיין בטחון אויף זיך אליין, נאר אויף ה׳, וועלכער איז מחיה מתים;
10 He rescued us from such a deadly threat, and will rescue us again; we have set our hope on him to keep rescuing us, וועלכער האט אונדז מציל געווען פון אזא גרויסן טויט, און וועט מציל זיין; צו וועמען מיר האבן געהאפט, אז ער וועט נאך מציל זיין;
11 as you also help us by your prayers, so many will give thanks on our behalf for the gracious gift given us through many prayers. בשעת איר טוט אויך מיטהעלפן מיט אייער תפילה טאן פאר אונדז; כדי פאר דער מתנה, וואס איז אונדז געגעבן געווארן פון א סך פערזאנען, זאלן א סך אפגעבן א שבח פאר אונדזערטוועגן.
12 For this is our boast: our conscience testifies we lived in the world—especially toward you—with the holiness and sincerity of our Father, not worldly wisdom but the grace of our Father. ווארום אָט דאס דאזיקע איז אונדזער בארימונג, דאס עדות זאגן פון אונדזער געוויסן, אז אין קדושה און אין אויפריכטיקייט פאר ה׳, נישט אין פליישלעכער חכמה נאר אין ה׳ס חסד, האבן מיר געלעבט אין דער וועלט, און דער עיקר ביי אייך.
13 We write you nothing but what you can read and even understand, and I hope you'll understand fully, ווארום מיר שרייבן אייך נישט עפעס אנדערש, נאר ווי איר לייענט אדער פארשטייט, און איך בין בטוח, אז איר וועט עס פארשטיין ביז צום סוף;
14 as you have partly understood us: on the day of our Lord Jesus, you will boast of us as we will of you. אזוי ווי איר האט אונדז שוין טיילווייז פארשטאנען, אז מיר זענען אייער רום, ווי איר זענט אויך אונדזער (רום) אין דעם טאג פון אונדזער האר יהושע/ישוע.
15 With this confidence, I planned to come to you first, so you might have a second grace. און אין דעם דאזיקן בטחון האב איך צום ערשט געוואלט קומען צו אייך, כדי איר זאלט האבן א צווייפאכן חסד,
16 I planned to visit you on my way to Macedonia, return to you from Macedonia, and have you send me on to Judea. און דורך אייך צו גיין קיין מאצעדאניען, און ווידער פון מאצעדאניען צו קומען צו אייך, און פון אייך באגלייט צו ווערן צו דעם (לאנד) יהודה.
17 Was I fickle in planning this? Or do I plan according to the flesh, saying Yes, yes and No, no at once? און וועלנדיק דאס דאזיקע, האב איך דען ארויסגעוויזן לייכטזיניקייט? אדער די זאכן, וועלכע איך פלאן, צי פלאן איך דען לויטן פלייש, כדי עס זאל זיין ביי מיר (אין דער זעלביקער צייט) דאס יא, יא און דאס ניין, ניין?
18 As surely as our Father is faithful, our word to you has not been "Yes" and "No." נאר ה׳ איז געטריי, אז אונדזער ווארט צו אייך איז נישט יא און ניין.
19 For the Son of our Father, Jesus Christ, proclaimed among you through Silvanus, Timothy, and me, was not "Yes" and "No," but always "Yes" in him. ווארום דער זון פון דער אויבערשטער, יהושע/ישוע המשיח, וועלכער איז דורך אונדז געדרשנט געווארן צווישן אייך, דורך מיר און סילוואנוסן און טימאטעוסן, איז נישט געווען יא און ניין; נאר עס איז (תמיד) געווען יא אין אים;
20 However many promises our Father made, in him they are "Yes"; so through him, too, we say "Amen" to our Father, for his glory. ווארום וויפל הבטחות פון ה׳ עס איז פאראן, אין אים איז דאס יא; דערפאר איז אויך דורך אים דער אמן, צו ה׳ס כבוד דורך אונדז.
21 Now it is our Father who establishes us with you in Christ and has anointed us, און דער, וועלכער האט אונדז צוזאמען מיט אייך געגרונטפעסטיקט אין דעם משיח און אונדז געזאלבט, איז ה׳,
22 who also sealed us and gave us his Holy Spirit in our hearts as a guarantee of what's coming. וועלכער האט אונדז אויך געחתמעט און געגעבן אין אונדזערע הערצער דעם ערבון פון דעם גייסט.
23 I call our Father as witness, on my life, that I did not return to Corinth to spare you. איך אבער רוף ה׳ אלס עדות אויף מיין נשמה, אז כדי אייך צו שוינען בין איך נאך נישט געקומען קיין קארינט.
24 Not that we control your faith, but we work together with you for your joy, since you stand firm by faith. נישט אז מיר הערשן איבער אייער אמונה, נאר מיר זענען מיטהעלפער פון אייער שמחה; ווארום איר שטייט פעסט אין דער אמונה.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]